בנוגע דעם חלום (נעבעך),
ס'איז דא א באקאנט ווארט פונעם מגיד מישרים ר' הערשל פריעדמאן, ווען א געוויסע רב'ל האט געמאכט אן אקציע פאר זיין ביהמ"ד, און די אקציע איז געווען באגלייט מיט א חלום פון א געוויסע צדיק וועלכע איז אנגעבליך געקומען אין חלום דעם רב אז יעדער תושב אין קר"י זאל גיבן 50 דולער פארן ביהמ"ד (די מעשה איז געגאנגען מיט א הסבר, נאר מפני כבוד ה... שרייב איך נישט פונקטליך...).
איז דער רב אנגעקומען צו ר' הערשל אפנעמען זיין פופציגער, כפי הוראות החלום, ר' הערשל נעמט אים אויף מיט א ברייטן שמייכל, אה, דא זענט איר, איך ווארט שוין איר זאלט אנקומען צו מיר וועגן אייער ביהמ"ד! און דער רב פריידט זיך זייער און בעט טאקע ר"ה ער זאל גיבן זיין פופציגער. ר"ה רופט זיך אן: איר ווייסט פארוואס איך ווארט אויף אייך? איר קומט מיר א פופציגער! וואס? איך קום דיר? פארוואס? פארווען? פרעגט דער רב. זאגט ר' הערשל, הערט אויס די מעשה, דער צדיק וואס איז אייך געקומען אין חלום, איז צו מיר אויך געקומען, און מיר האט ער פערזענליך אפגעבעטן דעם פופציגער. האב איך געהאט ביי זיך נאר א הונדערטער, האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט קין טשענדש יעצט, נאר ער וועט יעצט נעמען דעם הונדערטער, און איר וועט מיר שוין גיבן רעשט...
 |
|
|