| נשלח ב-15/6/2010 21:59 |
|
| |
אכטונג קרובי המשפחה פון גלילות-זאל חתונות!
ווי באקאנט זענען שוין געווען עטליכע חתונות אין בנ"י זאל וואו די מחותנים האבן זיך נישט געלאזט נער'ן פון די שמוציגע בני יואל'ע מיילער און האבן ליבערשט אויסגעקליבן צו האבן א כשר'ע חופה דורכ'ן מכבד זיין דעם מרא דאתרא, כ"ק רבינו שליט"א, אליינס אדער דורך א שליח, מיט סידור קידושין (רבינו שליט"א הייסט דערווייל אין אזא פאל מכבד זיין איינעם בשליחות, לכתחילה א קרוב המשפחה).
די בני יואלע שוויצער'ס וועלכע ווילן דאס נישט אנערקענען אלס פאקט, און עס רייסט זיי ביז הארצן, ווארום זייער ציהל איז דאך יעדן קלאר, שלא ישמע ולא יפקד דין מרא דאתרא בעירינו, דרייען אן אלע מיטלען אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען.
ווי עס איז שוין טאקע באקאנט די מעשה ביי שווארץ-חתונה, וואו די מחותנים האבן ממש געוויינט צו די זאל אייגנטומער אז מ'זאל זיי לאזן במנוחה און לאזן א שליח פון רבין מסדר זיין, זענען זיי אבער אפגעווארט געווארן אין זאל מיט א באפעל אז זיי זענען געצווינגען צו נעמען הר' מאיר יודל דער פורץ גדר אלס פסולע מסדר. ("דעמאקראטיע"...)
ביי די נעכטיגע חתונה, האט דער אבי החתן מכבד געווען רבינו שליט"א, און דאס געהאלטן פאר א סוד, און אויך געבעטן די גבאים ביים רבי'ן אז דאס זאל בלייבן א סוד, כדי די חברה זאלן אין לאזן לעבן. וכך הוה, צום שאק פון די בני יאולע און זאלי פארטיי פירער, זענען זיי געוואויר געווארן "נאך די חופה" אז: עס איז געווען א כשר'ע חופה!, און טאקע נאר דערפאר - ווייל זיי האבן נישט געוויסט בעפאר - איז עס אדורך בשלום. (עס איז נישט דאס פלאץ צו פארציילן וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די פנימ'ער פון יענע שוויצער'ס נאך די חופה, וגם לרבות דער אבי הכלה וד"ל).
אויף די היינט נאכט'יגע חתונה ווען עס גייען שוין יא ארום שמועות פון בעפאר איבער א שליחות פון רבי'ן, איז נישט צום באגרייפן ווי די בני יואל'ע גייען מיטן קאפ אין וואנט אריין, און זיי האבן געעפנט א שרעקליכע טעראר קעגן דעם שליח (א זייעריגער!) און קעגן דעם אבי החתן, ווען די גאנצע נאכט איז זייער טעלעפאן געווען פארפלייצט מיט סטראשונגען רופן אז א שליח פון רבין זאל דארט נישט מסדר זיין. (עולם הפוך ראיתי! בנ"י טערארזירט זייערע אייגענע מיטגלידער! און אלעס כדי צו ברענגען "דעמאקראטיע" אין ק"י...)
אלזא, איז וויכטיג צו מאכן אויפמערקזאם די קרובי המשפחה פון די וועלכע מאכן דארט חתונה, אז אפילו מען הערט קראנט "מפי המחותן" וכדו', אז ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט סידור קידושין, איז נישט כדאי זיך ארויסצולאזן אינטערוועגנס בעפאר די חופה איז פאריבער, ווייל די זעלבס-מערדער וועלן גאנץ ווארשיינליך (זיך שיסן אין די פוס, און) נישט ערלויבן יענעם צו מסדר קידושין זיין, טראץ וואס ס'איז נגד רצון המחותנים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/6/2010 23:20 |
|
| |
אוי איך גלייך דאס
אבער ווי זאגט יענער אבי נישט צווישן אידן
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 00:53 |
|
| |
טאקע דעמאקראטיע.
ווען אין די סאטמאר'ע זאלן לאזט מען נישט מאכן קיין סידור קידושין אן דעם רשות פון מרא דאתרא, טוען זיי דאס צוליב דער הייליגער שו"ע האט אזוי באפוילן.
ווען די עזות פנים'ער עפענען א זאל אין גלילות פון קרית יוא', טוען זיי דאס צוליב דעם וואס זיי ווילן טוען וואס זיי גלוסט, און דער שו"ע איז זיי ליידער גאנץ ווייניג מחייב.
אבער אז דער 'דעמאקראטישער' זאל זאל גאר איינטיילן ווער עס זאל זיין מסודר קידושין? גאר מאדנע.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 07:30 |
|
| |
צו מעג מען דארט בכלל אריינגיין? מרן בעל בר"מ ז"ל האט דאך גע'אסר'ט אריינצוגיין אין די אלע פלעצער וואאס זענען א קעגן מרא דאתרא ווי חרדים, שארמאש, רביצין (אמאל געווען), באדישל, אייזיק גליק, וכדו' פארוואס איז די דאזיגע זאל נישט נכלל אין דעם איסור?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 17:45 |
|
| |
דער רבי האט נאר גערעדט פון בתי מדרשים און מוסדות נישט פון קיין זאל דא האט איר א העתק
יום ד' ראה כ"ו אב שנת תשנ"ב לפ"ק בביהמ"ד הגדול בקרית יואל בסעודת יומא דהילולא של כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע איך וויל אייך זאגן, קרית יואל איז נישט הפקר, איך בין דער מרא דאתרא אין קרית יואל, עפ"י התורה ס'איז נישט קיין ספק, ס'איז נישט ווי סאטמאר צו ווי סיגעט צו גרויסווארדיין וואס ס'איז אייביג געווען דארט א רב און ער איז געווען דער בעה"ב און מרא דאתרא, כאטשיג ער האט נישט געבויט די שטאט און נישט זיין טאטע און זיין זיידע אויך נישט, ער איז געווען רב אין שטאט איז ער געווען דער מרא דאתרא, און וואס ער האט געזאגט אזוי איז געוועזן, אזוי האבן אידן געוואוסט און אזוי האבן זיך אידן געהאלטן, דא איז א שטאט וואס דער פעטער האט אויפגעבויט, אלע אידן וואס שטייען דא וואלטן נישט געווען קיינמאל גארנישט דא, מיט בלוט און מיט שווייס און טרערן מיט וואס ער האט דאס אהערגעשטעלט, און ס'איז אויסגעפאלן אזוי ווי ער האט זיך געוואונטשן, וואס האט ער זיך געקענט וואונטשן, ב"ה בעסער אין שיעור למעלה קען זיין. וויל איך אייך זאגן היינט בין איך דער מרא דאתרא דא, עפ"י התורה ס'איז נישט קיין שום מין ספק... און ס'איז מוטל אויף מיר אפצוהיטן די שטאט און איך וועל דאס טוהן אזוי לאנג ווי דער אייבערשטער וועט מיר געבן כח, איך וועל נישט לאזן און איך וועל אלעס טוהן ס'זאל נישט חרוב ווערן, פארקערט, איך וועל זעהן ווי ווייט מעגליך ס'זאל ארויפגיין... איז אזוי וואס איך וויל אייך זאגן, קרית יואל איז נישט הפקר ס'איז ב"ה אוסגעוואקסן א גרויסע שטאט, איינע פון די מעשה פלא'ס וואס איז דא מיט דעם ביהמ"ד, דער פעטער האט געהייסן דא בויען א ביהמ"ד א גרויס ביהמ"ד, גרעסער ווי אין וויליאמסבורג, פארוועם גרעסער איז נאך דעמאלטס נישט געווען צו פארשטיין פארוואס דאס איז, אבער ראתה עיני ער האט געזען אז ס'וועט זיין ענג, ס'איז שוין יעצט אויך ענג, האט מען געמאכט אזא גרויס ביהמ"ד, און קיעה"ר ס'איז דא אזא גרויסע ציבור ס'דארף צו זיין בתי מדרשים ס'איז נישט קיין פראגע, אבער איך זאג בפירוש, יעדע ביהמ"ד וואס דא איז דא איז אונטערגעווארפן אונטער קהל, ס'איז טאר נישט זיין א ביהמ"ד וואס איז חוץ לקהל, יעדער וועמען קהל גיבט ארויס אז מען טאר נישט געבן אן עלי', דער טאר נישט דאווענען און קיין שום ביהמ"ד נישט, אז נישט דאס ביהמ"ד ברעכט קהל, און בשום אופן בין איך נישט מסכים צו אזא ביהמ"ד, דאס ביהמ"ד וואס וועט עובר זיין אויף די תקנה וואס קהל וועט ארויסגעבן דער און דער טאר נישט עולה זיין, טאר דער נישט עולה זיין, אין שו"ע שטייט דארט אז מחרימין המחזיק ביד ההולך לפני עכו"ם, נישט בלויז דער וואס גייט, נאר מ'טוט מחרים זיין דער וואס האלט צו, און טאמער קומט ער אין א ביהמ"ד און מ'רופט איהם אויף, און מ'גיבט איהם דארטן ווייס איך וואס, און דער איז א מסור דער גראבט אונטער קהל, איז דער ביהמ"ד א מחזיק, און איך וויל נישט אזא ביהמ"ד לאזן, און איך וויל ארויסגעבן אן איסור מ'טאר נישט אריינטרעטן אין אזא ביהמ"ד, איך האף אז מען וועט מיר פאלגן, דער וואס וואוינט דא אין קרית יואל דארף זעהן אנצוהאלטן קרית יואל, דאס האט דער פעטער אויפגעבויט און מען טאר נישט צולייגן קיין האנט עס חרוב צו מאכן, ווער עס טוט צוצורירן די האנט עס חרוב צו מאכן איז פוגע ח"ו אין פעטער זי"ע, דאס איז געווען זיין משאת נפשו ס'זאל זיין א שטאט, יעדער איז מחויב צו טוהן דא אויפצוהאלטן קרית יואל, דאס איז נוגע אין אלעמען, יעדער האט א חיוב דא צו זיצן און לערנען און געבן צדקה, און זעהן דאס ווייב און די טעכטער זאלן גיין מיט אזא צניעות ווי דער פעטער האט געוואלט, דאס דארף יעדער איינער דאהי טוהן, חס ושלום צולייגן די האנט חרוב צו מאכן... זיי קענען זיין ערליכע אידן איבעראל, אבער זיי קענען זיך אוועקמופן פון דא, דא אין שטאט קען נישט זיין נישט קיין חברה גארנישט, קען נישט זיין קיין חברה קען נישט זיין קיין תלמוד תורה קען נישט זיין פאר מיידלעך, וואס איז דא היינט ביי זיי איז אסור באיסור גמור, דער איסור וואס מען דעמאלטס ארויסגעגעבן צוזאמען מיט אלע רבנים... און להבא דארף אוודאי נישט צו זיין, יעדער יחיד כאטש ער האט סיי וואס געטוהן, קען ער גיין צו דיינים, מען וועט רעדן מיט איהם, מען וועט זעהן אז ער מיינט חרטה צו האבן, מהיכי תיתי, טאמער נישט מ'מאכט עפעס עקסטער טאר נישט זיין, און איך אסר עס באיסור גמור, ס'איז אסור באיסור גמור, און איך האב בכח התורה עס צו אסר'ן, אז דער פעטער ז"ל שרייבט אז דער פעטראוואסעלע'ר רב האט געהאט א כח דארט צו אסר'ן א תלמוד תורה האב איך א רעכט דא, פעטראוואסעלע האט נישט געבויט דער פעטראוואסעלע'ר רב, קרית יואל האט דער פעטער ז"ל געבויט, און ס'איז ממש ווי זיין הויז... איז דא וואס ווילן חרוב מאכן וועלן גארנישט אויפטוהן און זיי וועלן גיין לחרפה ולדראון עולם...
תוקן על ידי וואלןסח ב- 16/06/2010 17:47:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 18:08 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | דער רבי האט נאר גערעדט פון בתי מדרשים און מוסדות נישט פון קיין זאל דא האט איר א העתק
יום ד' ראה כ"ו אב שנת תשנ"ב לפ"ק בביהמ"ד הגדול בקרית יואל בסעודת יומא דהילולא של כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זי"ע איך וויל אייך זאגן, קרית יואל איז נישט הפקר, איך בין דער מרא דאתרא אין קרית יואל, עפ"י התורה ס'איז נישט קיין ספק, ... וכו' ...וויל איך אייך זאגן היינט בין איך דער מרא דאתרא דא, עפ"י התורה ס'איז נישט קיין שום מין ספק... און ס'איז מוטל אויף מיר אפצוהיטן די שטאט און איך וועל דאס טוהן אזוי לאנג ווי דער אייבערשטער וועט מיר געבן כח, איך וועל נישט לאזן און איך וועל אלעס טוהן ס'זאל נישט חרוב ווערן, פארקערט, איך וועל זעהן ווי ווייט מעגליך ס'זאל ארויפגיין...
|
|
די דברות קודש פונם הייליגן ברך משה זענען קלורין לעינים. ער זאגט אז ער איז דער מרא דאתרא. און דאס איז בשנת תשנ"ב. עס איז קלאר אז ווען דער ברך משה איז אוועק האט קרית יואל פארלוירן איר מרא דאתרא. דעמאלט'ס איז אין קרית יואל שוין געשטאנען עטליכע קהלות "מיט רשות" פונם מרא דאתרא, אויב אזוי איז ר' אהרן קיינמאל נישט געווארן געקרוינט אלס מרא דאתרא נאר אויף קהל יטב לב - אהרוינים.
איך קען נישט טרעפן אין קיין שום תשובה ספר אז א רב פון א געוויסע קהלה זאל זיך קענען ארויפצווינגען אויף א צווייטע עגזעסטירענדע קהלה. דאס פרעגט אפ די גאנצע "מרא דאתרא" טענה פון ר' אהרן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2010 23:30 |
|
| |
לשיטתכם אז עס איז מער נישט דא קיין מרא דאתרא, ווי אזוי מעגן ענק זיך באניטצען מיט'ן עירוב אין קרית יוא-ל? און פארוואס זענט עטס נישט מוחה אויף די וואס טראגען דארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2010 00:49 |
|
| |
דאנקי. ווען לשיטתכם איז יא געווען א מרא דאתרא, (ווען דער ברך משה האט געלעבט) האט עטס דאך געשריגן אז ער נישט ממלא מקום און ער איז א מהרס און מ'מוז אים טרינקען דאס בלוט?
נומער 2: ענקער קהלה האט קיין נישט געהאט קיין זמן היתר, ס'איז געבויט געווארן באיסור. דער איסור פון ביד"צ דירושלים איז קיינמאל נישט אראפ.
אלזא פארקויף נישט קיין שטותים פון קהלות און ארויפצווינגען. דער איסור איז קאי וקיימא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2010 06:54 |
|
| |
לויט דעם טארן די זאליס וואס זיי האלטן אז מהז"ל האט איבערגענומען די מרא דאתרא'שאפט -לויטן בריוו פון נ"ב- נישט אריינגיין אין די ווייסע שול און אין די איבריגע קהלישע בתי מדרשים (מעגליך אלס נועם המדות איז ער מוותר...)
|
|
|
|
|