מזל טוב: "פארמעגליך" ערהאלט רשות!
מורי ורבותי, אין די טעג ווערט א קיילעכיג יאר זינט איך האב אנגעהויבן שרייבן די סעריע פון פארמעגליך ארטיקלען, וואס איר אפקלאנג איז געגאנגען אין די גאנצע וועלט, די ארטיקלעך זענען געווארן נכסי צאן ברזל פון כלל ישראל, מען האט דאס דיסקוסירט און גע'חזר'ט, און דער שלייער פון ר' אהרן טייטלבוים מיט זיינע חלה דעקלעך די אהרונים איז היבש אויפגעדעקט געווארן.
איך מיין אז איך דארף פאר קיינעם נישט דערציילן וואס א טעראר "פארמעגליך" איז דורך. מען האט יעדן טאג חושד געווען א צווייטן אז ער איז פארמעגליך, מ'האט צושפרייט נעמען מיט טעלעפאן נומערן פון אומשולדיגע אינגעלייט אז זיי זענען די פארברעכער וואס שרייבן פארמעגליך, מ'האט טעראריזירט די משפחות און ווייבער פון די אינגעלייט, מ'האט פארלייגט וועלטן אז פארמעגליך זאל זיך פארמאכן דאס מויל. אבער אן ערפאלג.
איש בשורה אנכי היום, זינט עס האבן אנגעהויבן בלאזן נייע ווינטן אין די גאס, פון א פרישע רשות עפאכע וועלכע האט נישט אפגעשוינט אפילו פארמעגליך, האב איך היינט באקומען א טעלעפאן רוף פון א קרוב מיינער, א גרויסע תלמוד חכם, בשם ר' אהרן טייטלבוים. און ער מעלדט מיר אז "ר' אהרן גיט דיר רשות צו שרייבן ווייטער דיינע ארטיקלן".
מיט גרויס פרייד טו איך אנאנסירן, אז פארמעגליך איז שוין אצינד אין אמט "מיט רשות" פון ר' אהרן זענען מיר ממשיך אונזערע ארטיקלן. און מכח דעם שליחות ווינט, גיבן איבער דאס שליחות ווייטער פארן ניק באדאפעסטער ער זאל זיך אויך קענען באנוצן מיט דעם זעלבן רשות.
נ.ב. נישט אז די רשות איז אונז מעלה ומוריד, נאר בסך הכל וועלן שוין די אהרוינים זיך אויך קענען משתתף זיין, און ליינען די ארטיקלעך.
 |
|
|