| נשלח ב-13/6/2010 18:55 |
|
| |
פראטעסט ראזשינקעס: קליינע פרטים ארום די פראטעסטן
דא וועל איך אריינלייגן "קליינע פאסירונגען" וואס האבן זיך אפשגעשפילט אין צוזאמענהענג מיט די פארלאפענע איבערקערעניש וואס די אהרוינים האבן אנגעזייט מיט זייער ווילדע טעראר אקציע זונטאג פארטאגס פרשת "קרח". איך וועל דא אריינלייגן ראזשינקעס וואס זענען אינטערסאנט און פארט פארדינען זיי נישט באזונדערע אשכולות.
----------------------
דעם שבת איז ר' אהרן באגלייט געווארן דורך 2-3 הונדערט בחורים מיט פאליציי און הינט אלס פחד אז בני יואל וועט אים באשרייען אינטערוועגנס פון און צום ביהמ"ד. די באגלייטונגען האבן אנגעהאלטן מיט הינט 6 מאל במשך דעם שבת, יעדעס מאל פון זיין דירה צום ביהמ"ד און צוריק. די אהרוינים זענען זייער "פרייליך" אז ר' אהרן האט דורכגעשטיפט דעם שבת אן ספעציעלע בושות חוץ דארפן ווערן באגלייט מיט הונט...
----------------------
דינסטאג האט הגה"צ אב"ד לימינוב וועלכע האלט זיך גוט מיט ר' אהרן און שיקט זיינע קינדער לערנען אין מאנרא, גערופן ר' אהרן ליידענען צו א תנאים, דער גבאי פון ר' אהרן, חיים שלמה פישער, מורא האבענדיג פון די בושות וואס ווארט אפ ר' אהרן'ען ווען ער קומט ארויס פון זיין דירה אויף יוס סטריט, האט גענטפערט אז די רבי קען נישט קומען ווייל "ער איז אין אריזאנע"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2010 19:24 |
|
| |
איך האב געפרעגט א אנוועזענדער ביים פראטעסט קעגן ר' אהרן אין וו"ב, וואס איז געווען די הויך פונקט פונם פראטעסט? פארציילט ער מיר אז עס זענען געשטאנען א קצובה אהרוינים אין די זייט און פראבירט צו שרייען דאס העכטסטע וואס זיי קענען "זאלי פוי", פארשטייט זיך אז געהערט די געשרייעריי האבן נאר די וואס זענען געשטאנען ממש לעבן די פאר בחורים ווייל די דינעריי פון "אהרן פוי" האט זיי איבערגעשטיגן מיט א פעסטקייט. נאך אפאר מינוט האבן זיך די פראטעסטירער אריענטירט און אנגעהויבן שרייען "געגאלטע בערד גייט קיין טעקסעס" צוליב דעם וואס 8 פון די 10 אהרוינים האבן געהאט געגאלטער בערד (אויף די בילדער וואס ארגינעלער האט פארשפרייט האט ער טאקע פארדעקט זייערע פנימ'ער). ווען די אהרוינים האבן דערהערט די געשריי "געגאלטע בערד גייט קיין טעקסעס" זענען זיי זיך צולאפן ווי מייז...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2010 19:36 |
|
| |
פריש עס דערמאנט מיר א מעשה.
יענקל מילער איז איין שבת צופרי ארומגעגאנגען אין גרויסן וויזינצער ביהמ"ד אין מאנסי ווי ער האט געלאדענט דעם עולם צו א קידוש ביי זיך אינדערהיים, "צוליב א גרויסע נס וואס ער האט געהאט", ער האט געזאגט פארן עולם אז ער ליידענט נישט יעדעם, נאר זיינע נאנטע ידידים וכו', און ער וועט בשעת די קידוש פארציילן די נס...
נאכן דאווענען איז טאקע א שיינער ציבור פון בערך 40 אינגעלייט און בעלי בתים אנגעקומען צום קידוש, ווען דער עולם איז אנגעקומען האט ער זיך געהייסן זעצן צו די טיש "ליידיגע טישן" (נישט אינדערהיים, ער האט געהאט צוגעגרייט די טישן אין די זייט פון זיין הויז, אויפן גאס), ער האט געזאגט אז ער וועט קודם זאגן א דרשה פון 2-3 מינוט און דערנאך וועט מען ארויסברענגען טשלענט קיגל גאלע הערינג וכו'... ער האט אנגעהויבן זיין דרשה אזוי, "מורי ורבותי, פאר איך גיי פארציילן די נס וואס איך האב געהאט די וואך וועל איך אייך קודם מסביר זיין פארוואס איך האב גערופן דווקא נאר "דשינדשיס"... איך האב גערופן דווקא נאר "רויטע בערד" ווייל מיין נס איז געווען מיט א "רויטע בארד"... דערנאך האט ער אנגעהויבן פארציילן אז ער איז געפארן אויף די פאליסייד'ס... "איך האב זיך געיאגט... איך האב געשניטן לעינ'ס רעכט'ס און לינקס.. פלוצלינג הער איך א פייפעריי און בליטשעקדיגע לעקטערס... איך שטעל זיך אין די זייט...
בשעת ער האלט נאך אינמיטן פארדרייען א קאפ מיט די מעשה אויף די פאליסייד'ס האט דער עולם באמערקט אז עס זיצן טאקע ביי די טישן "נאר רויטע בערד"... דער עולם האט זיך אנגעהויבן אומקיקן איינער אויפן צווייטן. און ווען ער האט געהאלטן ביי "איך שטעל זיך אין די זייט, און דער פאליציאנט קומט ארויס..." זענען שוין אלע טישן געווען ..."ליידיג"....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 04:13 |
|
| |
עס זאל יעדער פארשטיין דעם פראבלעם וואס די אהרונים האבן באמת מיט די פראטעסטן. שמואל ווידער און מתתי' דייטש באדערט גאנץ ווייניג אז ר' אהרן זיצט איינגעשפארט אויף הויז סט. ביז שפעט ביינאכט ווייל אפאר הונדערט אידן שרייען "אהרן טייטלבוים צא טמא", וואס עס באדערט זיי יא איז, אז דער פאלשער שקר'דיגן שלייער ווערט אראפגענומען ווען מען פארשעמט זייער רבי'ן אין די גאסן לעיני העמים. זיי שעמען זיך נישט פאר די סאטמאר'ע, זיי שעמען זיך פאר די סקווירא און בעלזא חסידים, וועמען זיי פרובירן אזוי שווער איינצורעדן אז ר' אהרן איז דער מאכסטפולסטער רבי וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, עס ווייזט פאר די א.ד. חסידות'ער אז ר' אהרן איז ווייט נישט אזוי שטארק ווי די בילדער אין די מאגאזינען ווייזן.
ר' אהרן האט א ערנסטע פראבלעם, זיינע נאנסטע מענטשן גייט קנאפ ווייניג אן אז ער זעלבסט ווער בזוי ומבוזה פאר די גאנצע וועלט, זייער ציהל איז, און זיי זאגן דאס אפן, אז דער עראפלאן וואס משה גבאי האט געוואלט פירן, זאל ווייטער געפירט ווערן דורך מתתי' דייטש און שמואל ווידער.
ווען עס זאל שמואל ווידער מיט די אנדערע אנגיין דעם כבוד פון ר' אהרן טייטלבוים, וואלט ער זיכער געמאכט אז ר' אהרן שרייבט נישט אונטער קיין טשעק'ס פאר א לויער, ביי די פארלוירענע הצלת רבינו קעיס. און בכלל זיכער געמאכט אז ר' אהרן'ס נאמען זאל בכלל נישט קענען פיגורירן ביי די גאנצע סומטאכע פון רופן א טאטן אין קאורט. אנשטאט, האבן זיי באשמוצט ר' אהרן אין די גאנצע וועלט, עס האט יעדער געזעהן די בילדער ווי דער רבי דער ברך משה ז"ל ווערט סערווירט מיט א סובפינע, און א שטארקן דורכפאל אין קאורט האבן זיי - צו אלע צרות - געליטן, אבער וויבאלד זיינע פילאטן האבן געשפירט פאר וויכטיג אז דער קעיס זאל אנגיין, האבן זיי נישט געהאט קיין שום פראבלעם אים אנצושטונקן אין די וועלט, ווייל ביי זיי הייליגט דער ציהל די מיטלען.
א צווייטע דוגמא איז דער הליכה לבג"ץ אין בני ברק, די פילאטן האבן פארשטאנען אז ר' אהרן'ס כח קען גענוצט צו שטארקן די הליכה לבג"ץ, האבן זיי זיכער געמאכט אז הר' אהרון טייטלבוים זאל זיין פארצייכענט אלס דער מורשי אינעם ציוניסטישן בג"ץ, און מיט דעם אנגעשטינקען זיין נאמען אין די גאנצע וועלט אז אזא איינער וואס פאררופט זיך סאטמארע רבי קלאגט אין בג"ץ, אבער וויבאלד דער פארטיי דארף דאס האבן האבן זיי ווידער נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו נוצן, ווייל ביי זיי הייליגט די ציהל די מיטלען.
און דאס איז וואס באדערט זיי דא, ווארים די וועלט שטייט מיט אפענע אויגן, און זעהט טאג איין טאג אויס געשלעגן דורך די אהרונים אין קרית יואל, פראטעסטן קעגן ר' אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, קליפס ווי דער סבלן אנטלויפט פון זיין היימשטאט קרית יואל און נאך. און דער פארטיי ווערט פארשעמט. דאס איז וואס מאכט זיי אזוי ווילד, און אז עס טוט וויי שרייט מען און וואנזיניגע שעלטן מיט טויטע קללות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 04:28 |
|
| |
איי ווי ציפעדיג זענען דיינע ווערטער באלאנד...
ווער נאך ווי דו האט אזוי גוט פארשטאנען דעם אפטייטש פון שמואל ווידערס ווייעדיגע ארטיקל...
|
|
|
|
|