בית פורומים כל העולם כולו

מלחמה קעגן חרדים אנגעהויבן אין מדינת ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2010 19:04 לינק ישיר 
מלחמה קעגן חרדים אנגעהויבן אין מדינת ישראל

 

ווער עס האלט מיט, די לעצטע געשענישן אין מדינת ישראל, קען זעהן בחוש אז ס'רעדט זיך מיט די ערגסטע תקופה פון די מלכות זדון ורשעות זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די מרידה אין מלכות שמים פאר 62 יאהר ארום.

די גראבערייען פון קברי אבות אין אשקלון – יפו – יבנה רח"ל.

די בלוט בלבולים וואס הערן כסדר אין די מידיעס אנטקעגן די ערליכע אידן.

די פריש גזירה פון בג"ץ אז די מדינה מעג נישט געבן געהאלט פאר ארימע אינגעלייט וואס האבן נישט קיין ברויט צו עסן [פון די געלט נעמן אויך סאטמארע חסידים ואנ"ש, ס'רעדט זיך נישט פון געלט פאר מוסדות און ישיבות וכוללים, ס'רעד זיך פון פשוט אביסל געלט וואס די מדינה געבט פאר יעדן וואס קען נישט אנקומען צו ריכטיגע פרנסה, אביסל געהאלט, און פאר אינגעלייט וואס לערנן אין כולל מעג מען דאס נישט געבן לויט די פרישע גזירה].

ועל כולנה, די איצטיגע שרעקערדיגע גזירה פון בג"ץ, וואס שיקט ערליכע חסידישע עדה שמאכטן און טורמע, אויפן בלויזן חטא פאר נישט זיי פאלגן אין נישט שיקן זייערע מיידעלעך לערנן צוזאמען מיט פארדארבענע קינדער. ווייטער, דער עולם האט א שטיקל טעות, און ממיינט אז די גזירה האט צו טוהן מיט דעם וואס די מוסדות נעמט געלט פון די מדינה. אבער ניין! לא, באל"ף רבתי. אין די לעצטע צוויי וואכן לערנן די מיידעלעך און מוסד וואס באלאנגט פאר סאטמאר [יא, סאטמאר אין בני ברק, נישט די מוסדות פון משה חיים וייס, נאר פון דוד מאיר טאהלער], און אויף דעם גייט מען זיי ארעסטירן.

 

ס'איז ללא ספק מלחמה כוללת על ה' ועל תורתו, און עפעס שווייגט מען דא.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/06/2010 20:05:29




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2010 00:37 לינק ישיר 

http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=8289
כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א מיט כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א בכבוד גלוי ויוצא מן הכלל, וואס איז געקומען באזוכן אין דאנקן אויף די שטיץ פון העה"ח אין באזונדער פון מרן הגאב"ד שליט"א צו דער גאנצע מערכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 19:16 לינק ישיר 
ס'איז דא א געווינער ביי די מלחמה


ליידער ליידער מיז'ן מיר מעלדען אז דער געווינער ביי די מלחמה זענען די בג"ץ זיי האבן געווינען און גרויס'ן

אפשר אזוי ווי ר' אברהם שור האט געזאגט אז מע גייט און בג"ץ האט דער בג"ץ א כח אויף אונז

און יעצט וויל איך לייגן א בילד פון סלונימער רבי ווי ער טאנצט מיט זיינע חסידים נאכן באפרייאונג (און צוזאג ווייטער צו באקומען אסאך געלט)

און די ליינער'ס זאלן אליין זאגן צו אזעלעכע חסידים קומען צו לערנען מיט סאטמאר'ע מיידליך אונטער נאמען פון הייליגען רבי'ן זי"ע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 17:56 לינק ישיר 

יעצט איז געמאלדן, אז מארגן, מרן הגאב"ד ובית דינו הגדול, וועלן שטיין בראש רבבות אלפי ישראל וואס וועלן באגלייטן די חסידישע היימישע אינגעלייט מיט זייערע פרויען, וואס גייען שמאכטן אין טורמע אויפן חטא פון פאלגן זייערע רעבעס אין ווילן שיקן זייערע טעכטער אין חינוך טהור כדרך רבותיהם.
אויך אין בני ברק וועט מרן בעל שבט הלוי שליט"א ארויס גיין בראש רבבות אלפי ישראל מיטן זעלבן ציהל.

אגב, נאכ'ן מברר פרטים, איזראלי איז גערעכט, טאלער האט זיי ארויס געווארפן נאך 3 טעג. נישט אינגאנצן קלאר פארוואס, ווייל מלכתחילה האט דאס געהייסן אז טאלהער מאכט דאס אלס צדקה. איך ווייס נישט וואס איז די סיבה אז ער האט זיי ארויס געווארפן. קען זיין אז ער האט מורא געהאט פון בג"ץ.
און נאך אגב, טאלער האט נאכנישט אופציעהל קיין מוסד חינוך לבנות, ער האט נאר געגעבן זיין פלאטפארמא אלס מוסדות סאטמאר, כדי זיי זאלן זיך פארשרייבן כאילו זיי לערנן אין סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 14:10 לינק ישיר 

היינט האט מרן גאב"ד י"ם שליט"א געווען בראש הונדערטע אידן און דו שטאט יפו, מוחה זיין אויף די שרעקליכע גזירה פון חיטוטי שכבי אין דער דארטיגע גאר אלטן אידישן ביה"ח.
דער גאב"ד שליט"א האט גערעדט צום עולם זיצנדיג אין זיין מאשין, און האט גערעדט ארום אז אין די צייט פון די ראשונים איז געווען גזירת שריפת התלמוד ער"ש פרשת חוקת, און די ראשונים האבן מרמז געווען אויף דעם אז די סדרה איז "דא גזירת אורייתא" אז מ'איז גוזר גזירות אנקעגן די תורה הקדושה. אין דער גאב"ד האט שטארק באוויינט אויף די ביטערע גזירות פון די לעצטע טעג, און האט בעיקר באצייכנט דעם נעכטיגן גזירה אויף די חינוך אין עמנוא-ל, אלס גזירת אורייתא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 14:03 לינק ישיר 

סלונים זענען פונקט וואו ויז'ניץ בויאן וכיו"ב, גארנישט אנדערש.
און טאקע שוין געפרעגט שלמהווייס, וואס הרב וואזנער איז מתיר וואס דער רבי זיע"א האט געהאלטן אז מ'איז נישט יוצא קידוש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 07:18 לינק ישיר 

וואס איז הרב וואזנער מתיר, די דיקקייט פון די שטרימפ? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 22:26 לינק ישיר 

 דער טאלער האט זיי אוועק געשיקט , אבער נישט וועגן פרומקייט חאטשיק ער שטעלט זיך פאר כאילו מכלומרשט ער איז א סאטמאר'ער חסיד , נאר ווייל זיי האבן אים נישט געגעבן גענוג געלט , ער איז דאך א בן נח הנהרג על פחות משוה פרוטה .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 21:52 לינק ישיר 


אביסל סדר הדברים איבער דעם נושא


קודם וויל איך מוחה זיין אויף דעם וואס מע פאדרייט א אשכול דער אשכול איז נישט קיין פאליטישע אשכול נאר וויל רעדן וועגן די פראבלעם פון סלונים ביטע נישט אלעס מיז ווערן פאליטיק

יעצט צו נושא דאס ביזטו גערעכט אביסל אז סלונים איז נישט ערגער ווי אלע אנדערע אזוי גערופענע חסידישע מיידלעך נישט פונקט ווייל ביאן וויזניץ בעלזא צאנז זענען אסאך אסאך בעסער, אבער גער און סלונים און חב"ד און סתם ליטווישע זענען דרגה ג' דאס הייסט דרגה א' סאטמאר און ירושלימער (וואס דאס ווערט אויך צוטיילט כמובן) דרגה ב' די פרומע אגודיסטישע ביאן בעלזא וויזניץ צאנז חלק פון סטאלין דרגה ג' סלונים גער סתם בית יעקב מיידלעך ליטווישע און א קליין פראצענט ספארדישע דרגה ד' די בעלי תשובה וואס ווייסן נישט וואס מיינט צניעות ובתןכם רוב רובו פון די ספארדישע גזע

און אמעריקא גייט דאס אזוי דרגה א' סאטמאר וכדו' דרגה ב' באבוב פאפא בעלזא וכו' דרגה ג' בית יעקב וויען ב"פ וכדו' דרגה ד' די ליטווישע פון פלעטבוש וכדו'

יעצט צום פוינט דאס אריין צו לייגן די סלונימער מיידלעך און איין סקול מיט סאטמאר איז סם המות פאר'ן חינוך פונקט ווי אריין לייגן די ספרדישע מיידלעך מיט סלונים, אמת הרב וואזנער געט דאס נאך בעניני צניעות אבער דער רבי ז"ל האט קלאר געהאלטן אז דאס איז אסור ווי ער האט געזאגט צענדליגע מאל ביי כל נדרי דרשה, און לדעתו הק' איז מען נישט יוצא קידוש ביי די צניעות פאל והדברים ידועים.

איז זיי אריין לייגן צוזאמען און איין בילדינג מיט סאטמאר מיידלעך איז סם המות אין א עוון בל יכופר, און דאס איז די סיבה וואס משה חיים האט מורא געהאט נישט פון בג"ץ נאר פון די חינוך סם.

און אחרון רופן אזעלעכע מיידלעך אלס סאטמאר'ע תלמידות איז א פגיעה קשה ביותר און דעם הייליגען רבי'ן זי"ע און א עוון בל יכופר ממש זאגן אז מיידלעך וואס לדעתו הק' זענען עובר יעדע מינוט זענען סאטמאר מיילדעך

און נאכאמאל איך פארשטיי זייער ווייטאג אבער נישט מיט'ן נאמען סאטמאר

איך זע יעצט דיינע לעצטע צוויי תגובות איז אזוי סאטמאר רבי מעג אים מחזק זיין אבער נישט אריין נעמען אין זיין מוסדות אזויווי ער איז מחזק א לעקוויד בחור אבער נישט ביי זיין ישיבה

און צוויי קאזינ'ס קענען זיין כרחוק מזרח ממערב ברענג נישט קיין ראיות פון דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 21:38 לינק ישיר 

אגב, דער סאטמארע רבי שליט"א איז א שוועסטער קינד מיט'ן סלונימער רבי שליט"א.
דער סלונימער רבי איז אן איידעם ביי הרה"צ ר' נפתלי חיים אדלר זצ"ל פון דז'יקוב, אן איידעם פון אדמו"ר האמרי חיים פון ויז'ניץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 21:31 לינק ישיר 

א. איך זעה אז די הנהלה האט "פאראכטן" מיין קעפל. איך האב 2 הערות אויף דעם תיקון. א' סאיז נישט מלחמה אנקעגן חרדים, נאר אנקעגן שמירת התורה והמצוות בדרך רבוה"ק. ב' סאיז נישט אנגעהויבן, ס'איז שארפער געווארן, די מלחמה איז שוין מער פון 60 יאהר, נאר יעצט איז דאס ממש בגלוי אנקעגן שמירת התורה פון ערליכע אידן.

ב. איך הער אז די סאטמארע רבי שליט"א (מהר"א) האט געשיקט שליחות צום סלונימער רבי שליט"א פון ירושלים איהם שטיצן און מחזק זיין אין אזא שווערע צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 20:15 לינק ישיר 

און אגב, מ'זעט קלאר 2 זאכן וואס מ'פירט פון הימל:

1) פונקט יעצט האבן זיי געהאט די קלאפאטע מיט די פלאטילע אטאקע, וואס קעגן יעדן נארמאלן שכל זענען זיי פארדאמט געווארן אין די גאנצע וועלט, און אפילו אמעריקע האט אנגענומען א מויל מיט וואסער, טראץ וואס די גאנצע אקציע איז געווען זעלבסט פארטיידיגונג.

מ'זעט בחוש אז דאס האט די השגחה זיי דירעקט אונטערגעשיקט אז זיי זאלן זיין פארנומען מיט'ן דרויסנדיגן שונא און זיך אפלאזן פון די חרדים, טראץ וואס די רשעים זענען דערווייל עומדים על פתחה של גיהנום און באהאלטן זיך נאך אלץ דעם קאפ אין זאמד.

2) פון די אנדערע זייט האט דער שטן פונקט יעצט אונטערגעצינדן די סאטמארע מחלוקה במשך דעם לעצטן יאר, וואס וועט בלי ספק זייער אסאך שאטן פאר די מערכה וואס דארף ווען קריטיש וויכטיג אונטערגענומען ווערן ארויסצוצייגן די שטיצע פון די חו"ל אידן.

מ'דארף זיין בלינד נישט צו זען וויאזוי אלעס ווערט געפירט אין א פונקטליכן ריטם, כאטש נישט אלעס קוקט אויס לטובה. ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 20:11 לינק ישיר 

רבותי, אביסל שכל!

SIM89 איז ליידער כשר גערעכט, מ'זעט באשיינפערליך אז פונקט יעצט האבן די שונאי הדת באשלאסן אנצוהייבן די לאנג ערווארטעטע מלחמה קעגן יעדן ערליכן איד, און ס'איז קלאר אז דאס איז נאר דער אנהויב. זייערע פלענער זענען בלי ספק אנצוקומען עווענטועל אויך צו אלע מוסדות פטור - און מ'דארף גרויס רחמים אז כאטש די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט זאלן זיי נישט נוצן אלערליי טריקס זיך ארויפצוצווינגען דערויף.

דא איז נישט דער פלאץ און צייט אריינצומישן די סאטמארע פאליטיק, אפילו אויב די טענות זענען גערעכטע. דאס גאנצע יהדות החרדית בארץ ובגולה מוז לייגן אלעס אין די זייט און זיך פאראייניגן מיט אן אינטערנאציאנאלן וויי געשריי קעגן די רדיפת הדת, כי אם החרש תחרישון לעת כזאת ווער ווייסט ווי ביטער דאס וועט זיך ענדיגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 20:01 לינק ישיר 

דער נושא דא איז כמובן נישט טאלער אהין טאלער אהער, דער נושא איז דא דע מלחמה וואס דער רבי זיע"א האט מקדש געווען קעגן די מדינה הציונית, וואס ערשט היינט זעהט מען קלאר וואו ווייט איז זייערע רשעות און וואו ווייט איז זייערע ציל צו לוחם זיין בה' ובתורתו.

מ'דערציילט אז די חזו"א זיע"א איז געגאנגען באקן מצות פאר פסח תש"ט, כמעט א יאהר נאך דעם ביטערן טאג ה' אייר תש"ח, און ער האט זיך ארויסגעדרוקט : אז געלויבט באשעפער, מען לאזט אונץ נאך דא באקן מצות.

דער אמת איז, אז ביז היינט, טראץ דעם וואס די מדינה האט גוזר געווען אלע סארט מיני גזירות אנקעגן די תורה און ערליכע אידן, אבער ביז היינט רובא דרובא פון די גזירות איז נישט געווען אויף אזא מין סארט אז מ'האט נישט געלאזט פאר די ערליכע אידן ביי זיך היטן די תורה מיט אלע הידורים.

דאס גזירה פון היינט, איז קלאר א נייע מהלך, אז מ'לאזט נישט ערליכע אידן מגדל זיין דורות לאט וואו זייערע וועג וואס איז דער וועג פון ערליכע אידן.

דער וואס ווייסט, פארשטייט גוט, אז ס'רעדזיך נישט דא פון לערנן מיט בלויז מאדערנע מיידלעך אזוי וואו פלעטבוש מיידעלעך [וואו הולך לבגץ האט געשריבן]. ס'רעדט זיך פון משפחות בעלי תשובה, וואס האבן אין שטוב ברודער און שוועסטער וואס זענן פריי אינגאנצן, וואס רעדן מיט כל מיני ניבול פה אויף דער וועלט, וואס די מיידלעך אליין גייען מיט הויזן אונטער די קלייד, אא"וו. דו סלונימע חסידים גייען נישט אפשר מיט די דיקסטע שרימפ וואס פארמאגט, אבער זיי זענען קלאר חסידיש און ערליך.

דאס צו קוקן וואו א מערכה לא לנו געהערט, איז נישט פארשטאנן די גאנצע ויואל משה הייליגע שיטה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2010 19:51 לינק ישיר 

די סלאנימ'ער חסידים וועלן אין לעבן נישט שיקן זייערע מיידלעך לערנען ביים תימנ'ער טאלער אין בני ברק פאר 2 סיבות
1. ביי זיי איז די בג"ץ מוקצה מחמת מאוס, איז ווי קענען זיי זיך צוזאמשטעלן מיט א בגצ'ניק ?
2. זייער גאנצע פראבלעם זענען די שווארצע ספרדי'שע, איז ווי קענען זיי זיך צוזאמשטעלן מיט א שווארצן ספרדי ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 19:48 לינק ישיר 

הולך לבגץ.
האסט א טעות מיט צוויי זאכן.
א. די סלונימע מיידעלעך גייען אנגעטוהן אזוי וואו יעדע חסידישע קרייז. נישט אזוי וואו סאטמאר טאקע, אבער נישט אנדערש פון אלע חסידישע קרייזן, און טאקע לויט די תקנות צניעות פון בית דינו פון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א.
ב. זיי לערנן נישט אין איינעם מיט סאטמארע מיידעלעך, זיי לערנן אין עקסטרע קלאס.
ג. זיי האבן ערשט זיך צו געבונדן צו ר' משה חיים וייס ער זאל זיי געבן צו עפענן אונטער זיין מוסד זייערע קלאסן, און ר' חיים משה האט דאס נישט געמאכט ווייל ער האט מורא געהאט - און בצדק מורא געהאט - אז בג"ץ וועט זיך נעמן אויך זיי שטראפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מלחמה קעגן חרדים אנגעהויבן אין מדינת ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext