טיארעטישע שאלה: הלאטן מיר שוין ביי די שטעקענעס?
עס איז ברייט באקאנט די מימרא פונם יפו'ער רב זצ"ל ווי ער האט געזאגט פאר 30 יאר צוריק אין קרית יואל אויף ר' אהרן "עס וועט נאך קומען א טאג ווען מען וועט אים נאך ארויסטראגן פון דא מיט שטעקענעס" יפו'ער רב האט זיך אזוי אויפגעדריקט אלס אפענטעפרט צו די דברי בלע וואס ר' אהרן האט גערעדט צו די בחורים קעגן דעם פאלטישאנער רב ז"ל וועלכער איז געווען זייער באליבט און מקורב צום רבי'ן זי"ע. די אהרוינים האבן בשעתו געלאכט פונם יפו'ער רב זצ"ל. די שמייכל האט אנגעהאלטן ביי די אהרוינים ביז די וואך. די שמייכל האט אנגעהויבן אויסוועפן זונטאג ביים פראטעסט ווי ר' אהרן האט זיך געדארפט ארויס ראטעווען דורך די הצלה גאראדש און די שמייכל איז גענצליך נעלם געווארן ווען ר' אהרן האט נישט געקענט גיין אין ביהמ"ד דעם שבת אן באגלייטונג פון פאליציי מיט הינט.
עס איז קיין ספק נישט אז ווערטער וואס זענען ארויס מפי צדיק פון אזא הייליגער איד ווי יפו'ער רב זצ"ל ווערן מקויים. מיין שאלה איז. זענען שוין די ווערטער מקויים געווארן מיט דעם וואס ר' אהרן האט געדארפט די שיץ פון K9 Units (פאליציי מיט הינט) אדער וועלן די ווערטער זיך מתגשם זיין עד הסוף ממש?
 |
|