בית פורומים אידישע געדאנק

די אויסדרוק פון קרית יואל'ע אידן, מיר וועלן דאס מער נישט דולדן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2010 22:11 לינק ישיר 
די אויסדרוק פון קרית יואל'ע אידן, מיר וועלן דאס מער נישט דולדן

מיר וועלן עס נישט דולדן מער, איז די אויסדריק וואס קרית יואלער יודן לאזן פאלן די איצטיגע טעג, מיר זענען גרייט צו טוהן וואס מיר קענען

 איז דען שייך היינט אזא זאך אז א יונגערמאן קוים איטליכע חדשים נאכדעם וואס ער האט חתונה געהאט, און זיינע גליקליכסטע חדשים און לעבן זאל מורא האבן ארויסצוגיין פון זיין שטוב, צו גיין צו זיין עלטערן, אדער נאר גיין און כולל לערנען אדער צום דאווענען, ווייל ער ווייסט נישט ווער עס ווארט אפ אינמיטן וועג און גייט שרייען אויף עם, און טערארזירן,

 איז געהערט געווארן אזא זאך א יונגערמאן שפאצירט מיט זיין ווייב, ביידע גליקליך אנע דאגות, קוים חתונה געהאט (נאכנישט געלאנדעט וויאזוי מיר רופן עס אן) אינמיטן קומען און א באנדע חיות און מען הייבט זיי אן צו באוואשן, און ס'איז דא אפילו מאנכע וואס זענען גרייט אראפצוכאפן זיין שטריימל,

 איז דען געהערט געווארן אזא זאך אז מען זאל אויפשטיין אינדערפרי און זעהן פאשקעווילן און די גאסן פון יונגעלייט מיט בילדער פון זיי, און געשריבן אויף זיי די ערגסטע לשונות, אויף זיי און זייערע ווייבער,

 איז דען יושר אז עלטערן וואס האבן ב"ה דערלעבט צו חתונה מאכן זייער קינד, זאלן אויסשטיין א חוץ צוצוקוקן מיט צער ווי זייער קינד ווערט געפייניגט און גערודפט, באקומען צאללאזע טעלעפאון רופן פון בייטאג און א גאנצע נאכט און זיי טערארזירן,

 איז דען שייך אזא מין זאך און אמעריקא אז א יונגערמאן זאל נישט קענען ארויסגעבן זיין היים פאון נומער מורא האבנדיג אז מען וועט עם נישט לאזן מנוחה איבערן טאג און איבערן נאכט,

 און אזוי איז דא צאללאזע טערארעסטישע אקטן וואס ווערט אויסגעפירט טעגליך אקעגן פרישע יונגע פארעלעך,

 יא אזוי ווי איר הערט דאס אלעס גייט אן בריש גלי היינט צוטאגס און קרית יואל, די ארטיקל ווערט נישט געשריבן סוף תשמ'ס אדער אנפאנג תשנ'ס, נאר דאס ווערט געשריבן אנפאנג תמוז תש"ע, וואס מכלומרשט איז שוין קרית יואל א דעמאקרטישע שטאט און מען רודפט שוין נישט קיינעם, אבער ביזדערוויל זענען דא יונגע פארעלעך וואס האבן חתונה געהאט בשעטו"מ וכדת משה וישראל, און די נייע זאל אולם עטרת מאיר צבי, און ווייל זיי זענען געגאנגען א ליניע וואס שמעקט נישט פאר דוד עקשטיין, און זיין אדמו"ר ר' אהרן, זענען די בלוט פון די יונגע פארעלעך געוואר הפקר, און ס'איז אלעס מותר צוטוהן, זיי צו פייניגן און רודפ'ן, סיי זיי און סיי זייער משפחה,

 ווען מען רעדט פון איינעם וואס איז א פאבליק פיגור, א רב א ראה"ק החרשתי, ווייל ווי נישט ווי האט ער פון איין זייט כבוד מילא איז נישט אזוי געפערליך אז ער כאפט פון די 2טע זייט, ווען ער איז געגאנגען פריוואט און גענומען א צד ער האט איינעם געטשעפעט, ער האט טערארזירט איינעם קען מען אויך פארשטיין, אבער צו נעמען איידעלע יונגעלייט, וואס האבן קיינעם נישט געטשעפעט נאר זיי זענען נישט געגאנגען און די לינע וואס דוד עקשטיין און זיין רבי און זייער אנהענגער האבן זיך פארגעשריבן זענען זיי הפקר, זיי האבן דאך אויך א אייגענע מיינונג, זיי באלאנגען אויך צו א צד, זיי וואינען און אמעריקא, יא קרית יואל איז נישט און רוסלאנד ס'איז געהעריג און אמעריקא,

 איך וועל אנהייבן צו גיין און א סדר וואס מען האט מיט זיי געטוהן, און איך ווייס נאר גאנץ ווייניג,

 קודם פאר די חתונה האט מען זיי געסטראשעט מיט פנקס און מיט באשמוצן און די גאסן, און מיט צאללאזע פאוני קאלס, איבערן גאנצען נאכט האט די טעלעפאון נישט אויפגעהרט צו קלינגען, איצטעט טראכט אריין איר האלט פארן חתונה מאכן א קינד און מען טוהן צו אייך אזא זאך, לאמיר נעמען די טאג פון יום החופה וואס ביי יעדע נארמאלע מענטש איז עס א מוראדיגע טאג, סיי די חתן וכלה, און סיי די עלטערן, און שטייט אויף צו אזא טאג מיט פאשקעווילן ארומגעווארפן אייער הויז, און איבערן שטעטיל, און א גאנצע טאג זאל אייער טעלעפאון קלינגען די היים פאון און די סעלפאון, מיט קללות נמרצות און נאך ווערטער וואס די פאפיר קען עס ניטאמאל אננעמען,(און אזא טאג פארשטייט איר אז מען קען נישט פארלעשן די פאון,)

 ב"ה א דאנק די געניטע ארבייט פון די וואדבוירי פאליציי איז די עצם חתונה אדורך געגאנגען רואיג און מען האט זיך געפרייט און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן באשעפער מיט אמתדיגקייט אז והבדילנו מן התועים פון אזעלכע אנשי רשע, און פון די 2טע זייט א שמחה חתן און כלה פרייען זיך די גרעסטע שמחה און זייער לעבן מען גייט צוזאם אויפשטען א אייגענע ליכטיגע יודישע שטוב מיטן אויבערשטענס הילף, און די מחותנים פרייען זיך מיטן די שמחה מען מאכט חתונה א קינד, איך דארף פאר קיינעם נישט דא מסביר זיין די שמחה ווייל יעדער איינער וואס האט נאר און משפחה א מיטגליד וואס האט שוין חתונה געהאט פארשטייט דאס אליינס, ב"ה גענעדיגט די חתונה אלעס גייט אהיים, חתן וכלה, (מען נעמט סעקירוטי ארום ווייל מען ווייסט נישט וואס עס וועט נאך אויסשטיין פון די אנשי רשע, אבער ב"ה מען איז אנגעקומען אהיים בשלום,) די נעקסטע אינדערפרי די חתן שטייט אויף און גרייט זיך צו דיין און שול אה א שמחה די ערשטע טאג גייט זיך ארומנעמען מיטן טלית, אא"וו, גייענדיג ארויס פונדערהיים נישט מער און נישט וויניגער די גאס און פארנט און זיין הויז איז ווייס פון פאשקעווילן אקעגן עם, מיט מיאוסע לאזונגען, (טאקע נישט אזוי סאך וויפיל מען האט געווארפן א דאנק די געטרייע שכנים וואס האבן צוזאמגענומען וויפיל זיי האבן געקענט,) שטעלט ענק פאר ווען עס פאסירט אזא סיפור אויף ענקער בלוט, ווי וואלט די דערהויבענע פילונג פון די דערהויבענע צייט און יענע מאמענט אנטלאפן, וואספארא רשעות ליגט און אזא אקציע,

 די מחותן האט קוים אויסגעפיעט צו כאפן א שלאף, און שוין ער שטייט אויף און לויפט צו גיין אפנעמען זיי נייע חשובע איידעם עם באגלייטן און שול אריין, ער לויפט אראפ און קאר און וואס זעהט ער די גאנצע פראנט ווינשילד איז באגאסן מיט פעינט, און אויך היבש געדעמעידזשט די ענדזשעין, זאג מיר ווייל ער איז נישט געגאנגען וויאזוי דיינע פאנטרעגער האבן זיך פארגעשריבן איז שוין גזל ביי עם נישט שייך, זיין בלון איז הפקר,

 המשך יבא אי"ה

 



תוקן על ידי המהדרין ב- 16/06/2010 04:17:06




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 23:04 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

געלעכטער נומער איינס:

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען מען האט געמאכט דעם טמא'נעם פאבליק סקול? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס האב איך געלאזט פאר די קרעציגע !

ליגנער!!!
 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען א חינוך עצמאי'טע העברעאישע מיידל האט זיך דעקלערט סאטמארע רביצין? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל אז דער דברי יואל האט געקענט עסן מיט איר א נאכטמאל איז זי גיט פאר מיר!

ליגנער!!!
 

האסטו אויך מוחה געווען ווען בחורים זענען געגאנען אונטערצינדן קימפעטארינס מיט פיצלעך? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך האב געציטערט פאר משה גבאי!

ליגנער!!!
 

האסטו אויך אויפגעהערט ליינען דעם געלן בלאט ווען דער ברך משה האסט געהייסן? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך האב נישט געפאלגט דעם ברך משה נאכן געזינט ווערן!

ליגנער!!!
 

ביסטו אויך מוחה מיט די תורה הקודשה ווען אידן טראגן שבת אין וויליאמסבורג מיט א ספק עירוב? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס לאז איך פאר די קווינסער חיות, אגב, אז רבי פישעלע איז גיט פאר ר' ישראל חיים מנשה און ר' זלמן לייב פיליפ צו פרעגן ווען זיי ווייסן נישט עפעס, איז ער מיר באגלייבט ביים עירוב!

ליגנער!!!
 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן טמא'נע קאטשקעס? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס לאז איך פאר די ווערעמיגע קינדער!

ליגנער!!!
 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן מחומץ'דיגע ווייץ פון אריזאנע? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך בין מיך מוציא מיט דעם צוחישטן לויפער!

ליגנער!!!
 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען די סאדיסטן שלוחים פונעם אב"ד יטב לב והגללים האבן געקייטלט און געשמיסן אידישע קינדער? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דער פחד פונעם משתמש בקודש איז נאך דאן געווען שרעקליך!

ליגנער!!!
(אויסער דעם וואס דו האסט סתם אזוי נישט געכאפט אז איך רעד פונעם סעפטיק און פון וויטריאל, ס'מאכט אבער נישט אויס וואלסט ממילא געענטפערט די זעלבע)

 

נו, אויב אזוי ווען ביסטו אזוי פרום געווארן און דו קומסט פלוצלונג מוחה זיין מיט די תורה הקדושה מיט א רבינו הקדוש ווען אידן ווילן מאכן חתונות און סידור קידושין אין א זאל דארט ווי זייערע רבנים האבן מברר געווען להלכה אז מען מעג בלי שום פקפוק כלל אויך לויטן זעלביגן אגרות מהרי"ט?

יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט?!
ווייל אזוי האט דער בעל דברי יואל זי''ע געהייסן, און מיר זענען מצווה ועושה עם צו פאלגן!

ליגנער!!!

[/quote]





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 22:38 לינק ישיר 

זבח_אהרן כתב:

געלעכטער נומער איינס:

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען מען האט געמאכט דעם טמא'נעם פאבליק סקול? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס האב איך געלאזט פאר די קרעציגע !

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען א חינוך עצמאי'טע העברעאישע מיידל האט זיך דעקלערט סאטמארע רביצין? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל אז דער דברי יואל האט געקענט עסן מיט איר א נאכטמאל איז זי גיט פאר מיר!

 

האסטו אויך מוחה געווען ווען בחורים זענען געגאנען אונטערצינדן קימפעטארינס מיט פיצלעך? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך האב געציטערט פאר משה גבאי!

 

האסטו אויך אויפגעהערט ליינען דעם געלן בלאט ווען דער ברך משה האסט געהייסן? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך האב נישט געפאלגט דעם ברך משה נאכן געזינט ווערן!

 

ביסטו אויך מוחה מיט די תורה הקודשה ווען אידן טראגן שבת אין וויליאמסבורג מיט א ספק עירוב? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס לאז איך פאר די קווינסער חיות, אגב, אז רבי פישעלע איז גיט פאר ר' ישראל חיים מנשה און ר' זלמן לייב פיליפ צו פרעגן ווען זיי ווייסן נישט עפעס, איז ער מיר באגלייבט ביים עירוב!

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן טמא'נע קאטשקעס? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דאס לאז איך פאר די ווערעמיגע קינדער!

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן מחומץ'דיגע ווייץ פון אריזאנע? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל איך בין מיך מוציא מיט דעם צוחישטן לויפער!

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען די סאדיסטן שלוחים פונעם אב"ד יטב לב והגללים האבן געקייטלט און געשמיסן אידישע קינדער? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.
ניין!!! ווייל דער פחד פונעם משתמש בקודש איז נאך דאן געווען שרעקליך!

 

 

נו, אויב אזוי ווען ביסטו אזוי פרום געווארן און דו קומסט פלוצלונג מוחה זיין מיט די תורה הקדושה מיט א רבינו הקדוש ווען אידן ווילן מאכן חתונות און סידור קידושין אין א זאל דארט ווי זייערע רבנים האבן מברר געווען להלכה אז מען מעג בלי שום פקפוק כלל אויך לויטן זעלביגן אגרות מהרי"ט?

יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט?!
ווייל אזוי האט דער בעל דברי יואל זי''ע געהייסן, און מיר זענען מצווה ועושה עם צו פאלגן!

[/quote]




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 21:45 לינק ישיר 

געלעכטער נומער איינס:


 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען מען האט געמאכט דעם טמא'נעם פאבליק סקול? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה מיטן ויואל משה ווען א חינוך עצמאי'טע העברעאישע מיידל האט זיך דעקלערט סאטמארע רביצין? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

האסטו אויך מוחה געווען ווען בחורים זענען געגאנען אונטערצינדן קימפעטארינס מיט פיצלעך? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

האסטו אויך אויפגעהערט ליינען דעם געלן בלאט ווען דער ברך משה האסט געהייסן? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

ביסטו אויך מוחה מיט די תורה הקודשה ווען אידן טראגן שבת אין וויליאמסבורג מיט א ספק עירוב? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן טמא'נע קאטשקעס? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען אידן האבן געגעסן מחומץ'דיגע ווייץ פון אריזאנע? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

האסטו אויך מוחה געווען מיט די תורה הקדושה ווען די סאדיסטן שלוחים פונעם אב"ד יטב לב והגללים האבן געקייטלט און געשמיסן אידישע קינדער? ניין!

פארוואס? יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט.

 

 

נו, אויב אזוי ווען ביסטו אזוי פרום געווארן און דו קומסט פלוצלונג מוחה זיין מיט די תורה הקדושה מיט א רבינו הקדוש ווען אידן ווילן מאכן חתונות און סידור קידושין אין א זאל דארט ווי זייערע רבנים האבן מברר געווען להלכה אז מען מעג בלי שום פקפוק כלל אויך לויטן זעלביגן אגרות מהרי"ט?

יענער זאגט טאקע אז מען טאר נישט, אבער מיין רבי לאזט?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 21:41 לינק ישיר 

ווייסטאלעס, גוט ארויסגעברענגט דער מצב, און סאיז פשוט א שאד צו שטיין און אפענטפערן גערעכטער1, איך און מסתם רוב עולם האט שוין א מנהג אז ווען מזעהט א תגובה פון גערעכטער'ן היפט מען עס איבער און מ'גייט ווייטער צום נעקסטן תגובה אן אפילו א בליק צו געבן וואס דער פלאטשיגע ממצומצום'דיגע דעקעלע קייט איבער איינמאל און נאכאמאל אן מיד צו וווערן, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 20:58 לינק ישיר 

איך האב נישט געשריבן די ארטיקל כדאי צו פירן קיין ויכוחכם, איך האב געשריבן די  ארטיקל נאר מיר זאלן זיך אויפוועקן און זעהן ווי די אלטע צייטן וועקן זיך צוריק אויף, און די וואס האבן מיט 15-20 יאר צוריק טערארזירט די מענשטהייט, זענען צוריק אויפגעשטאנען, נאר דאסמאל איבער אפאר איידעלע משפחות, און מיר דארפן זעהן צו טוהן וואס מיר קענען,

און וואס די שרייבסט איבער פאוני קאלס, ענק האבן דאך א פיינע ישיבה על קברו, וואס דארט איז מען מחנך די בחורים צו זיצן גאנצעטע נעכט און טערארזירן די משפחות, לערנען און דאווענען איז נאר בכלל נישט דער נושא, דער העלד איז דער וואס האט אויף זיך מער יודיש בלוט, אגעהעריג צוריק צו די אלטע צייטן, און קום מיר נישט פארקויפן אז מען מאכט נישט קיין פאוני קאלס, שארמאשער רב שליט"א איז די גאנצע נאכט טערארזירט געווארן פון ענקערע טייערע תלמידי הישיבה,

איך בין נאר נייגעריג ווער עס נעמט די אחריות, לאמיר שוין נישט רעדן פון די משפחות וואס האבן חתונה געמאכט און עטרת מאיר צבי, ווער נעמט די אחריות פון די תלמידים און יונגעלייט וואס טערארזירן, וואס מיינט איר ס'וועט זיי נישט אהיימקומען, איר האט עס שוין אויספראבירט און פרעגט נאר די אלע וואס האבן געטוהן שריט די אמאליגע צייטן צו ס'איז זיי נישט אהיימגעקומען,

ענקער רבי אליין אמאל פלעגט מען יעדן טאג גיין און זיין שליחות און שרייען צא טמא פאר אנדערע, און היינט צוטאגס שרייען הונדערטער מענטשן ווי ער גייט צא טמא, ס'איז א גלגל החוזר, ווער עס טוהט פאר יענעם און רודפט יענעם נעמט זיך די באשעפער אן פאר זיין בלוט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 20:28 לינק ישיר 

דיין סטראשונקעס שרעקן אונז בכלל נישט, דיין נאצישע לאזונגען איבעראשט אונז נישט, אזוי זעט מען אויס אז מען איז א מרים יד בתורת משה, ווען די תורה שרייבט והיא לא תצלח, מיינט דאס קלאר והיא לא תצלח!!!, און וואס איר קענט טין האט איר שוין געטין, איר האט שוין געמסר'ט וויפיל איר קענט, איר האט שוין פראטעסטירט וויפיל איר קענט, איר האט שוין נאכגעשריגן וויפיל איר קענט, איר האט שוין בויקאטירט וויפיל איר קענט, איר האט שוין געבראכן קאר פענסטער וויפיל איר קענט, און וואס איר קענט נאר טין האט איר שוין במילא געטין, על כן, איז נאר א שוואכקייט אזוי ביטערלעך צו כליפן בפרהסי', די עלטערן פון די קאפלעך האבן געוויסט אין וואס זיי גייען אריין, זיי האבן געוויסט אז מען וועט מוחה זיין ווי די תורה פארלאנגט, ביי אונז דרייען זיך אסאך פנחס בן אלעזר'ס, וואס זענען מקיים דעם בקנאו את קנאתי, און דריי נישט קיין קאפ פון קיין פאני קאלס, ווייל קיינער גלייבט דיר במילא נישט, היינט צוטאג כאפט מען אין די רגע ווער עס מאכט פאני קאלס, און איר וואלט נישט געצווייפעלט א מינוט צו לאזן ארעסטירן די פאני קאלס מאכערס, סא סטאפ דע קרעפ, אלע מחאות ווערן נאר געטין תורה'דיג, ס'טיט וויי פאר די קאפלעך? זאלן זיי האבן טענות צו זייערע עלטערן, אבער נישט צו די מוחים, דאס איז בכלל נישט קיין איבעראשונג, מען האט דאס עקספעקטעט, דאס איז גענוי די פארשריפטן פון אונזער הייליגער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע, ולא תהא תורה אחרת. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 18:01 לינק ישיר 

יא איך האב געטראכט צו איך זאלט טאקע שרייבן אז מען דערשרעקט זיך, ווייל אויב וועלן ענק זיך טאקע פרייען אזוי ווי גערעכטער האט ארויסגעברענגט, און אפשר אז זיי וועלן זעהן אז די יונגע פארלעך טוהען זיך דערשרעקן וועלן זיי פרובירן צו טוהן זייערע מעשי רשע אויף א ערגערע פארנעם, אבער שמועסענדיג מיט איינע פון די יונגעלייט ווי שוין אויבן דערמאנט, האב איך געהערט אז וויפיל מעשי רשע די חברה זענען אומשטאנד צו טוהן טוהען זיי מילא שוין, ווי איך האב שוין אויפן שפיץ גאפיל אלעס ארויסגעברענגט, זיי מאכן שוין פאוני קאלס 24 שעה א טאג, סוי וואס איז דא צו דערלייגן זיי וועלן מאכן 25 שעה, אא"וו
אגב איז אינטערעסאנט איך האב גערעדט צו א שוואגער פון איינע פון די יונגעלייט זאגט ער מיר אז זיין שוואגער דער וואס האט חתונה געהאט און עטרת מאיר צבי נעמט יעדע נאכט אראפ די פאון פון האק, ועלענדיג קענען שלאפן ביינאכט, איינמאל איז ער אויפגעשטאנען האלב פינף פארטאגס האט ער צוריקגעלייגט די פאון און ס'האט נישט גענומען מער ווי אפאר מינוט און די טעלעפאון האט שוין געקלינגען, מען האנדעלט דא מיט חיות מטורפות, פירות פון די ארונישע חינוך, ווי מען לערענט זיי אויס אז ווער עס פאלגט נשיט די מנהיג מוז מען טערארזירן, (אינטערעסאנט אז זיי האבן א פראבלעים מיט אונזער חינוך ווי זיי צייגן בילדער פון די פראטעסט און וויליאנסבורג פון די קווינסער בחורים, ווי יעדער זעהט האבן זיי נאכנישט אפיר געברענגט קיין איין בילד ווי ק קווינסער בחור איז דארט און פירט זיך אויף שלעכט) מילא צו דערלייגן אז מען וועט זיי מער טערארזירן איז סייוי נישט שייך,

אבער מכאן הקריאה יוצאה צו אונז עם עקש תתפתל, לאמיר ווייזן אונזער כח, און נאכאמאל דורך לעגאלע וועג, לאמיר אלע רופן די משפחות פון דוד עקשטיין זיינע קינדער און טעכטער אא"וו אוןן שיין בעטן אז זייער ראש המשפחה זאל זיך אפלאזן פון די וועג פון טערארזירן אידישע קינדער וואס האבן געטוהן אנדערשט ווי ערהאט געוואלט, לאמיר רופן די בני ר' אהרן, זאל מען רופן די משפחה פון מאסרי, די משפחה פון א,י,פ, בר"ש, און לאמיר רופן די משפחה פון י,פ, בר"ה אא"וו א יעדער איינער וואס מען ווייסט אז ער האט א חלק און טוהן די זעלביגע וואס מען טוהט פאר די משפחות, זאל זיי אויך נישט זיי אנגענעם ארויסצוגיין און גאס,

אנשי מהרז"ל און אנשי בני יואל עטס וויסט אז דוד עקשטיין איז די נאכט פון די פארטעסט און פארנט פון זיין הויז נישט גענעכטיגט אינדערהיים, יא דאס א דערגרייכונג, ער האט אויך געמוזט אנטלויפן, וויסט עטס אויך אז סאשע ט"ב איז נישט געווען ביי די אכטע קלאס גראדועישאן, זי איז מיט בושות אנטלאפן צו איר טאטע און אר"י, ווייטער א געוואלדיגע דערגרייכונג, יא מיר קענען,  לאמיר ווייטער אנגיין, מיר האבן א כח, מיר  האבן בליע"ה א ריזן ציבור אידן וואס קענען נישט דולדן די טעראר, אבער מיר טארן נישט זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט מיר דארפן טוהן וואס מיר קענען אויפן לעגאלן וועג, און זיי מאכן שפירן אזוי ווי די יונגע פארלעך פילן,

געדענקט די בלוט פון די יונגע פארלעך בעט ביי אונז, זעהטס אז ס'זאל שוין אפשטעלן די רדיפות אנטקעגין אונז, אונז זאלן שוין קענען אנהייבן א נארמאלן לעבן,


און פאר ענק ארונים זאג איך אז ב"ה מיט ווי מער עטס וועט טערארזירן אלץ מער וועלן זיך די פרישע חתנים וכלות און זייערע עלטערן ארויסשטעלן נישט צו נעמען קיין רשות, ווייל די בלוט פון אונזערע ברודער און שוועסטער וואס עטס טוטהטס אןם א שיעור פייניגן אז זיי זאלן איבערמאכן די קידושין, שרייט און מאנט  פון אונז, לאזט ענק נישט פון די אנשי רשע, און גיטס זיי נישט אפילו די געפיל אז ענק האבן גענומען רשות, און מיר פרישע חתנים וכלות וועלן שטיין צו זייער זייט, און טאקע נישט לאזן זיך פון ענק, און מיר דארפן נישט קין רשות, און מיר וועלן נישט נעמען קיין רשות, און אויב וועט זיך נאר דאכטן אז ר' אהרן האט געגעבן רשות וועלן מיר אזוי ווי די לאנדא-בלום חתונה ווייזן פאר די גאנצע וועלט וואס ענקערע רשות איז ווערט,

יא מיר וועלן אלע פייטן פאר די בלוט  פון אונזער ברידער און שווועסטער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 17:26 לינק ישיר 

ב''ה לא אלמן ישראל, בשורה טובה בשרתני, עס פרייד מיך זייער צו הערן אז כלל ישראל איז מוחה אקעגן די פירצה נוראה בחומת הדת מיט מרבה זיין פגומים ביי כלל ישראל, און אז ס'ארבעט ב''ה זייער גיט איז באמת א בשורה טובה, און מכאן הקריאה יוצאת צו כלל ישראל מען זאל ממשיך זיין ביתר עוז מיט א קול מחאה, וכשיש דין למטה אין דין למעלה, דאס וועט זיכער לינדערן דעם חרון אף משמי מעלה, איך בין זיכער אז די מוחאים זענען חלילה נישט עובר אויף דיני דמלכותא, ווייל אויב יא וואלט דער מסור דמתא זיי שוין פארשיקט אין חד גדיא, נאר מען איז מוחה כדרכה של תורה, וויל איך איך נאר וואונטשן פאר די מקנאי קנאת השם צבקות, חזקו ואמצו, ענקער קול מחאה במחנה ווערט דערהערט, עס גייט נישט לטמיון. און פאר דיר ווייסטאלעס, א יישר כח פאר די בשורה טובה. טענק יו, טענק יו !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 15:27 לינק ישיר 

גערעכטער איך בין יעצט נישטא מיט די צו גיין און א סכסוך, און זיך טענה'ן איבער די גאנצע לעצטיגע וואכענדיגע נושא, (אגב גערעכטער אויב די ווילסט הערן וואס ס'מיינט אז ווען עס טוהט וויי שרייט מען דאן הער אויס 9041 506 718  און דאן דריקט נומער 4, אדער קענט איר ליינען אלע אייערע זיסא רשות ארטיקלען) און די ארטיקל בין איך דא פאר איין סיבה, סיי אז מיר סיי די בני יואל, און סיי חסידי מהרז"ל דארפ זיך פאראייניגן און נקמה נעמען פאר די בלוט פון די יונגע פארעלעך וואס מען הערט נישט אויף צו טערארזירן, און יא עס איז שוין דא געוויסע ווא טוהען און דעם, אבער ס'איז נישט גענוג מיר דארפן זיין א יעדער קאמפס גרייט, און א יעדער איינער וואס  מען ווייסט אז ס'האט א חלק און טערארזירן די פארעלעך, זאל מען זיי צוריקגעבן מיט די זעלבע שפראך, זאל דוד עקשטייןנ'ס טעלעפאון אויך נישט אויפהערן צו קלינגען א גאנצן טאג און נאכט, זאל די טעלעפאון פ א,י,פ, בר"ש אויך נישט אויפהערן צו קלינגען, ער האט אויך א ווייב מען קען זיי אויך טערארזירן, זאל די פאון פון י,פ בר"ה אויך ער טערארזירט ווערן אויפן זעלבן אופן ווי מען טערארזירט די פרישע קאפלעך, און וואס מיינט עס אז מאסרי'ס משפחה איז עפעס פון ראבער געמאכט,

און לאמיר ענק זאגן, איך האב נעכטן געשמועסט מיט איינע פון די יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט און עטרת מאיר צבי, זאלט עטס וויסן דער יונגערמאן האט געוויינט פאר מיר ס'איז לא יאומן כי יסופר ווי מען טוהט זיי רודפ'ן טאג איין טאג אויס, זיי ווייסן נישט ווען זיי גייען ארויס פון זייער הויז וואס ווארט זיי אפ, וועלן זיי אנטרעפן מרת ל,פ, אדער איר שוועסטער, אדער סתם אנדערע ציוטעשעטע חיות פון די ארונישע חינוך,
עטס קענסט גלייבן אז תש"ע און אמעריקא זאל א יונגע פארל דארפן טראכטן 2 מאהל פאר זיי גייען ארויס פון זייער שטוב,
דיו יונגערמאן האט נאכנישט געהאט א שאנס צו שםירן אז ערהאט חתונה געהאט,
די עלטערן פון די פארעלעך באקומען נאך איצטעט פאוני קאלס טאג איין טאג אויס,
די פארלעך אליינס וואס האבן נאכנישט באהאלטן זייער נומער העאט מען נישט אויף צו טערארזירן,
טייערע ברודער ווי קענען מיר שטיין גלייכגילטיג ווען מעון טוהט פייניגן און רודפ'ן די וואס האבן זיך די ערשטע ארויסגעשטעלט לטובת אונז
און איצטעט לאמיר זיך צוזאם נעמען און גיין א פאטש פאר א פאטש, צו ס'איז אקעגין דוד עדקשטטין צו א,י,פ צו מאסרי, צו י,פ, און צו ס'איז אנדערע וואס האבן א חלק אדער וועלן האבן א חלק און טערארזירן די יונגע פארלעך,
און אויך זאל מען זיך נעמען צו די מנהלי הישיבות, סיי פון די מתיבתא און סיי פון די קלענערע, און זיי מודיע זיין אז טאמער וועלן זיי נישט קעיר נעמען וועלן זיי לייד די קאנסקאווענצן, און מען קען דאס אלעס טוהן אויף א לעגאלן אופן, די זעלבע וועג וואס זיי טוהען אקעגן די פארעלעך און זייער עלטערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 04:56 לינק ישיר 

גערעכטער, און דו וואס האט יא אזוי געליינט דעם בלאט, און דו ווייסט אז ווען עס טוט וויי שרייט מען, טא וואס שרייסטו און פארפירסטו אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-16/6/2010 04:39 לינק ישיר 

ווייסטאלעס, דער בלאט האט די פאריגע וואך געווידמענט א לאנג ארטיקל וואס באציט זיך צו דיין פראבלעם, דאס קעפל פון ארטיקל איז: אז ס'טיט וויי שרייט מען איך האלט די זאלסט דאס ליינען, עס וועט דיר גאנץ זיכער רעדוצירן דיינע שמערצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 03:55 לינק ישיר 

און ווייטער, גיטס ענק נאר א דריי צוריק און דערמאנטס ענק ענקערע שבעת ימי משתה טעג וואספארא פרייליכע טעג דאס איז, א חתן א מלך, אנע דאגות, ער הייבט אן צו פירן זיין אייגענע מלוכה, ער דארך נישט לויפן ארבייטן, אדער כאפן די צייכן פון כולל, מען באקענט זיך מיטן נייעם שותף וואס מען גייט אנהייבן א נייע לעבן, נישטא קיין ווערטער צו באשרייבן די געפילן די טעג,

און ווען איר דערמאנט זיך צוריק הייב אן צו טראכטן ווי אין די טעג, הייבט מען אן דיר צו טערארזירן טאג און נאכט, אז די ביסט נישט כשר חתונה געהאט, צו מען שרייט אריין אז די זאלסט איבער מאכן דיינע קידושין, אא"וו, (דעמאלט האבן זיי נאכנישט געוויסט אז מען דארף באהאלטן די פאון נומער,)

און ווען די שפאצירסט און גאס טוהט מען דיר נאכשרייען,

 זאלסט זיין אויסגעשטעלט אז ווען די שטייסט אויף אינדערפרי איז די גאס און פארנט פון דיין הויז באווארפן מיט פאשקעווילןמיט אלע מיאוסע לאזונגען,

און שליחים פון די קהל מהר"א זאלן יעדן טאג קומען הענד דעליווערד מיט א אנדערע בריוון, 1) די באקאנטע פנקס, (אפילו מען לאכט זיך אויס, שטערט עס זייער א חתן וכלה און זיין ימי שמחה) 2) א בריוו מכלומרשט פון די כלה'ס גרעיד ווי מען בעט זיך ביי איר אז זי זאל איבערמאכן די קידושין, ווייל טאמער נישט האקן זיי אפ מיט איר, אא"וו  

און א גאנצע שבע ברכות טאג און נאכט שטייט ער אויס צו טערארזירט ווערן פון בחורים און יונגעלייט, און אויף אפילו פון עלטערע פרויען וואס האבן שוין אונטער זיך א לאנגע רשעות'דיגע היסטאריע,

 און לאמיר גיין אביסל ווייטער מען האט שוין גענדיגט די שבע ברכות, נישט אזוי ווי מיר האבן גענדיגט אויך די 7טע הימלען און מיר האבן געשוועבט, ניין זיי האבן גענדיגט זייער שבע ברכות מיט אגנסט און פחד נישט וויסענדיג מה יולד יום, וואס נאך וויל מען פון אונז און וואס נאך וועט מען אונז טוהן,

ביינאכט איז מען געשטאנען ביי זייער פענסטער און אריינגעשריגן, און נאך אזעלכע ענליכע רשעות'דיגע בייפעלער,

 און ווייטער ביי ענק נאך אייער חתונה, איר זענט א וואילע יונגערמאן און איר זענט געגאנגען און כולל לערנען פאר אפאר יאר, און ביזדעררווייל וועט אייר ב"ב ברענגען פרנסה און שטוב, און אלעס גייט ב,ה על מי מנוחות, ווי נישט ווי איז מען דאך שנה ראשונה,אבער דא גייט די מעשה אביסל אנדערשט, די אנשי רשע האבן זיכער געמאכט אז דאס יונג ווייבל וואס האט געהאט ביז איר חתונה א פיינע פאסטן ביי די דזשולערי סטאר און קר"י זאל ארויסגעווארפן ווערן פון איר דזשאב און אלעס ווייל זי איז נישט געגאנגען און די ליניע פון דוד עקשטיין און זיין אדמו"ר,

 און אזוי איז געגאנגען ווייטער און ווייטער און נאך ביזן היינטיגן טאג, און און די לעצטע טעג איז עס און א געוויסע זון ערגער געווארן נאכדעם וואס די ארונים האבן געזעהן אז זיי זענען און א פלאנטער מיט די גאנצע סידור קידושין פרשה, האבן זיי נאך דעם וואס ר' א"ל מייער האט געפרעגט רשות, אנגעהויבן מיט א נייע שפיל אז יעדער איינער פרעגט רשות, און יעדער איינער באקומט, און דאס איז א באזינדערע נושא וואס מען איז שוין דן דא אויף היידפארק, וואספארא ליצנות דאס איז זיי קען מען נאך פארקויפן אז יוסל וואלדמאן האט געפרעגט רשות,

אבער צוריק צום ענין זיי קענען נישט אוועק שפאצירן ווי א חוזק, און זיי מוזן אוועקשפאצירן מיט נצחון, זענען זיי יעצט גרייט פאר אלע געלטער און די וועלט צו טערארזירן די חשובע כהן-סרוגא פאמיליע אז זיי זאלן איבערמאכן די קידושין, און אויך טערארזירן זיי די אנדער משפחות וואס האבן נאכנישט געהאט קיין רשות

און רבותי זאלט איר וויסן אז די משפחות שטייען אויס ערענסטע גייסטישע טעראר, מען לאזט זיי נישט קיין מנוחה, נישט בייטאג און נישט ביינאכט,און ווען זיי גייען ארויס פון שטוב ווייסן זיי נישט ווער עס ווארט זיי אפ אינדרויסן זיי נאכצושרייען, און אויך זייער פאון נומער האבן זיי געדארפט טוישן נישט ארויסגעבענדיג עס פאר קיינעם,

רבותי דער בלוט פון די יונגע פארעלעך וויינען צו אונז נעמט זיך אן פאר אונז, אונז זענען מיר געווען די ערשטע, אונז האב מיר אויסגעטרעטן די וועג, לאזט אונז נישט צוזאמפאלן, און העלפט אונז ארויס מיט נקמה נעמען מיט די וואס טערארזירן אונז,

 און מיר תושבי קר"י ענטפערן יא מיר זענען גרייט און מיר זענע מודיע און מיר ווארענען, אז יא מיר קענען אויך מאכן פאוני קאלס צו טאטע'ס שווער'ן און ווייבער, און אויף די אופן וועלן מיר ארבייטן, און מיר קענען אויך אויסשטעלן פאשקעווילן און זי אויסשיסן, יא מיר האבן אויך קאמפיוטערס מיט פרינטערס, און קארן עס אויסצושיסן, און יא עם עקש תתפתל, און עס וועט גיין אי"ה א פאטש פאר א פאטש,

 מיר קענען נישט שווייגן, מיר טארן נישט שווייגן, און מיר וועלן אי"ה נישט שווייגן

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 01:42 לינק ישיר 

איך בין זייער מסופק און ווייסטאלעס כוונה מיט דעם ארטיקל, אבער זינט די ערשטע 3 חתונות האט מען ניקס גיהערט קיין פעינט קיין מייקס קיין פאני קאלס, יעדער מחותן מיט די קאפל'ס לעבן א רואיג לעבן די זעלבע ווי דער וואס מאכט חתונה אין פארעדייס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2010 00:41 לינק ישיר 

דער_אקס כתב:
יא ענק טרייען צי מאכן טעראר אין יעדער וועט אי"ה צוריק באקימען אפי' דע רוצחים האבן אויסגעקליבן דעם יתום בן ר' דוד ז"ל וועט מיט עם אויך מאכן שיין סדר פארשטאנען

 דאס אלעס איז אם ירצה השם, און אויב אינו ירצה השם, וועט דאס נישט זיין. רבות מחשבות בלב איש ועצת השם היא תקום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2010 00:07 לינק ישיר 

יא ענק טרייען צי מאכן טעראר אין יעדער וועט אי"ה צוריק באקימען אפי' דע רוצחים האבן אויסגעקליבן דעם יתום בן ר' דוד ז"ל וועט מיט עם אויך מאכן שיין סדר פארשטאנען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די אויסדרוק פון קרית יואל'ע אידן, מיר וועלן דאס מער נישט דולדן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext