בית פורומים אידישע געדאנק

וועט ר' אהרן האבן א חדר מיוחד נעבן זיין עמוד אין קרית יואל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2010 21:05 לינק ישיר 
וועט ר' אהרן האבן א חדר מיוחד נעבן זיין עמוד אין קרית יואל?

אין די היצטיגע טעג ווען די מערכה ארום דעם שוהל פון קהל בית יואל איז אין פולן קראפט, ווילן מיר פרעגן א תמימות'דיגע פראגע; וועט ר' אהרן טייטלבוים נאך אמאל זוכה זיין איבערצוטרעטן דעם שוועל פון דעם רעבעצינ'ס שול, צו טון דארט זיינע אייגענע געברויכן, טאקע נישט אין א סעפטיק, נאר אין א געהעריג אויפגעבויעטן סוער קוואל?
 
מ'שטיינס געזאגט, עס ווערט דאס געפירט א שווערע מערכה וואס קאסט אפ פאר ביידע צדדים אוצרות מיט געלט. אבער דער ציהל איז זייער א קלארער, די חברי קהל בית יואל ווילן זיך צוריקזען אין דעם שול וואו זיי האבן געדאווענט די לעצטע 20 יאר, און דוד עקשטיין וויל אז ר' אהרן טייטלבוים זאל האבן א חדר המיוחד שע"י הביהמ"ד וואו ר' אהרן זאל קענען ארויסגיין פאר זיינע געברויכן.
 
וואו עס האלט כהיום יום, זענען ביידע צדדים פארלוירענע, אבער עס איז העכסט פארשטענדליך אז ווי נישט ווי איז קהל בית יואל געבליבן דער פולשטענדיגער בעה"ב אויף דעם הויז. צו זיי וועלן דאס מעגן נוצן פאר א שול צו נישט וועט דער געריכט באשליסן, אבער דאס איז אמאל זיכער אז דוד עקשטיין האט קיין שום אחוזה אין דעם הויז זעלבסט. ער קען בויען פארקינג לאט'ס ארום און ארום, ברענגן טרעקטער'ס זונטאג פארטאג'ס צו ווייזן בעלות, האבן ריזיגע בילדער פון סעפטיק טענק אויפן בלאט הויפט-זייט. אבער עס איז דא איין זאך וואס ער קען נישט האבן, און דאס איז "דער הויז".
 
דוד עקשטיין פירט שוין פאר יארן א פערזענליכע מערכה מיט דעם הויז, און ווי עס שיינט וועט אים דאס באגלייטן אין קבר. זיין ציהל איז געווען; ארויסצושטויסן די קרעטשמע זיצער און די וואס רעדן אויף ר' אהרן פון זיין בעקיארד. און איבער אלעם איז געשטאנען דער ציהל אז ר' אהרן טייטלבוים דארף האבן א שטיבל וואו צו גיין אויף געברויכן. קען זיין אז ער וועט די קרעטשמע זיצער ארויסשטויסן, אבער ר' אהרן טייטלבוים וועט אין זיין זיס לעבן נישט זוכה זיין צו האבן א טיר הארט נעבן זיין עמוד ארויסצוגיין, אזוי ווי דער אינגערער ברודער האט אין דעם גע'גנב'טן ראדני שול.
 
אין איין ווארט וואס עס טוט זיי וויי: מיר האבן ניקס דעם שול אויף ראדני; מיר האבן נישט דעם בית נאוה קודש אויף 550 בעדפארד; מיר האבן נישט קיין הכנות שטיבל פאר אונזער רבין נעבן זיין עמוד אין גרויסן שול אין קרית יואל; מיר האבן ניקס קיין עתיד אין דין תורה דעריבער זענען מיר געלאפן אין בג"ץ; מיר האבן בלויז א צייטונג וואו טראציגע בחורים זיצן און געבן זיך אויס דעם דם רותחת וואך איין וואך אויס; מיר האבן נישט קיין אנערקענונג פון די גאס אז אונזער רבי איז א גאון הגאונים, נאר בלויז אינעם ציוני'סטישן משפחה מאגאזין; מיר האבן א פארפוילטע חינוך וואו מ'העצט אן די יונגווארג קעגן אלטע ערליכע רבנים; מיר קענען זיך נישט געהעריג אויפטון מיט די טעקסעס שחיטה ווייל עס גייט ווייט נישט אויף דעם וועג וויאזוי אונזער רבי וויל; מיר האבן א רבי וואס דארף ליגענט זאגן ברבים ריינצעוואשן די מפוקפוק'דיגע אריזאנע ווייץ, דעריבער האבן מיר נישט קיין אנדערע ברירה ווי אנפילן בלעטער מיט קאלירטע בילדער פון א סעפטיק סוער, ברענגן טרעקטער'ס צו בארוהיגן דעם יוגענט, שלאגן מיט רשעות די וואס קומען מוחה זיין אויפן כבוד פון זייער שול, אהיימבאגלייטן דעם רבי'ן מיט הונט פון שול שבת צופרי. - ווייל "אז עס טוט וויי שרייט מען"...
 
און דאס דארף נאכמאל ערווענט ווערן; עס זאל יעדער פארשטיין דעם פראבלעם וואס די אהרונים האבן באמת מיט די פראטעסטן. שמואל ווידער און מתתי' דייטש באדערט גאנץ ווייניג אז ר' אהרן זיצט איינגעשפארט אויף הויז סט. ביז שפעט ביינאכט ווייל אפאר הונדערט אידן שרייען "אהרן טייטלבוים צא טמא", וואס עס באדערט זיי יא איז, אז דער פאלשער שקר'דיגן שלייער ווערט אראפגענומען ווען מען פארשעמט זייער רבי'ן אין די גאסן לעיני העמים. זיי שעמען זיך נישט פאר די סאטמאר'ע, זיי שעמען זיך פאר די סקווירא און בעלזא חסידים, וועמען זיי פרובירן אזוי שווער איינצורעדן אז ר' אהרן איז דער מאכסטפולסטער רבי וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, עס ווייזט פאר די א.ד. חסידות'ער אז ר' אהרן איז ווייט נישט אזוי שטארק ווי די בילדער אין די מאגאזינען ווייזן.
 
ר' אהרן האט א ערנסטע פראבלעם, זיינע נאנסטע מענטשן גייט קנאפ ווייניג אן אז ער זעלבסט ווער בזוי ומבוזה פאר די גאנצע וועלט, זייער ציהל איז, און זיי זאגן דאס אפן, אז דער עראפלאן וואס משה גבאי האט געוואלט פירן, זאל ווייטער געפירט ווערן דורך מתתי' דייטש און שמואל ווידער. ווען עס זאל שמואל ווידער מיט די אנדערע אנגיין דעם כבוד פון ר' אהרן טייטלבוים, וואלט ער זיכער געמאכט אז ר' אהרן שרייבט נישט אונטער קיין טשעק'ס פאר א לויער, ביי די פארלוירענע הצלת רבינו קעיס. און בכלל זיכער געמאכט אז ר' אהרן'ס נאמען זאל בכלל נישט קענען פיגורירן ביי די גאנצע סומטאכע פון רופן א טאטן אין קאורט. אנשטאט, האבן זיי באשמוצט ר' אהרן אין די גאנצע וועלט, עס האט יעדער געזעהן די בילדער ווי דער רבי דער ברך משה ז"ל ווערט סערווירט מיט א סובפינע, און א שטארקן דורכפאל אין קאורט האבן זיי - צו אלע צרות - געליטן, אבער וויבאלד זיינע פילאטן האבן געשפירט פאר וויכטיג אז דער קעיס זאל אנגיין, האבן זיי נישט געהאט קיין שום פראבלעם אים אנצושטונקן אין די וועלט, ווייל ביי זיי הייליגט דער ציהל די מיטלען.
 
א צווייטע דוגמא איז דער הליכה לבג"ץ אין בני ברק, די פילאטן האבן פארשטאנען אז ר' אהרן'ס כח קען גענוצט צו שטארקן די הליכה לבג"ץ, האבן זיי זיכער געמאכט אז הר' אהרון טייטלבוים זאל זיין פארצייכענט אלס דער מורשה אינעם ציוניסטישן בג"ץ, און מיט דעם אנגעשטינקען זיין נאמען אין די גאנצע וועלט אז אזא איינער וואס פאררופט זיך סאטמארער רבי קלאגט אין בג"ץ, אבער וויבאלד דער פארטיי דארף דאס האבן האבן זיי ווידער נישט געהאט קיין פראבלעם אים צו נוצן, ווייל ביי זיי הייליגט די ציהל די מיטלען.
 
און דאס איז וואס באדערט זיי דא, ווארים די וועלט שטייט מיט אפענע אויגן, און זעהט טאג איין טאג אויס געשלעגן דורך די אהרונים אין קרית יואל, פראטעסטן קעגן ר' אהרן טייטלבוים אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, קליפס ווי דער סבלן אנטלויפט פון זיין היימשטאט קרית יואל און נאך. און דער פארטיי ווערט פארשעמט. דאס איז וואס מאכט זיי אזוי ווילד, און אז עס טוט וויי שרייט מען און וואנזיניגע שעלטן מיט טויטע קללות.
 


תוקן על ידי באלאנד ב- 14/06/2010 21:09:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 18:23 לינק ישיר 

דע חו"מ סימן ד' קען איך אויך, קוק אריין דארט אינעם קצות ער שרייבט דארט פון דעם אז מענטשן כאפן אוועק פון יענעם ווייל "ער האלט ס'זיינס" אזוי דארף יענער זיין דער "מוציא מחבירו עליו הראיה" ער שרייבט זייער שארף ער שרייבט אז דע מענטשן פארדרייען דעם שו"ע און ברענגט א זוה"ק זייער שארף דערויף,

כל זמן דוד עקשטיין איז מזיק אונזערע נכסים אפילו "ער האלט אז ס'זיינס" איז ער א גזלן דא איז נישט שייך מציל את שלא ווייל דאס איז נישט קיין דבר האבוד ס'וועט גארנישט געשען צו דעם קרקע ביז ער רופט דין תורה בית יואל קען במילא נישט אוועקוואקן מיט דעם קרקע און ער האט נישט קיין תירוץ צו כאפן דא גילט נישט די טענה פון "מציל", אז ער האלט אז די טרעפ פון בית יואל איז זיינס דארף ער רופן בית יואל צו דין תורה און אויב קומט ער צוברעכן די טרעפ דארף בית יואל טון וואס מען טוט מיט א גזלן  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 17:07 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
אויב דוד עקשטיין האלט אז ער האט  א תביעה בדין תורה, מעג ער נאכנישט אראפברעכן סטעפס אן רשות בית דין, ער קען יענעם רופן צו דין תורה, אבער נישט כאפן אליין און ברעכן,


ביסט א געזינטער עם הארץ, אדער בקיצור א... זאלי. על פי הלכה מעג מען יא כאפן, און אויב ווילסטו עם סטאפן רופסטו עם צו דין תורה, אויב ר' דוד האלט אז ס'איז זיינס, מעג ער דארט טין וואס ער וויל,???? און דו קענסט עם תובע זיין לדין.

אז מ'מעג כאפן ביקאז ער האלט ס'זיינס קען מען דאך לייגן דעם גאנצן חושן משפט אין שמות טראק יעדער איינער האלט דאך אז ס'זיינס זאל עס יעדער כאפן און ער וועט צוריק כאפן און ער וועט נאכאמאל כאפן און ער וועט צוריקכאפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 17:06 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
אז די האלסט דיך פאר אזא געזונטער תלמוד חכם אז די באוואשט מיך אלס עם הארץ אפשר געסטו מיר א מראה מקום וואס ווערט געפס'נט אז ווען א איד האט א תביעה אויף איינעם'ס הויז קען ער זיך אליין אריינגיין און איבער נעמען דאס הויז.


חושן משפט סימן ד' סעיף א'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 16:52 לינק ישיר 

אז די האלסט דיך פאר אזא געזונטער תלמוד חכם אז די באוואשט מיך אלס עם הארץ אפשר געסטו מיר א מראה מקום וואס ווערט געפס'נט אז ווען א איד האט א תביעה אויף איינעם'ס הויז קען ער זיך אליין אריינגיין און איבער נעמען דאס הויז.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 05:01 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
אויב דוד עקשטיין האלט אז ער האט  א תביעה בדין תורה, מעג ער נאכנישט אראפברעכן סטעפס אן רשות בית דין, ער קען יענעם רופן צו דין תורה, אבער נישט כאפן אליין און ברעכן,


ביסט א געזינטער עם הארץ, אדער בקיצור א... זאלי. על פי הלכה מעג מען יא כאפן, און אויב ווילסטו עם סטאפן רופסטו עם צו דין תורה, אויב ר' דוד האלט אז ס'איז זיינס, מעג ער דארט טין וואס ער וויל, און דו קענסט עם תובע זיין לדין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 04:15 לינק ישיר 

איך שטיי און איך שטוין ווי די ארונים ווייסן נישט ווי זיך אהינצוטון פאר גרויס שמחה איבער די היינטיגע קאורט ממש מ'האט אראפגענומען די TRO 

איך שטעל מיך שוין פאר ווי אזוי מ'האט איבערגעגעבן די בשורה מרנינה דוד עקשטיין איז אריינגעלאפן פארסאפעט אל הקודש פנימה מיט די אומגלויבליכס.. אז וואס?

אז פון היינט מאנטאג חקת 1 אזייגער ביזן טאג פונעם פסק מעגן מיר לייגן קוילן נאך די טרעפ פון די רעבעצין'ס בית המדרש...
איך בין זיכער אז ר' אהרן איז אויפשפרינגען פאר שמחה איך האלט אז דוד עקשטיין האט עס אים פארציילט צוביסלעך ער זאל נישט באקומען שטארקע הארץ קלאפענישן פון גרויס פרייד...

אבער עס פעלט נישט אויס איבערצודרייען דעם קאפל ווייל אזאנע געווינסן איז קיינער נישט מקנא...

שישו ושמחו בשמחת רבינו מער פרטים איבער די סעודת הודאה וועט נאכפאלגן אינעם בלאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 03:02 לינק ישיר 

און ווילאנג נאך וועט ר' אהרן באצאלן 25 טויזנענט דאלאר רענט פאר די פארקינג לאט אויף קענט עוועניו? פאר דעם פרייז שטעלט מען אים צו א ספעציעלער חדר מיוחד, אפילו אויב ער דארף א בענדעדש ראש השנה קען ער אין דעם חדר באקומען,
אלעס אינקלאדעט אין די דריי הינדערט טויזענט דאלאר א יאר רענט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 22:11 לינק ישיר 

אויב דוד עקשטיין האלט אז ער האט  א תביעה בדין תורה, מעג ער נאכנישט אראפברעכן סטעפס אן רשות בית דין, ער קען יענעם רופן צו דין תורה, אבער נישט כאפן אליין און ברעכן,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 21:54 לינק ישיר 

קהל אין ק''י האלט אז דאס איז זייערס - זיי האבען עס געבויט אין האבען עס קיינמאל נישט אוועקגעגבן אויף אייביג
אין זיי טוהן דארט כאדם העושה בתוך שלו

אויף די טענות פין צד מהרז'ל האבען זיי שוין געזאט, איר קענט זיי רופן צו די''ת אין זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 21:50 לינק ישיר 

דער ריכטיגער פרצוף האט געוויזן ר' אהרן מיט דוד עקשטיין מיטן צוברעכן דעם אריינגאנג פון דעם הויז אן קיין רשות בית דין - און ארעסטירן אידן שלא ברשות בית דין - דאס איז דער פרצוף פון צעיושעטע חיות - בלויז צוליב נקמה אז זיי ווילן נישט געבן קיין מקום פאר ר' אהרן זיך צוגיין אויף געברויכן,

ווען איר וואלט כאטש געהאט א הו"א אז עס קיין נאך זיין א טשענס אין קוארט צו באקומען א שטיקל פון דעם הויז וואלט נישט געוואן די קשיא אזוי גרויס, אבער בלויז צוליב נקמה, און א בחינה גם לי גם לך לא יהי' איז א רשעות און טפשות, ווייל עס ווייזט דער פרצוף פאר די וועלט און ער פארדינט גארנישט, און צום סוף וועט ער נאך פארלירן דער משפט אויך,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 21:43 לינק ישיר 

דיןתורה


דאס צושליסן דעם סוער האט איין סיבה: צו צווינגען קהל בית אלטא פיגא צו פארהאנדלען איבערן הויז. אודאי האבן זיי נישט געבעטן אין קאורט מען זאל זיי צוריקגעבן דאס הויז, ווען קאורט האט שוין מיט 14 יאר צוריק דאס אפגעפסקנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 21:37 לינק ישיר 

באלאנד

פיין געזאגט

נו אויב אזוי, אויב זענט איר אזעלכע געווינער, פארוואס האסטו געדארפט שרייבן די ווערטער נאכן פארלירן ווען דער געריכט געט רשות ווייטער צו מאכן דעם פארקטינג לאט אין אינצווישן זיך אויפדעקן דעם פרצוף און ווייזן וואסערע צעיושעטע חיות איר זענט, איר האט דאך תיכף געקענט אזוי שרייבן און שלום על ישראל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 21:31 לינק ישיר 

באלאנד ביזט א גיטע שרייבער פין פאך
אבער שרייבן אזויפיל ליגענט אזוי איינס נאכען צווייטען דאס דארף מען אויך קענען

איך גיי דיר נאר פרעגן איין קשיא
ווי זעהסטו אז צד מהר''א האט געוואלט איבערנעמען דעם הויז ביים ''יעצטיגען סוכסוך''?
עס איז געווען א דיון וועגן דעם הויז וועלכע האט זיך גענדיגט תשנ''ה בערך, אבער יענע קעיס איז שוין לאנג פארמאכט
טראץ וואס צד מהר''א האט נישט אויפגעגבן זייערע רעכטן
צד מהר''א ווייסט קלאר אז לויטן יעצטיגען צישטאנד ''קענען זיי נישט באקומען דעם הויז'', אין זיי האבען עס קיינמאל נישט געבעטן פונעם ריכטער
נאר זיי פראבירן צו לייגע דרוק פאר 2 זאכען 1)מ'זאל ארויסגיין פין קארט וואס מ'קלאגט זיי 2) מ'זאל זיך זעצן מיט זיי צו ''דין תורה'' אויף דעם הויז (שריי נישט שיק א הזמנה, ווייל ער האט שוין געשיטק פאר איבער 20 יאר ציריק)


איך ברענג בלויז איין דוגמא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וועט ר' אהרן האבן א חדר מיוחד נעבן זיין עמוד אין קרית יואל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext