נשלח ב-14/6/2010 01:57
"דער גראפיסט" פון וויליאמסבורג - א געמיינער פאטאגראפיסט! עס מוז געברענגט ווערן צו די אויפמערקזאמקייט פון די ליינער, אז "דער גראפיסט" - איינער וועלכע געניסט ביזנעס פונעם היימישן וויליאמסבורג'ער ציבור - איז פאקטיש א געמיינער "פאטאגראפיסט" ביי וועמען נידריגע פארטייאישע אינטערעסן שפילט א שטארקע ראלע, און ער נוצט אויס זיינע קענטעניסן אין די פאטאגראפי ליין צו טרינקען בלוט פון אומשולדיגע פרידליכע מענטשן. דער יעניגער פאטא-גראפיסט איז געשטאנען לאנגע שעות ביי די מאסן דעמאנסטראציע אויף הויז סטריט פאריגן דינסטאג אין וויליאמסבורג, און אפגעכאפט פרייע בילדער פאר די בלוט-דורשטיגע ארגינעלער חיות, און דאס ווערט יעצט אויסגענוצט אויף "טעראר" אנצואווארפן א פחד אויף מענטשן. דער מעסעדש דארף געהערט ווערן הויך און שארף: דער גראפיסט האט א האנט אין די שפיכות דמים פון צענדליגע אומשולדיגע נפשות, און קאסטומער וואס שטיצן אים זאלן וויסן ווער דער פארשוין איז!
תוקן על ידי פאפיטא ב- 14/06/2010 02:12:15
נשלח ב-14/6/2010 02:07
שוידערליך!
תוקן על ידי yuchw ב- 14/06/2010 02:20:02
נשלח ב-14/6/2010 02:32
ער איז אראפ פון מיין ליסטע
נשלח ב-14/6/2010 03:23
פאפיטא, מיר האבן געעפענט א אשכול די פאריגע וואך צו מ'דארף אזא איינעם שטיצן. אבער נאך וואס עס שטעלט זיך ארויס אז דער איז גאר א געמיינער אינג, און ער פרובירט מיט זיינע בילדער צו לייגן טעראר אויף די באטייליגטע, טאר מען אים נישט שטיצן, און מ'דארף אים פולשטענדיג בויקאטירן.
נשלח ב-14/6/2010 03:58
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי ווייט פארטייאישע אינטערעסן האבן געקענט מאניווירן א מענטש וועלכער מאכט ביזנעס פונעם וויליאמסבורגער ציבור. אויב איז ער גרייט געווען צו שטיין אויף די גאס לענגערע שעות פאר זיינע פאטאגראפיעס וואס ער האט אפגעכאפט אין די מאסן פון צענדליגער פארבייגייער און אנטיילנעמער ביים פראטעסט, און דאס איבערגעגעבן מיט א גלייכגילטיגקייט פאר די ווילדע מטורפים וואס נוצן דאס אויס אצינד אויס אנצוזייען א טעראר שרעק אויף מענטשן, דאן האט ער זיך אליין פארראטן און דערמיט האט ער זעלבסט דערקלערט אז ער טראגט וואנזיניגע געפילן מיט בלוט פון אנדערע אידן. רבותי! ער דארף באצאלן א פרייז. אזא איינעם מוז מען אויסשפייען פון וויליאמסבורג. זאל ער אנהייבן שפירן אויף די הויט אז אידיש בלוט איז נישט הפקר.
נשלח ב-14/6/2010 15:49
וויזוי הייסט דער גראפיסט? און אפשר האט מען אים געדינגן כאפן בילדער אבער ער האט נישט געוויסט אז דער ציל איז פאר טעראר? זיך שפילן מיט א אידס פרנסה איז נישט קיין מוציא מיט האניג, מען דארף מברר זיין על פי תורה, אויב סאיז דא גענוג באווייזן אז ער האט געהאט א כוונה להזיק, און אויב די בילדער זענען טאקע פון אים,
נשלח ב-14/6/2010 17:07
קיינער האט זיך נישט געשפילט מיט זיין פרנסה ווי ער אליין! דאס האט יעדער געזעהן ווי דער געמיינער יונג איז ארומגעלאפן און פאטאגראפירט דעם פרידליכן ציבור, און דער כוונה להזיק האט זיך דערקענט אויף אים בזדון. פארקויף נישט קיין מעשיות פון מוציא מיט האניג. ער האט אריינגעביסן אין דעם און זאל ער דאס יעצט אויפעסן.
נשלח ב-14/6/2010 18:01
דער גראפיסט האט א ניק אויף היידפארק און אויף נאך אינטערנעט פארומס, און ער זאל ארויפקומען ערקלערן אויב ער האט געוויסט צו זאגן וואס דער ציל מיט זיינע בילדער כאפעריי איז. דאס איז קלאר אז ער האט געטוהן א געמיינע שריט און געוויזן דערמיט אז זיינע פאליטיקס שפילן ביי אים א וויכטיגערע ראלע ווי זיין ביזנעס! און דערצו איז ער גרייט געווען צו נעמען א טייל אין די שפיכות דמים פון די חיות רעות! און שארטקאט וואס וויל אזוי שטארק מברר זיין כוונתו, קען זיך נאכפרעגן ביי יעדן פון די פראטעסט באטייליגטע.
נשלח ב-14/6/2010 18:15
איך האב שוין געשריבען אין די אנדערע אשכול ווי מען האט גערעדט פון די גראפיסט - שפילן מיט יענעמס פרנסה איז גארנשיט קיין געלכעטער אויב ער איז אפילו דארט געווען איז ער זיכער געווען א געדונגענער מענשט וואס האטט באקומען באצאלט פאר זיין ארבעט . ער האט געמעגט אננעמען א דשאב צו מאכן געלט אפילו עס שמעקט נישט פאר אפאר ווערעמדיגע אז ענק קענען זילך נשיט איינהאלטן די שלעכטע זאלונישע מידות איז דער אומשילדוגער גראפיסט גארנישט שולדיג
נשלח ב-14/6/2010 18:29
און שפילן מיט יענעמס בלוט איז שוין איינמאל א געלעכטער? הא? רינדעכיגער קען באשטיין אז דער גראפיסט זאל האבן געווען א געדונגענער מענטש פאר באצאלט, אזוי וועט דער שופך דם זיין גאר א אומשולדיגער באצאלטער רוצח!... און איך קען ענק אלע זאגן אז דער גראפיסט איז דארט געשטאנען און געהאקט בילדער פאר זיינע בלויזע פארטייאישע אינטערעסן, זיך נישט קענענדיג איינהאלטן זיינע ארונישע גוטע מידות... און דעריבער זאל יעדער וויסן אז ידיו דמים מלאו ער האט גוט געוויסט וואס עס איז זיין ציל מיט די בילדער, און ער האט דאס בייזוויליג איבערגעגעבן פאר זיינע שותפים לדבר עבירה וועלכע נוצן דאס אויף טעראר!
נשלח ב-14/6/2010 20:44
פראגע: מען אן ארוני האנדלען אדער איינקויפן ביי איינעם וואס איז געווען ביים פראטעסט? פארשטייט זיך אויב יענער דערציילט אים דאס אליין, ווייל לה"ר טאר מען נישט מקבל זיין, און בילדער איז דאך טעראר.
נשלח ב-14/6/2010 21:29
לויט ווי ארגינעלער זאגט איז עס בלויז קווינס בחורים (כאטשיק ער האט נאכנישט אנגעוויזן קיין איין קווינסער בחור אויף קיין איינע פון גראפיסט בילדער) וואספארע געשפעטן ווילסטו מאכן מיט קןוינסער בחורים אז די ווילסט וויסן אויב מען מעג זיי שטיצן?
נשלח ב-14/6/2010 21:40
קען דא איינער רעדן ווי א מענטש? ווער איז דאס דער "גראפיסט פון וויליאמסבורג"? וואס איז די סוד דא?
נשלח ב-14/6/2010 21:46
פארוואס מייינט איר נישט אז צד מהר''א קען מאכען די זעלבע בויקאט קעגן ענק קעגן יעדן יונגערמאן וואס איז דארט געווען אין בויקאטען זיין פרנסה אגב, עס איז כדי צו באמערקן איינער זאגט מיר אז דער גראפיסט האט נישט ''קיין איין'' קאסטומער פין צד מהרז''ל אין די גאנצע בויקאט אפגעזעהן צו ער איז שילדיג צו נישט, וועט אים נישט אפעקטן עס איז א באקאנטער פאקט, אז צד מהרז''ל וועט ענדערש קויפן ביי א גוי ווי צו קויפן ביי צד מהרז''ל ליידער די שנאה וואס מ'באקט אריין קעגן צד מהר''א איז איבער די מאס, איינער רעדט זיך נאך אפ אין א אנדערע אשכול אז ס'איז נישט גענוג (אדער שפילט ער אזוי פאר זיינע אינטערעסן)
נשלח ב-15/6/2010 00:06
דער גראפיסט איז לויט ווי איך קען עם זייער איידעלער יונגערמאן און יא ער איז א גרויס ארוני, אבער איך קען נישט גלייבן אז ער איז סתם אזוי ארומגעגאנגען כאפן בילדער, און טאמער איז דאס יא אמת, דארפן מיר טאקע זעהן נישט עם צו געבן מער הנאה, יא מיר מוזן נעמען די וועג ווי די ארונים טוהען מיט אונז, דאס איז די איינציגסטע וועג וואס וועט אפשטעלן טעראר
נשלח ב-15/6/2010 02:58
איך מיין מען זאל אויך באויקאטן סי זשעי סי ווייל חיים ווערצבערגער איז געווען ביי דעם פראטעסט, ארגינעלער האט ארויפגעלייגט זיין בילד האלב אפגעשניטן צוליב פארשידענע סיבות וד"ל, אבער ער האט נישט ארויפגעלייגט דעם לעבל דערויף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.