קען דא איינער אויסקלארן דעם בילד
וויפיל איך פרוביר נאכצוגיין וואס דא גייט פאר, ווער איך נאר מער און מער צומישט
עטליכע פראגן פון וואס איך קען בכלל נישט ארויסקריכן
ווער איז דער שלמה קויפמאן, און וואס איז זיין ציל, די ארונים זאגן אז ער איז מער געשטימט צו זיי, און ער גיבט זיי אסאך געלט, לעצטנס האט ער מנדב געווען פאר זיי א ביהמ"ד אין קרית יואל אהל פיגא, פון די צווייטע זייט האט ער אויך געגעבן א בילדונג אין וויליאמסבורג פאר די זאליס, זיינע קינדער לערנען א חלק ביי די ארונים, און א חלק ביי די זאליס, פלוצלינג דא איז ער פארמישט מיט בני יואל, וואס גייט דא פאר. איז ער בכלל א בני יואל'ער, איך האב אמאל געהערט אז ער האט געארבעט אז די זאליס זאלן נעמען סקול דיסטריקט באסעס, דאס שטימט דאך נישט מיט בני יואל.
איינער זאגט מיר אז זיינע חתונה געהאטע קינדער זענען פייערדיגע ארונים, איז דאס אמת.
לויט ווי די ארונים זאגן האט בני יואל ארויסגעווארפן זלמן לייב וואלדמאן פון די באורד פון בית פיגא ווייל ער וויל נישט פארהאנדלען מיט קהל,
AnashText: Just In: New court In BY Alone they kicked off Z"L Waldman from board cuz he doesnt want 2sit/Deal W. Kuhl &thats Why House stil CLOSED!!!
לויט ווי איך הער אין בני יואל איז די גאנצע סכסוך נישט איבער'ן ביהמ"ד, נאר איבער א אישו פון זייער מיידל סקול. וואס איז נוגע צום בויען ווייטער.
און בכלל ווער קלאגט וועם, און אויף וואס, און ווען דארף זיין די קאורט
ועוד. ועוד.
ווער עס ווייסט עפעס זאל קלאר מאכן, אבער בעיקר נישט מער צומישן