בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב מקודשת: זעקסטע חופה אין בני יואל זאל אן רשות פון ר' אהרן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2010 05:19 לינק ישיר 
מזל טוב מקודשת: זעקסטע חופה אין בני יואל זאל אן רשות פון ר' אהרן!

מזל טוב מקודשת.
הגה"צ אבני שלמה שליט"א איז געווען דער בעל מסדר קידושין 
א באס אין ווילאמסבורג מיט די ארוינישע קרובי המשפחה (בתוכם הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ובניו) האט געווארט ביז נאך די חופה צו זען צו עס גייט עס זיין אזא רב וואס מען זאל קענען איינרעדן די חלה דעקלעך כאלי מען האט באקומען רשות.



תוקן על ידי המהדרין ב- 16/06/2010 03:49:00




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 03:21 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס עס האט אויסגעפעלט די גאנצע מעשה; מבזה זיין ת"ח; אינטערשרייבן נישט צו גיין צו קרובים'ס חתונות; וכו' וכו' ?

מען וואלט שוין געקענט ביי די ערשטע חתונה זאגן אז מען האט געבעטן רשות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 01:48 לינק ישיר 

א איד -א ארוני האט חתונה געמאכט אין קר"י פערעדייס איז ער אריין צו רא"ט בעטן רשות אויב ער קען מכבד זיין זיין זיידן מיט סידור קידושן, האט אים דער גבאי פישער געזאגט אז נאר אין די נייע זאל געט מען רשות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 01:27 לינק ישיר 

לאכטס נישט איך הער בסוד סודות אז ביי די קומענדיגע חתונה בבית הרה''ח ר' יודל הירש איז שוין דא רשות!
ר' חיים בעריש פילאפ א שוואגער מיטן מחותן האט שוין א רשות צעטל פון גבאי פישער....
 הא? יודל הירש האט זיך געבראכן! נאר אזוינע נצחונות פאר די אהרויניס און מיר זענען מסודר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 01:15 לינק ישיר 

איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען ווי יעצט היתכן מען רופט די ארונים חלה דעקעלעך, אבער איצטעט איז מיא אלעס פארענטפערט געווארן,
פארוואס?
ווייל אויב קענען ענק טענה'ן אז ישראל זב"ש, אדער ח"ל סאקס, אדער בלום, אדער שווארץ, איז געגאנגען פרעגן רשות, איז טאקע נישטא קיין אנדערע תירוץ פאר ענק נאר חלה דעקיל

לאמיר דיר פרעגן ביי ברוך נחום שווארץ ווער איז געגאנגען פרעגן, ברוך נחום אדער פאלקאוויטש אדער מענדל לעווי?

ביי משה יעקיל און סאקס, איז ווער געגאנגען משה יענקיל אדער סאקס אדער שמואל דוד סאקס?

ביי הערשל יאק"ב און ישראל זב"ש איז ווער געגאנגען יאק"ב זב"ש אדער מאיר צוויבל?

און היינט נאכט ביי לאנדא איז ווער געגאנגען לאנדא, בלום?

עטס זענטס אזוי משוגע אז עטס  האט ניטאמאל א פראבלעים צוזאגן אז יוסל וואלדמאן האט געפרעגט רשות, אויב זיין שוואגער מערץ וועט פרעגן,

לאמיר ענק זאגן קיינער איז טאקע נישט אינטעראסירט אז זיין שוואגער זאל נישט קומען צו זיין חתונה, און אויך וויל ער נישט אז מען זאל טערארזירן זיין קינד, אבער נאך שווערער איז עם צו מכבד זיין מהר"א און זיי וועלען עס נעווער טוהן, און טאקע די איינע וואס האט יא געפרעגט רשות האט דארט נישט חתונה געמאכט, און ווייל ענק האבן געזעהן אז עטס זענטס חוזק האט עטס אנגעהויבן אז מען פרעגט רשות, די חלה דעקיל קען קודם די מחותנים און נאכדעם וועט מען רעדן צו מען האט געפרעגט רשות,

עטס זענט ניטאמאל א שיינע חלה דעקיל עטס זענט סתם א אלטע מיאוסע חלה דעקיל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 01:10 לינק ישיר 

אמן ואמן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 01:04 לינק ישיר 

יא טייערער גערעכטער טאקע "קיינער" פון די מחותנים וועלעכע האבן חתונה געמאכט דארט  זענען נישט געגאנגען מכבד זיין ר' אהרן מיט סידור קידושין! לא הם ולא שלוחיהם!

ווער עס קען נאר איינעם פערזענליך פון די אלע מחותנים פון די חתונות איז גרייט אפילו צו שווערן אז דאס האט נישט פאסירט, אויף די ליצנות אז א קרוב וואס שעמט זיך נישט צו קומען צו די חתונה קאלט אן גבאי פישער
און באקומט "רשות" איז נישטא מער ווי צו לאכן א גוטס.

די פאקטן פון די פארלוירענע סידור קידושין מערכה רעדט פאר זיך אליין, עס איז צום האפן אז אזא מפלה
זאלן זיי האבן אויך ביי די אנדערע שווערע מערכות און שטעטל. אכי''ר
און פאר דיר גערעכטער השי''ת זאל העלפן אז נאר אזעלעכע נצחונות.אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 00:17 לינק ישיר 

יא יא איינער ןןאס דרייט זיך נאר מיט חלה דעקליך פארשטייט נישט א נארמאלער מענטש איי דאנט בלעם יא אזוי ווי א נארמאלער מענטש פארשטייט נישט קיין חלה דעקליך !!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 23:44 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
אקסל ווען דו שרייבסט "קיינער" מיינסטו טאקע אויסדריקלעך "קיינער"? מייער איז קיינער?, חיים לייב סאקס איז קיינער? ישראל זילבערשטיין איז קיינער? בלום איז קיינער? שווארץ איז קיינער?, ווער זענען די אלע קיינערס?, אין ענקער אקסעלע פאמיליע קימערט זיך טאקע קיינער אז די נאנטע משפחה וועלן נישט באשיינען זייער שמחה, אבער ביי נארמאלע מענטשן וויל מען יא אז אויב מעגליך זאל די גאנצע נאנטע משפחה דארט זיין, און אויב מיט א קליינע פעולה קען מען דאס ערייכן, פארשטייט יעדער אז מען דארף דאס צוטון, און "יעדער" מיינט נישט אויסדריקלעך "יעדער", ווייל אויב איז מען ממשפחת הסרחי, גייט נישט אן אז מען קומט נישט צו די שמחה.


יא יא אין נאכאמאל קיינער קיינער גייט נישט אן אז א משפחה וויל נישט קימען אטייל נעמען די בני יואלע זענען דעס שוין אדארך שיינע יארן סאיז אויסגעוועפט די וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין אזוי איך וועל נישט פארשטיין די חלה דעקליך אזוי וועסטו נישט פארשטיין א בני יואל סאיז די גערסטע כבוד די טעראר וואס ענק מאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 22:49 לינק ישיר 

וואס דארף מען זיך טענה'ן מיט דעם חלה-דעקל, ביי די אהרונים ווערט דאך אלעס פאראייביגט דורך פיקטשערס.

לאז דעם אהרוני ברענגען א פיקטשער ווי דער מחותן קומט בעטן רשות פון דעם ראש ממשלת האהרונים, ושלום על ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 20:15 לינק ישיר 

טייערע ארונים ענק לעבן אין א ביטערע טעות קיינער אין קיינער איז נישט אינטערסירט אין קיין רשות פין עם אין דע שרעקליכע זאך פין א משפחה זאל נישט קימען צי א שמחה איז שוין די בני יואלע ציגעווינט די לעצטע 25 יארן סאיז א אויסגעוועפטע זאך אין ביי דע וועי האט עס דעמאלטץ אויפגעטין האט איינער ארויס גענימען די קינדער ניין! די זעלבע זאך יעצט סגייט קיינעם נישט אן ענקערע זאכן יא רשות נישט רשות קיינער רעדט אפי' נישט דערפין נאר אפשר געסטו מיר צי פארשטיין אויב איז אלע לעצטערע געווען  מיט רשות פארוואס קאלן נעבעך ענקערע קעלבעלעך א טייל פין די לעצטע מחותנים אויב יא מיט רשות פארוואס קאלט מען נישט ווייל די זאלסט מיינען אז סגייט איינעם אן דע זענען שוין אדארעך די אלע זאכן זיי לאכן דערפון אין גרויסן אבער וואס איז ענקער מהלך יא רשות אדער נישט פארוואס קאלט מען יעדעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 18:51 לינק ישיר 

איימעסארי יונגעל, מיין כוונה מיט ר' דוד ראזענבערג איז נישט געווען צו ברענגן דא זיינע פסקים, מיין כוונה איז און איך זאג עס נאכאמאל ר' געציל ברענגט דעם רבין'ס בריוו אבער ער האט נישט געפסקענט אז מ'דארף צוטיילן דעם פארפאלק און איבערמאכן די קידושין איך ווייס נישט פון וועלעכע "יעדער" דו רעדסט איך קען דיר אויף דעם נישט ענטפערן איך קען דיר נאר ענטפערן איבער וואס ר' געציל שרייבט און זיין בריוו און איבער זיין דרשה,
 
דער מנחת יצחק סימן קיב רעדט אויך פון א מסדר קידושין וואס האט מסדר געווען כדת משה וישראל ס'איז געווען שלא ברשות המרא דאתרא, ער ברענגט אויך דעם שבו"י מיטן כנ"י און ער שרייבט קלאר אז כל זמן אלעס איז געווען כשר וישר ס'איז נאר געווען שלא ברשות איז די קידושין כשר לכל הדיעות,

איי דער רבי מיטן מנחת יצחק זענען זיך סותר?! ניין זיי זענען זיך נישט סותר! די רבי אין זיין בריוו שרייבט נישט איבער די קידושין ער הייבט אן גראד מיטן פסק הלכה, פון ווי ווייסט מען ווי אזוי די קידושין איז דארט צוגעגאנגן צו דער מסדר איז געווען א בקי צו נישט, צו דער מאן אדער פרוי זענען געווען אין טראבעל (דעס זענען די שאלות פון וואס דער שבו"י מיטן כנ"י רעדן) אבער פונעם רבין'ס בריוו קען מען דאס נישט זען ווייל ער הייבט אן גראד מיטן פסק ער רעדט נישט פונעם מציאות,

אז ר' געציל איז מעתיק דעם רבין'ס בריוו מיטן שבו"י דארף ער עקסטער זאגן צו מ'דארף איבערמאכן די קידושין צו נישט, אז ער זאגט נישט מיינט דאס אז מ'דארף נישט, סיי דער רבי און סיי דער מנחת יצחק האבן נישט באצאלט ווייניגער פאר טינט.


תוקן על ידי שטריברורין ב- 15/06/2010 19:00:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 17:54 לינק ישיר 

א נייער פוסק דוד ראזענבערג, אגב, וואס זאגט דוד ראזענבערג וועגן טשעקן א ספר תורה מיט א קאמפיאטער?, ער האט זיך ארויס געשטעלעט צו זיין קהל'ס נער, און א וועלטס חוזק, ווי אויך ביי די אריזאנא ווייץ, מיט חלומות און פאנטאזיעס, (באמערקסט? איך האב במכיוון נישט געשריבן דאס ווארט שקרים!), אלזא, הו קערס וואס דוד ראזענבערג האט צו זאגן, רבי געציל שליט''א ברענגט א תשובה פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי''ע, און דארט שטייט קלאר אז מען דארף איבערנעמען קידושין, און דאס פסקעט ער פאר וועם עס פרעגט עם, און דאס איז תורה ניצחית, און טויזענטער דוד ראזענבערג'ס קענען דאס נישט ענדערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 17:22 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
אויב האבן די בני יואל דעגרייכט נאר האלב, דהיינו אז יעדער רב ומו"צ באקומט רשות, אן אפילו בעטן, [נאר דורך א שוואגער וכדו', אזוי ווי די אהרונים פארקויפן אצינד אז צוויבל האט געברענגט די רשות צעטל], דאן האבן זיי אויך דורך געבראכן א היסטארישע פונקט.

קודם עקזעסטירט נישט רשות פון א משפחה מיטגליד, דער אבי החתן דארף בעטן, צו פרזענדליך צו ע''י שליח, אבער ער דארף בעטן. צווייטענס, איז דאס א שרעקליכע נידערלאגע פאר די בני יואל, ווייל דער שארמאשער און דער טשאדער וועלן זיכער נישט באקומען קיין רשות, וועט אוטומאטיש ווערן צוויי קאטאגאריעס, סידור קידושין ברשות המרא דאתרא, וואס איז גיטע קידושין לכל הדיעות, אדער בלי רשות וואס איז צווייפעלהאפטיגע קידושין אדער גאר פסול לפי פסקו פון דיין רבי געציל שליט''א, על כל פנים, נישט דאס איז געווען די כוונה פונעם נייעם האל, איז דאס בעטן רשות שמעקט זיי זייער נישט, מילד גערעדט!

 הרה"ג ר' דוד ראזנבערג שליט"א בעל מנחת דוד, שרייבט אין א תשובה איבער די א.ג. פסולע קידושין שרייבט ער, אזוי לאנג ווי ידידי הרה"ג ר' געציל שליט"א פסקענט נישט פסולע קידושין, גייט זיך נישט מטפל זיין מיט דעם טיפשות, אדרבה ר' גערעכטער ברענג מיר ווי ר' געציל זאגט פסולע קידושין און איך וועל עס צייגן פארן מנחת דוד אז ער איז נישט גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 16:58 לינק ישיר 

זיבענבערגן כתב:
אויב האבן די בני יואל דעגרייכט נאר האלב, דהיינו אז יעדער רב ומו"צ באקומט רשות, אן אפילו בעטן, [נאר דורך א שוואגער וכדו', אזוי ווי די אהרונים פארקויפן אצינד אז צוויבל האט געברענגט די רשות צעטל], דאן האבן זיי אויך דורך געבראכן א היסטארישע פונקט.

קודם עקזעסטירט נישט רשות פון א משפחה מיטגליד, דער אבי החתן דארף בעטן, צו פרזענדליך צו ע''י שליח, אבער ער דארף בעטן. צווייטענס, איז דאס א שרעקליכע נידערלאגע פאר די בני יואל, ווייל דער שארמאשער און דער טשאדער וועלן זיכער נישט באקומען קיין רשות, וועט אוטומאטיש ווערן צוויי קאטאגאריעס, סידור קידושין ברשות המרא דאתרא, וואס איז גיטע קידושין לכל הדיעות, אדער בלי רשות וואס איז צווייפעלהאפטיגע קידושין אדער גאר פסול לפי פסקו פון דיין רבי געציל שליט''א, על כל פנים, נישט דאס איז געווען די כוונה פונעם נייעם האל, איז דאס בעטן רשות שמעקט זיי זייער נישט, מילד גערעדט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 07:55 לינק ישיר 

אויב האבן די בני יואל דעגרייכט נאר האלב, דהיינו אז יעדער רב ומו"צ באקומט רשות, אן אפילו בעטן, [נאר דורך א שוואגער וכדו', אזוי ווי די אהרונים פארקויפן אצינד אז צוויבל האט געברענגט די רשות צעטל], דאן האבן זיי אויך דורך געבראכן א היסטארישע פונקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב מקודשת: זעקסטע חופה אין בני יואל זאל אן רשות פון ר' אהרן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext