בית פורומים כל העולם כולו

מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2010 22:13 לינק ישיר 
מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל

נאכדעם וואס די בני יואל זענען אנגעקומען צו זייער ערגסטער שטאפל אינעם דורכפאל פון זייער זאל, דהיינו, זיי האבן געמוזט טעראריזירן דעם קאשויער רב נישט צו קומען צו זיין נעפיו'ס חופה, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט סובל זיין אז דער מחותן האט מכבד געווען דעם מרא דאתרא, וועלכע האט דאס איבערגעגעבן פארן קאשויער רב, און עס איז זיי - אין זייערע אויגן - געווען ענדערשט צו אסר'ן א שליח פון רבי'ן צו מסדר קידושין זיין דארט. פעלט זיך אצינד אויס א שטיקל קלארן בליק אינעם טיפן דורפאל וואו זיי האלטן יעצט, און ווי אויך די טרוקענע פאקטן אנע שום סילופים, וירא הקהל.

געגרינדעט האט זיך דער זאל פאר איין סיבה, וואס מען ברויך נישט מסביר זיין, אויסצורייסן דעם פאקט אז רבינו שליט"א איז מרא דאתרא אין שטעטל.

נאכן פרובירן צענדליגער אופנים וויאזוי צו ווייזן בעלות אין שטעטל, און לא עלה בידם, אריינגערעכנט די געמיינע מערכות ביי די ווילידש וואלן, וואו זיי האבן יעדעס מאל פארלייגט כוחות עצומות און ארויסגעברענגט יעדן איינציגן מענטש וואס האט נאר אמאל געהאט סיי וואסערע טענה ומענה אויף די ווילידש אדער די קהילה אדער די הנהלת הקרי' וכו' וכו' אז זיי זאלן זיך קומען אויסגעבן דאס כעס אין די שטום בודקעס, און אזוי ארום וועלן זיי ווייזן אז זיי האבן ס'רוב שטעטל און זיי וועלן איבערנעמען קאנטראל. ארויסגעשטעלט האט זיך אבער, אז טראץ וואס יעדער יחיד פון זיי איז ארויסגעקומען שטימען, און "נישט" יעדער יחיד פון אונז איז ארויסגעקומען (וויבאלד עס איז נישט קיין וואלן צו דער טיקעט אדער יענער טיקעט, נאר צו דער טיקעט אדער "נישט דער" טיקעט ואכמ"ל), ואחרי ככלות הכל האבן זיי קיינמאל נישט געקענט ארויסברענגען אפילו נאנט צו האלב, און אוודאי נישט קיין רוב שטימען צו זייער טיקעט.

איז זיי מער נישט פארבליבן קיין אפציעס איבערצונעמען גארנישט, די האפענונג איז אויס און די געמיטער זענען דערשלאגן, בלייבט נאר איבער צו פרובירן דאס מינימום. איז זיי איינגעפאלן אז היות דער מרא דאתרא איז דאך דער אויסשליסליכער מסדר קידושין אין שטאט, איז דער סידור קידושין א גוטער וואפן צו ווייזן אז מ'איז נישט אונטערגעווארפן אונטער דאס בעלות.


מצדינו פארגינען מיר זיי דאס גערן... איך מיין אז פאר קיינעם פון אונז באדערט נישט אז די קרעציגע קינדער - וועלכע ווערן נתחנך אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא קיין מחלמה לה' בעמלק מיט די ציונים, נאר ליבערשט מיט די קליפה פון א"ט.. - זאלן האבן א פסולע קידוישן און זייערע דורות זאלן זיין פארזיגלט אלס נישט כשר.

זענען אבער געקומען די רבנים און דיינים פון די קהילה אין שפיץ פון הגאון דער קרית יואלער דיין שליט"א, און ארויסגעזאגט זייער דעת תורה אז אזא זאך מוז פארדאמט ווערן, און קהל איז מחוייב צו נעמען אלע סארט שריט קעגן אזאנע פורצי גדר.

די אפטימיסטן און פעסעמיסטן צוגלייך זענען עפ"י רוב געווען פאראייניגט אז דער מערכה איז ווערדלאז, און מען וועט מיט די משוגעים אין ערגעץ נישט אנקומען, אוטן מען ברויך זיי ליבערשט לאזן לויפן. אבער, דער דעת תורה האט מכריע געווען, און קהל האט געמאכט א אסיפה גדולה, און עס איז פראקלאמירט געווארן קלאר אז דאס איז א הארבער איסור און דאס וועט נישט טעלארירט ווערן ביי אונז אין שטעטל.

קהל האט מודיע געווען אין בלאט, אז זיי וועלן מפרסם זיין די נעמען פון די חוטאים כהוראות רביה"ק זי"ע, אין צוגאב צו אנדערע כפיות וקנסות לקיים את דברי האיגרת פון רביה"ק זי"ע, וועלכע פסק'ט אז קהל איז "מחוייב" צו טוהן "כל מיני קנסות וכפיות" קעגן דעם מסדר און דעם חתן און אבי הכלה.

---- המשך יבא ----


תוקן על ידי מחלל_קדושן ב- 16/06/2010 22:37:09




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/3/2011 01:27 לינק ישיר 

ווען איך זאל זאגען פאר זשיגאן תשנ''ט ווי זיינע פלענער וועלן זיך ענדיגן וואלט איך געכאפט פין שמשון אזא באכע....
פינקט גענוג אז איינער זאל אים זאגען אז וועט דארפן מאכען א בית החיים אינטערן גדר אין געבן בחינם חלקות נאכען ארומלויפן צו אלטע אין קראנקע אידן

עס איז א נחת צו זעהן אז ענקער חיות איז פין געבאקענע ציפערן פין פסולע קדושין קעגן די הוראה פין רבין ז''ל
אין נאך אויך פין יעדע נפטר אין פאללאקס

זיי האבען דאך אליין'ס געליינט אויף היידפארק אז מיט יעדע חתונה קעגן די בפי' הוראה פין רבין ז''ל
טוט מען אפ דעם רבי'ן מיט גאנץ סאטמאר
אין דאס פירט זיי נעבעך אויף אזא ביטערע סינדראם
אז זיי זענען מפקיר זייער אייגענע קינדער ביום חיפתם





תוקן על ידי rebyankel ב- 11/03/2011 01:31:13





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/3/2011 01:19 לינק ישיר 

ווען איך זאל זאגן פאר אן ארוני, ווען די זאל האט זיך געעפנט און מ'האט געשאטן מיט שניי-פאשקעווילן, טראקס/מייקס/ שטיינער ביינער,
אז ס'גייט פארקומען אין איין יאר פון היינט, חתונות נאך חתונות, און אין קול ואין מלחמה,
וואלט ער עס געגלייבט
פונקט ווי איך וואלט געזאגט פאר ר אהרנ'ן 10 יאר ציריק
אז ער גייט נישט וואינען אין 550 בעדפארד
און זיין שוהל און חתונה זאל גייט זיין אין א 20,000 דאלארדיגע געדינגענע שוהל אויף קענט עוו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/3/2011 18:05 לינק ישיר 

I knew your folks just can’t face it, so I guess will leave it the way it is, I have no interest in upsetting you






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 17:50 לינק ישיר 

נע איך מיין אז מען קען עס לאזן אזוי וואו עס איז

מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל

is just fine!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 17:33 לינק ישיר 

עס איז צייט צו טוישן דעם קעפל

מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון די מערכה געגן בנ"י זאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/3/2011 04:58 לינק ישיר 

שטעלטס ענק פאר אויב דעם חכם הרב מארגענשטערן וועט בייפאלען אז כדי אפצוטוהן ר' אהרן ט''ב דארף זיך יעדער שניידען די בארד, איין איינציגער באשעפר זאל זיי באהיטן, השנאה והתאוה והכבוד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 04:40 לינק ישיר 

כ'ווייס נישט אויב די זיידע איז געווען אבער די עלטער זיידע ביזטו דאך זיכער מודה אז ער איז נישט געקומען נאר וואס דען..... אזא פנים טראגען ענק אפילו ביום חיפתו פון א אייגען קינד, אלעס ווייל ענק רעדן זיך איין אז איינער רעדט נאך פון ענקער זאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/3/2011 04:22 לינק ישיר 

ב"ה עס גייען אן דארטן חתונות איינס נאכן צווייטן
דעם ווינטער איז שוין ב"ה געווען אריבער 20 חתונות


דער לעצטער קויל פון ארויסווארפן זייערע איינגעשטעלטע האט זיך ב"ה שוין אויך גענדיגט ווען נעכטן איז פארגעקומען דארטן א חתונה ווי דער זיידע איז א מלמד, און א שוואגער איז א מלמד, אזוי אויך א שוועגערן פון די גרעסטע טיטשערס אין סקול, און אלע זענען געווען

דער עלטער זיידע איז נעבעך געזיצן אונדערהיים ווען אלע זיינע קינדער זענען יא געגאנגען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2011 21:24 לינק ישיר 

נעבעך
ריכטיג מסירת נפש פאר מחלוקת
ביי א גרעסערע טייל חתונות פעלן נישט נאר די משפחה, פעטער אין ברודער נאר אפי' דער ראש המשפחה - דער זיידע אליין האלט זיך אויך צירוק פין קומען ציליב די הארבע תשובה פין רביה''ק ז''ל
אבער פאר די שארמאשער איז די איירעדעניש אז מ'שטעכט ביום החופה וויכטיגער ווי אלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 23:06 לינק ישיר 

די רעבלען האבען א שטיק צייט צירוק געהאט געמאכט א תקנה אז נאר די 3 פרצי גדר מעגן זיין מסדר קדושין אין זייער זאל, ווייל זיי האבען געזעהן אז מענטשן בעטן רשות אין די לעצטע מיניט
לעצטנס האבען זיי אבער געזעהן וואסערע פנים ס'טראגט
האבען זיי אנגעהויבן צו לאזען שטילערהייט אויך אנדערע שיינע יודן
ענדליך איז נעכטן געווען נאך א חתונה (קוקט עפעס אויס ווי רוב בני יואל אין זאליס מאכען עפעס נישט חתונה קיין קינדער...)
יענער האט קודם פראבירט צו בעטן ר' טודרוס זילבער צו זיין מסדר קדושין נאכדעם וואס ער איז זייער נאנט מיט אים, פארשטייט זיך ער האט עס אפגעזאגט (זיי טרייסטן זיך מיטן שרייבן אז ער איז למעשה געקומען זאגען מזל טוב ביי די חתונה, וויי פאר אזא נחמה...)
נאכדעם האט ער געבעטן ר יצחק מאנדעל אבער האט אויך נישט געוואלט נאכדעם וואס ער האט שוין גענוג געהאט אויף דערווייל ביי די גירות פרשה ווי אלע רבנים זענען ארויס קעגן אים
האט מען נעבעך געמוזט נאכמאל רופן דעם חכם אתיק

אין סאטמאר דארף צוקראצט ווארען אז עקסטרעמע בני יואל אין זאליס מאכען דארט חתונה.....
אין פייפען אויפן בפי' פסק פין רביה''ק ז''ל

זיי לעבן נעבעך אין זייער קליין וועלטער פין היידפארק אין טוויטער



תוקן על ידי rebyankel ב- 09/02/2011 23:20:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2010 21:38 לינק ישיר 

א ריכטיגע מחלוקת למען השלום לפי השארמאשער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 21:00 לינק ישיר 

די וואך איז ווידער פארגעקומען א חתונה ווי דער זאלי מחותן האט פארקוקט  אויף די השתתפות פין די גאנצע משפחה אין שפיץ פין די ראש המשפחה - די חשוב'ע זיידע עמו''ש
אין געניצט די יום החופה פאר א געווער קעגן די מרא דאתרא (לשיטתו נעבעך)
ווען ס'שטייט ווען נישט אין די משנה בפ' ''השנאה מקלקלת וכו''' וואלט מען נאך געדארפט זיכען א הסבר
קיין פשוט'ע הסבר פאר דעם איז נישטו

די בעסטע ראי' פאר דעם איז מארגענשטערן'ס בריוו


די בריוו איז א מס' פאר זיך - אגב, די אשכול דערוועגן איז אראפ ציליב די תקנות הפארום
אבער וואס מ'קען זיכער זעהן דארט איז די ווי ער ווארפט ציריק שווערע טויזענטער'ס צו קענען ניצן די יום החופה פאר די געווער.

נעבעך, וואס שנאה קען נישט טוהן מיט זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 22:38 לינק ישיר 

ס'איז דארט געווען א גאר קליינער עולם מיט שטריימלך, רוב משפחה פון אלע צדדים האבן זיך נישט משתתף געווען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 20:09 לינק ישיר 

אין קרית יואל איז גאנץ זעלטן צו זעהן א חתונה מיט א בענד אדער א זינגער פין אנדערע קרייזן
אבער ביי בני יואל וואס זענען ענדליך נאך מער באפרייט פין עול התורה וטהרתן של ישראל
זענען יעצט גליקליך צו האבען אויך א פול בענד חתונה
מענטשן זאגען אז מ'האט געברענגט די בענד צו שלעפן מענטשן, אזווי די זאליס טוהן ביי זייער מסיבות
כדי דער עולם  זאל קומען מחזק זיין אנשטוט די זיידע אין פעטערס, וועלכע זענען נישט געקומען ציליב די איסור פין רביה''ק ז''ל
מערקט טאקע ווי אלע געסט - כמעט קיינער מיט א שטריימל קלאצען אויף די ''בענד''





_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 01:02 לינק ישיר 

גייען די בני יואלע טעראריסטען לייגען יעצט גארביטש פאר די זיידענ'ס הויז?. זאל ער כאטש וויסען וואס ס'געשעט ווען מען פאלגט א דיין און א ערליכע איד.
 (ער פארשעמט דאך זייער ע"ז קומט דאך אים די ארגסטע.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיט א ניכטערן בליק: דער דורכפאל פון בנ"י זאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext