די לעצטע שטיק צייט האבען די זאלי'ס אין בני זאלי'ס אנגעהויבן א נייע מהלך ''מיט זייער אייגענע מענטשן''
נעמליך, זיי שרעקן אפ זייער אייגענע מענטשן כדי צו ארבעטן אויף זייערע מוחות אין טאשען
די גאנצע פארטיי וועלכע איז געבויט אין שטייט אויף א שטיק שקר אין בלאף האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ווי טריטן זייער אייגענע מענטשן, וועלכע קלעבן צו די גאנצע פארטיי אויף בלויז נעגעטיווע שנאה אין קנאה.
די ערשטע פאל, ווי מ'האט עס שטארק געקענט זעהן איז
ביי זייער חברה קדישא פין פאללאקס בית החיים, ווען זיי האבען געזעהן אז דער עולם צאלט נישט די ארץ החיים 'התחייבות' טראץ די 5 שטערינדיגער האטעל גורל ביי גרויסע בילדער אין ליילעכער קאמפיין'ס פין א' סליחות, ז' ניסן, כ' סיון, כו'
ווייל זייער אייגענע פני יודען זאגען קלאר אז זיי ווילן ענדערש ליגען אינאיינעם מיט רביה''ק ז''ל - ווייל לאחר מוא''ש שפילט מען נישט קיין פאליטיק - אין ווילן נישט ליגען ווי די מוסרים אינדערהיים מאחורי הגדר
האבען זיי אנגעהויבן שיקען בריווען מיט קהל'ס לעטערהעד צו זייערע מענטשן מיט סטראשע בריווען בשם ר' שלמה וועצב''ג -משמש אז זיי האבען פארלוירן זייערע רעכטען אין זכות קבירה ציליב הויכע אימבאצאלטע מעמבערשיפ ביללס, אין פראבירן אזוי איבערצורעדן זייערע מענשטן זאלען זיך מייאש זיין פין ליגען לאחר מוא''ש מיט זייערע עלטערן אינעם ביה''ח אשר שם חלקת מחוקק ספון
פארשטייט זיך אז ס'ענדיגט זיך נישט דארט, נאר נאכדעם הענגען זיי ארום צעטליך קעגן ר' שלמה פאר'ן שרייבען 'אזא' בריוו פאר 'עלטערע יודן' וכו' (זעהט דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2795996&forum_id=16386 ר' שלמה זאגט קלאר אז קהל האט אזא בריוו קיינמאל נישט געשיקט אין אוודאי נישט בשמו, עס באלאנגט נישט אזא בריוו פאר א משמש)
קהל האט די לעצטע פאר וואכען באקומען צענדליגע רופן פין פארשידענע זאלי'ס אדער קינדער פין זאלי'ס וועלכע האבען געהאט טענות אויף שארפע בריווען אין צימאל אויף שווערע הויכע ביללס פין קהל'ס אדרעס, אין קהל האט אייביג געצייגט די ריכטיגער באלאנס וואס קהל האט אין דער בריוו איז געשיקט דורך בלעק מעילינג אין קהל'ס נאמען
(במאמר המוסגר: דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' שלמה איז געווען א משלם טובה תחת רעה, אין נישט גענוג אז ער האט נישט פארלאנגט זיין פארדינטע אפטרוט געלט אד''ג נאכדעם וואס זיי האבען ארויסווארפען א געטרייע ארבייטער פין צענדליגער יארען, האט ער ציריקגעשיקט יעדן רעסיט ביכעל, אין הייבט נאך היינט אויף טעלפאן'ס פין זייער שמש פעלדמאן, בנוגע סיי וואס פאר א פראגע)
עס האלט אויף אזוי ווייט אז זיי רופן אן משפחת וואס האבען א קרוב וואס איז נישט געזינט ''אדער ווי בשעת שמתו מוטל לפניהם'' (לדוגמא משפחת בני ר' שלמה זלמן סאנדער ע''ה בשעת זייער מאמע ע''ה איז אוועק) אין סטראשען אין שרעקן אן בשם קהל אין די חברה קדישא אז אויב זיי צאעלן נישט 10 -15 טויזענט דאללער אין צימאל נאך מער, קענען זיי פארגעסן פין ליגן אין בית החיים, האפענדיג אז יענעם וועט פארגיין די אפעטיט אין מסכים זיין צו לייגען ביי זייער לאט (לדוגמא משפחת רז''ב).
די עקל פין אזא התנהגות צו אייגענע מענטשן איז אין לשער
אלעס כדי אנצופולן ווי פריער זייער בית הקברות כאטשיג מיין איין רעספעקטפולער אלטער איד אדער אידענע
אין צו מאכען אפאר דאללער צו קענען באצאלען די אפגעטיילטע בית הקברות
המשך יבא