ב"ה חוץ לארץ'דיגע אידן! וואו זענט עטץ?
אידיש בלוט ווערט געגאסן ווי וואסער אין א"י, רח"ל, פני זקנים לא נהדרו ישישים לארץ נרמסו, אויך מרנן רבני ודייני הבד"ץ שליט"א ווערן געפייניגט און באשפריצט מיט טרערן געז, ערליכע אידן, ריינע בחורים און זיידענע יונגעלייט, ווערן מערדערליך געשלאגן מיטן גרעסטע מאס רציחה, ווייזט אויס אז די ציונים פילן אז זייער סוף איז נאנט און דעריבער האבן באשלאסן אז בעפאר דעם מוזן זיי פארניכטן דעם יהדות החרדית - זייערע הויפט ציל פון אייביג אן.
חוץ לארץ-דיגע אידן! ענק זענען די איינציגע וואס קענען העלפן מיטן אויבערשטענס הילף, ווייל ענק זענען פון-דרויסן, און נישט געפאנגען במצור ובמצוק בשבי הציוני, ענק קענען באמת אויפטאהן! לאזט אפ יעצט די אינערליכע עניינים, און גייטס בהמון צו באשיצן און ראטעווען דאס יהדות החרדית אין ארה"ק לבל תהא למרמס ולמשיסה ולרציחה ע"י הציונים הארורים ימ"ש.
פילט אן די גאסן! באלאגערט די ציוניסטישע עמביסיס ביי טאג און ביי נאכט! גייטס צו טאג-טעגליכע פראטעסטן! רופט זיי 24 שעה א טאג אויפן טעלעפאנען, שיקטס אימיילס, נוצט אלע מעגליכע וועגן! לאזט זיי וויסן קלאר און דייטליך אז ביז ווי לאנג אידן אין א"י האבן נישט קיין מנוחה וועלן זיי אויך נישט האבן! אז ביז ווי לאנג זיי טוען רודפ'ן און פייניגן אידן אין א"י וועלן זיי אויך ליידן און קאסטן כאטש דאס זעלבע פון אונז!
עת מבחן עתה! געדענקט: לא תעמוד על דם רעך! עס האלט שוין נישט ווייט פון פיקוח נפש! וועקט אייך אויף! שווייגט נישט!
 |
|
|