ליצנות אין שטעטל: אלייענס שבת גויים
די זאלי'ס/בנ"י אין קרית יואל זענען נישט פון היינט באקאנט אלס נעבעכדיגע מענטשן וועלכע לעבן אין אן אנדערן וועלט, ערגעצוואו נישט אינעם רעאליסטישן ערדקוקל.
דעם שבת האבן זיי ארויסגעברענגט א שמייכל ביי ידען תושב, ווען זיי האבן געדונגען 2 אייגענע "שבת גויים", און געהאנגען מודעות אין זייערע שולן אז די ערליכע אידן וועלכע ווילן זיך נישט באנוצן מיט די טריפה'נע "פובליק סעיפטי" זאלן האבן "אייגענע" שבת גויים...
עס איז נישט קלאר וואס זייער הוה אמינא איז דא געווען, אז עס זאל לוינען זיי די געלט צו צאלן פון טאש פאר גויים, אבער ווארשיינליך איז דאס א רינגעלע אין די קייט פון פיטערן זייערע קינדער מיט שטרוי. ווארום: "מיר זענען מעכטיג"! "מיר האבן אייגענע גויים"! (נעבעך).
עס האט מיר דערמאנט א מעשה, אין יאר תשנ"ח א שבת בעפארן גרויסן עצרת פאר "קרן הצלה" האט ר מאיר יודל טענענבוים (לרפו"ש) געיאמערט ביי זיין ש"ס תורה פאר זיינע קרוב צו אנדערטהאלבן מנינם חסידים, אז מ'זאל חלילה נישט גיין צום עצרת, נאר עס גייען אן פלענער צו גרינדן א "אייגענע קרן הצלה" (...). האט זיך דעמאלט א ת"ח זיך אויסגעדרוקט, אז זיי מאכן אלעס אליינס, זיי וועלן נאך האבן "אייגענע ציונים" אויך...
עפעס אזוי האט עס אויסגעקוקט ווען מען האט געדינגען "אייגענע שבת גויים", אז אין פאל די לעקטער לעשט זיך אויס, זאל מען חלילה נישט נוצן קיין אומאויסגעהאלטענע גויים דאס אנצוצינדן...
 |
|
|