בית פורומים כל העולם כולו

איז ער טאקע אויסן צו פארניכטן די קרעטשמע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2010 00:18 לינק ישיר 
איז ער טאקע אויסן צו פארניכטן די קרעטשמע?

וועט ער טאקע צושטויבן דאס הויז?

 


איז ער טאקע אויסן צו פארניכטן דעם רבי'נס הויז?

הגה:

הלואי. מי יתן והיה.

הלואי אז די מערת פריצים, די שמוציגע קרעטשמע וואס מ'האט דארט אויסגעריסן תורת משה, מבזה געווען צדיקי עולם, געפייניגט דעם ברך משה כל ימיו, געפרעסן און געזויפן און געהוליעט זאל אויסגעריסן ווערן. דאס וועט זיין דער גרעסטער תיקון פאר די רביצין הרבנית אלטא פיגא ע"ה.

די פארגאנגענע עטליכע טעג רעש'ט די אידישע וועלט מיט די נייעס פון קרית יואל. געשלעג, ארעסטן, פראסטעסטן, בולדאוזער נוסח מדינת ישראל מיט אלע קלאפערגעצייג.

הגה:

קיינער רעש'ט נישט. אלעס ווארט מיט אנגסט אז די ישועה משמים זאל שוין אנקומען, און דאס ווערצהויז זאל אראפגעווארפען ווערן. ליידער איז דאך נישט געקומען די צייט. א ישועה פורטא איז דאך דא בעזר הבורא ברוך הוא, אז די קרעטשמע איז דערווייל פארהאקט און די רוצחים שפלים ונבזים, קענען נישט אריינגיין דארט, נאך מער מטמא זיין דארט ווי ביז היינט.

עס איז א פאקט, אז כגנב במחתרת האט דער מוסר ומלשין הידוע פרובירט צו פארניכטן וואס מער, אין יענעם זונטאג פארטאגס. מאנכע זאגן אז ער בלויז געמיינט דעם גארטן מיטן סעפטיק, אנדערע זאגן ער האט געוואלט דעם הינטערשטן גארטן אויך מושטערן, ווידער אנדערע שווערן זיך אז ער האט די גאנצע געביידע געוואלט אומווארפן, עס מאכן פלאך מיט דער ערד. ויש אומרים אז ער האט נאר געוואלט אראפברעכן אלעס וואס די רביצין האט צוגעבויט צום אריגינעלן הויז.

הגה:

אנדערע שווערן זיך גאר אז ער גאר געוואלט באמבארדירן דאס הויז אינמיטן די טונקעלקייט פון די נאכט.

מ'האט אפילו אינאכט גענומען דעם שרעקליכן מלשין מישן טי.ען.טי און אנדערע געפערליכע באשטאנדטיילן. בחסדי ה' האט מען געכאפט ביי די מעשה. יעצט וועט ער שמאכטן אין טורמע.

סקעפטיקער צווייפלען צי ער, מיט זיין משלח הגה"כּ טיטוס הרשע, זענען טאקע דערביי צו גענצליך אויסרייסן דאס הויז אוואו רבינו הקדוש זי"ע האט געפראוועט סדרים און שבתים, זיך גע'טובל'ט זיינע לעצטע יאהרן אויף דעם עולם, פאר דעם בלויזן ביליגן רייץ פון פארמאגן א טיהר אויף מזרח זייט, צי פארן פריוואטן מענטשליכן געברויך, אדער פארן געברויך פון די פארטיי, פאר די חנוכה ליכט.

הגה:

ווער האט די העזה זיך צו צווייפלען.

מיר ווייסן ליידער פאר א מציאות אז דער טיטוס איז נאר דא אויסצורייסן די קרעטשמע. קיינער פארלייקענט דאס נישט. פארקערט גאר, מיר זאגן אפען אז מיר ווילן זעהן א באלדע ענדע צו דעם פינסטערן בית גליא וואס איז געווארן א ווערטסהויז פון מחללי שבת, מוסרים ומלשינים, און בעלי הסיקסטי מיניטס. נישט פאר קיין חנוכה ליכט צינדן. נאר פאר דעם איינציגן בענעפטיט פון אויסרייסן די קרעטשמע וואס איז א צער פאר'ן הייליגן דברי יואל זי"ע.

מיר וועלן אלזא אויפמישן עטליכע היסטארישע קאפיטלען, אין וועלכע דער עולם איז לאו דוקא באהאוונט, און די מסקנות וועלן שרייען פון זיך אליין. די סדר פון די יאהרן איז מעגליך נישט אזוי גענוי, אבער די פאקטן בייטן זיך נישט.

 הגה:

די היסטאריע וועט טאקע אויפדעקן גאר שמוציגע קאפיטלען, פון וועלכן איר מיינט אז מיר האבן אפשר פארגעסן.

א. קרית ויז'ניץ

מען האט נאך קיינעם נישט געצוואונגען א חתן צו ווערן. ווען מען האט דעם ברך משה ז"ל אנגעטראגן דעם שידוך מיט די חינוך עצמאי'טע, און דער פרא אדם האט זיך פון דעם דערוואוסט, האט ער שוין נישט צורוה געלאזט דעם פאטער, ער האט מיט ציין און נעגל געקעממפט אז דער שידוך זאל ווערן. ער האט נישט געאנט פון קיין קנאות, פון קיין בחירות, פון קיין לעשות נחת רוח, גארנישט! איהם האט אינטערעסירט איין זאך: ער זאל ווערן אן איידעם ביי א גרויסן רבי'ן. ער דארף נישט קיין שפיץ, אשכנזי, מייזליש, רבי'לעך וואס מוטשען זיך מיט מנין, ער מוז האבן א הגר וואס זאל איהם פארזיכערן פארענטשעס!

הגה:

ליצים זאגן אז ער האט זיך דעם שידוך אליין פארשאפט... ער האט זיך גע'אימעילט מיט די וויזניצער מיידל פון בני ברק, ער איז געזעסן אין וויליאמסבורג און קאמוניקירט 12 טויזענט מייל אוועק אין תשכ"ו. ולפלא אז דער הייליגער דברי יואל זאל נאך דערנאך חנפ'ן דעם געמיינעם בחור, און שרייבן אויף אים "המאור הגדול" וואס אפילו צדיקים מפורסמים האט ער דאס נישט געשריבן... אתמהה.

 

וכך הוה.

כידוע האט דער ברך משה זצ"ל זיך איינגע'טענה'ט מיטן רבי'ן זי"ע, אבער וואס טוט מען ווען דער זוהן שפארט זיך אז ער וויל דייקא דעם שידוך? האט ער געמוזט מסכים זיין. די אנדערע קינדער זיינע זענען קיין כבוד גייציגע נישט, האט ער זיי נישט משדך געווען מיט אזעלכע שטייגער שטיבער, אויף וואס דער פעטער האט געזאגט אז דער ארס המינות גייט אריין דורך די טמא'נע שפראך. ער האט זיך גע'עקשנ'ט, האט ער איהם געמוזט נאכגעבן. זיי איז יא גוט געווען שפיץ, אשכנזי, און מייזליש.

הגה:

דעם בן השני האט ער געמוזט געבן פאר'ן גבאי.

דעם בן השלישי האט ער געמוזט פטר'ן פאר ... וואס האט רח"ל געהאט צוטאן מיט אן ערלית רח"ל נאך די מלחמה, כמבואר בספר היזכור.

היסטאריקער ווייזען אן, אז יאסל אשכנזי האט גע'חלשט נאך דעם בחור. אבער דערך ברך משה האט זיך דורכגערעדט מיט'ן רבי'ן און דער רבי זי"ע האט אים געזאגט, דעם נעקסטן זון זאלסטו אים שענקען. זעהט אויס אז דע רבי זי"ע האט געוואוסט.

ס'רוקט זיך אונטער די חתונה. דער רבי זי"ע לאזט מעלדן אז מען זאל נישט גיין צו די חתונה. אין קרית ויז'ניץ האט יענע נאכט זיך נישט באוויזן קיין איין סאטמארער תלמיד. מפני כבודו פונעם סיגעטער רב האט סאטמאר אראנזשירט א שבע ברכות.

הגה:

דער רבי לאזט נישט גיין צו די חתונה, אבער א ווארימע ברכת מזל טוב שיקט ער פאר'ן זיידן. פאר די איצטיגע פאליטיק זאל דער רבי ווערן א פאלטער היפאקריט. דער פאשקעוויל שרייבער מאכט זיך נישט וויסענדיג אז די זעלבע רוצחים פון די היינטיגע קרעטשמע האבן דעמאלטס געטאן די אכזריות'דיגע רשעות'ן קעגן סיגוט'ער רב, און אים שופך דם געווען, און מפרסם געווען אז דער רבי לאזט נישט גיין.. אבער א שבע ברכות האט מען אראנזשירט ווען דער רבי איז נישט מסכים???

 

דאס קען ער ביז היינט נישט אראפשלינגען. ער האט דאן אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי צו פארשווארצן דעם פנים פון רבי'ן זי"ע.

הגה:

די סעפטיק זיצער אין די טמא'נע פארשפארטע קרעטשמע, זענען די וועלכע האבן אים פארשווארצט דאס פנים, אויב קומט דער רבי אין חלום פאר א סוער, פאר שמוציגן גרף של רעי, איז דאס די גרעסטע בזיון, חירוף וגידוף כלפי דעם הייליגן רבי'ן זי"ע. לאמיר נאר א בליק טאן וואס זאגט דער רבי אליינס קעגן די קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט. ער האט דאס קלאר געזאגט אויף די סעפטיק זיצער מחריבי עולם.

סאטמאר האט זיך נישט גערישט אויף אזא עז פנים וגס רוח. זיכער האט מען זיך נישט געגרייט אז דער יונג וועט נאך הייסן "ממלא מקומו".

הגה:

ממלא מקומו איז נישט קיין זאך וואס מ'דארף פרעגן סעפטיק זיצער און מחללי שבת און קרעטשמע זיצער. דאס באלאנגט פאר גדולי ישראל צו דעצידירן. ב"ה זיי האבן א גוטע נאז. כלל ישראל האט גוט אויסגעקליבן דעם גרעסטן גאון וצדיק ולוחם מלחמות השם צו זיין דער מנהיג ישראל האמיתי פון דעם גרעסטן קיבוץ אידן איבער דער גארער וועלט. 

 

ב. טעוועלע

עס הערט זיך ווי א נישטיגקייט, עטליכע שווענץ האבן ארויפגעקלעבט א טעוועלע "במקום הזה עמד רבינו הקדוש בתפילה" (כ'געדענק נישט דעם נוסח גענוי, אבער דאס איז געווען זיין אינהאלט).

הגה:

א מינוטקעלע. ווער האט געלייגט דאס טעוועלע. די סעפטיק זיצער אדער גדולי ישראל ותלמידיו הנאמנים. האט מען פאר'ן יטב לב אויך געמאכט אזוינס, צו איז דאס אזא סארט דזשיגאן פראיעקט וואס די קאקאש קעיק פרעסער האבן ערפינדן?

נישט ביי "מיר" אין בית המדרש! האט ער געדונערט. די טעוועלע איז מיסטעריעז פארשוואונדן. מען פרעפלט א גאנצע רעדע, "טעוועלע ארויף, טעוועלע אראפ", און די טעוועלע איז פארבליבן אין געהיים, אין באהעלטעניש. דערמאן מיר נישט דעם רבי'ן!

הגה:

דער ברך משה האט געהייסן אראפנעמען די טעוועלע. ויפה עשה משה.

במקום הזה לא עמד רבינו הקדוש בתפילה.

ס'איז נישט שוואנצאנעס. ס'איז אויסגעריסן.

פינטל.

הגה:

נישט א טעוועלע דארף דערמאנען ווער עס האט דארט געדאוודענט. א טעוועלע באלאנגט אין א מוזעאום אדער אפשר אין א קרעטשמע. נישט אין קיין בית המקדש מעט.

 

ג. אזוי האט מען געטון אין ארשיווע...

שווארצע וואלקענעס האבן אנגעהויבן קומען אין ריכטונג פון סאטמאר. "דער טאטע וועט אהיימקומען וועט ער מאכן ארדנונג". דער טאטע האט נעבעך נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זוהן לייגט זיך ווידער אריין אין פלאנטער, גענוג געווען איינמאל, האט ער פרובירט מיט אלע מיטלען אז זיין עקשן זאל נישט ליידן נאך א דורכפאל.

דער עקשן האט פולשטענדיג איבערגענומען די לייצעס פון דעם קריג, און עס האט זיך אנגעהויבן א קייט פון טעראריסטישע דרשות, ווי באמבעס פון א קאנאן אהן איבעררייס, געשאסן אין ריכטונג פון יעדן וואס איז איהם געשטאנען אונטערוועגנס. "כהנים ארויס", "עפרא לפומיה", "מוחה פון מאנסי", און נאך און נאך כמין חומר, וואס האבן געגעבן יאהרן לאנג ערלויבעניש פאר די ערצויגענע מתמידים צו שלאגן רויבן פלינדערן שטעכן אונטערצינדן צושטויבן מאכן פאוני קאלס פארשפרייטן פאשקווילן פייניגן וועם אימער.

פרעגט זיך די שאלה, פון וואו נעמט מען דעם היתר צו טעראריזן יענעם?

הגה:

אזוי. א קייט פון טעראריסטישע דרשות האט זיך אנגעהויבן? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן און ווער האט דאס אנגעהויבן?

פון וועלכע ריכטונג איז די קייט פון טעראר געקומען.

איז עס אפשר געקומען פון האקן אויף די טיר אויפן ברך משה יעדן שבת קודש...?

איז עס אפשר געקומען פון פראבירן אונטערצינדן די דירה אויף צאנז קאורט?

איז עס אפשר פערצופאל געקומען פון די קאקאש קעיק פרעסער און סעפטיק זיצער וועלכע האבן באשלאסן אז דער ברך משה איז נישט "באלעבאס" אין קרית יואל...

לאמיר זיך נאר דערמאנען און אביסל אויפפרישן דעם זכרון:

ווער האט געמאכט דעם שידוך מיט דעם שמוציגן פערשוין חיים שאולזאון?

ווער האט גערופן די טעלעוויזיע קיין קרית יואל אן זיי געפיטערט אז אידישע קינדער זענען גנבים און באראבעווען די רעגירונג?

וואו זענען די דאיזגע מוסרים און מלשינים געזעסן און פלאנירט און באקומען חיזוק פאר זייערע רשעות און הירוס אקציעס טאג און נאכט?  

לאמיר זיך נאר דערמאנען דאס בילד וויאזוי עס האט אויסגעקיקט דער פארטש פון די קרעטשמע:

די ערליכע אידן תלמידי רבינו הרב הצדיק שלמה יאנקעל געלבמאן (ווען דער רבי זי"ע האט אנגערופן געלער בדחן) איז געזעסן און געזויפט קאווע מיט  דעם אנדערן תלמיד פון רבי'ן פייוויל ווייס (וועלכער האט באקומען שיינע ברכה פונעם רבי'ן זי"ע כידוע לכל) מיט א כאפטע פון די טירנויער פאמיליע שטייען ארום און טרייבן ליצנות און פונעם סיגעטער. אלע פאשקעווילן ווערט דארט געשריבן און דערנאך ארויסגעשיקט פאר קרית יואל אלס "תלמידי רבינו".

און אויף אט די סעפטיק זיצער טאר מען שוין נישט רעדן, ווייל מ'וויל חלילה באגראבן די "נקודה" פונעם רבי'ן...

פשט'לט דער גאון און זאגט מיט א בלעכענעם פרצוף, "אזוי האט מען געטון אין ארשיווע, אזוי האט מען געטון אין קראלי, אזוי האט מען געטון אין סאטמאר, און אזוי האט מען געטון אין ברוקלין אויך"!

 

הגה:

דאס לאזן מיר איבער פאר'ן טראנסילוואניער אידישע צייטונג, וועלכער איז נאך אזוי באגלייבט וויפיל שאולזאון צו פארציילן די היסטאריע פון קראלי און ארשיווע.

לא עביד הקב"ה ניסא למגנא. פאר עפעס א צוועק האט דער שמוציגער "טראנסילוואניער" איבערגעלבט די קריג, און עס איז היינט צו דא פאר די גאנצע וועלט צו זעהן פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען, און עס איז אונז לגמרי איבריג צו רעדן דערפון, ווייל עס רעדט פון זיך אליין.

סאטמאר רב איז געווען א פאלנער טעראריסט.

 הגה:

ניין. א סעפטיק זיצער איז ער געווען!

ד. דעם רבי'נס מקוה

אין סעקשן 1 אין קרית יואל איז געווען א מקוה וואס רבינו הקדוש זי"ע האט זיך דארט גע'טובל'ט מערערע מאל. דער מלשין דער רשע האט געברויכט דאס שטיקל לאנד, האט ער דאס צובראכן.

 הגה:

נישט נאר די הייליגע מקוה וואס דארט האט זיך רבינו הקדוש גע'טובל'ט מערערע מאל האט מען צעבראכן. אויך די הייליגע גראז וואו דער הייליגע רבי זי"ע האט געטרעטען במו רגליו הקדושים מערערע מאל האט מען בשאט נפש ל"ע גערופן א גראז שניידער און עס מיט רשעות אפגעשניטן.

דאס איז אלעס נאר אויסצורייסן יעדעס שטיקעלע איבערבלייבעניש פון הייליגן רבי'ן.

און מיר וועלן שווייגען...?

 

ה. דער "פעטער"

טראצדעם וואס דער ברך משה זצ"ל איז ערוועהלט געווארן דורך כמעט די גאנצע קהילה פה אחד אלס ממלא מקום רבינו זי"ע ונשיא המוסדות, און איז אויך באאויפטראגט געווארן צו דעם פאסטן דורך די גרעסטע תלמידי ומעריצי רבינו זי"ע, הה"ק מפשעווארסק זצ"ל, הה"ק מפאפא זצ"ל, הה"ק מתולדות אהרן זצ"ל, ועוד ועוד, איז ידוע ביי יעדן אז ער האט זיך נישט געהאלטן אלס ממלא מקום.

הגה:

אזוי. דער ברך משה איז אויפגענומען געווארן פה אחד?

ווען האט דאס פאסירט?

און אויב אזוי, אז מ'האט אים יא אויפגענומען פה אחד אלס ממלא מקומו, פארוואס דען האט מען אזוי מצער געווען, וואו ער האט זיך מתמרמר געווען אויף די "אנשי דלא מעלי" ביים פעטער?

אויב איז ער געווען ממלא מקום, פארוואס דען האט ער נישט געטארט געבן דעם נאמען "ברכה סימא" אויף א זאל, איז ער באלעבאס אדער נישט?

אויב איז ער יא ממלא מקום און איז דער פוסק אחרון, פארוואס דען האט ער נישט געטארט אריינשטעלן זיין זון אלס רב אין תשמ"ה?

אויב איז ער געווען ממלא מקום פארוואס האט מען געפירט א מלחמה קעגן אים כל ימיו?

ווער עס קוקט אריין אין די בענדער חידושי תורה מהר"ם ט"ב ווער ער טרעפן אין כמעט יעדע דרשה אין יעדע תורה דער פעטער ז"ל, זיך האלטן צום פעטער ז"ל נישט פארגעסן דעפ פעטער, דעם פעטערס מוסדות דעם פעטערס ישיבה, אלעס דעם פעטערס, ער האט זיך געהאלטן בלויז אלס ממשיך, נישט אלס ממלא מקום. ער האט גערעדט צום רבי'ן ז"ל אלס פעטער פון אלס פיצל קינד, און נאכמער זינט די טראגעדיע ווען דער פאטער דער עצי חיים האט איהם ל"ע איבערגעלאזט זייענדיג בלויז עלף יאהר אלט, און דער רבי האט זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין.

הגה:

אלזא, ווער דען האט געזאגט די שיינע מימרות אז דער סיגעטער פארקויפט די תורה פאר א שוה פרוטה, און אז ער רופט דעם בנין "ויואל משה" פאר זיך?

קעגן וועמען פונקטליך האט מען געמאכט דעם פנים חדשות?

ווער גענוי האט געמאכט א דאמי קעגן ברך משה, און פארוואס?

אויב איז ער געווען "ממלא מקומו" פארוואס האט יאשקע וואלדמאן עובר געווען און געלאפן אין די וואלן קעגן אים?

און פארוואס האט ער באקומען א זילבענע טאץ אויפגעשריבן דערויף 673?

אין די ערשטע (אדער איינע פון די ערשטע) פתיחות פאר די תלמידי הישיבה, האט דער ברך משה איבערגעגעבן אז אויפן פארלאנג פון מומע וועלן אלע מוסדות הייסן "תורה ויראה דרבינו יואל". ביי איהם איז געווען פשוט דער "רבינו יואל". עס איז איהם נישט געווען קיין פראבלעם עס איבערצוגעבן בשם די מומע, ווייל ביי איהם האט דער אמת אלעמאל פארנומען דעם אויבנאהן.

קומט צו גיין דער דובר שקרים, דער שליט, דער געוועלטיגער, דער צוקונפטיגער טיטוס, דער רוח גבוהה און נפש שפלה מתלמידיו של בלעם הרשע וואס מאכט אידן זינדיגן און פליהט אין די הימלען, און רופט דעם רבי'ן "פעטער"!

הגה:

פארוואס מעג זיין טאטע רופן פעטער און ער נישט?

אויב איז פעטער א מיאוס ווארט, פארוואס האט זיין טאטע געמעגט, איז עס נישט מיאוס, פארוואס טאר ער נישט.

צווייטנס, אויב ער איז געווען אזוי נאענט מיט'ן פעטער, אז דער פעטער האט געווארט אויף אים ביים פארלערנען סוגיא אין די ישיבה (עס באדערט אוודאי...), איז אים א גרויסער כבוד אז ער איז אים א פלומעניק. נו אוודאי קרענקט אייך !

צוערשט איז דאס א פרעכער ליגנט, דער רבי איז נישט זיין פעטער.

הגה:

דברה תורה כלשון בני אדם. אן עלטער פעטער רופט מען פעטער.

אויב אין די תורה הק' געפינט מען אז א זיידע רופט מען טאטע (עי' רש"י שמות ב' י"ח), איז אן עלטער פעטער זיכער א פעטער.

צווייטנס, אז דעם רבי'נס אייגענע פרוי האט איהם גערופן "דער רב", ווייל זי האט איהם געקענט הערשט אלס רב, ווי קומט אז שווארצער יונגערמאן וואס האט דעם רבי'ן זי"ע געקענט שוין אלס אנערקענטער רשכבה"ג און מנהיג ישראל, זאל איהם רופן אין דער עפנטליכקייט דער פעטער?!

אלעס, נאר נישט "דער רבי". איינפאך.

הגה:

משם ראי'. טאקע ווייל ער איז געווען זיין געליבסטער פלימעניק, האט אים גערופן בלשון חיבה פעטער.

ו. דער פעטער האט מאכיל חמץ און נבילה געווען.

הגה:

לאמיר נישט פארגעסן, דער קאשויער רב האט געזאגט אז די פלייש טויג נישט.

ווער האט ווייטער געריקט שטיקער דערפון עד היום הזה, און ווער האט זיך מונע געווען פון עסן, אלס א חשש אז עס איז דא פראבלעמען.

עס געדענקט זיך גוט ווען מ'האט געטראפן א שוחט מיט א פגומ'דיג מעסער רח"ל, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש, דער דזשיגאן השלישי האט ווייטער געגעסן כאילו לא היה, אבער דער וואס האט נישט אריינגענומען מער קיין שטיקל בהמה פלייש איז וואס?

אלע מצה און פלייש ביז היינט אין אמעריקע, זענען געווען מיט פקפוקים. "לבי נוקפי" אז דער "פעטער" האט געגעסן מבוקעות און מצומחות, און די פלייש "ווייסט מען דאך" האט נישט געטויגט.

 הגה:

מאכיל נבילות אויפן פלייש האט געזאגט דער קאשוי'ער רב זצ"ל, ביטע נישט אויסמישן.

אויף די ווייץ אז עס טויג נישט, זאגט דער חתם סופר און דער רשב"א.

און דער רבי זי"ע האט דערפאר געשיקט שניידן ווייץ קיין אריזאנא. טאקע פאר די זעלבע סיבה.

 

ז. בני המן

ווי הערט זיך "מוסדות תורה ויראה דרבינו המן מסאטמאר קרית המן".

מאדנע, הא?

מיט וואס איז "בני המן" אנדערש? "בני זואל"?

נאר מיטן ציהל צו אויסרייסן דעם "רבינזיכרוינעליווראכע", איז ערלויבט איהם צו רופן המן אויך.

הגה:

בני המן איז א מוסד וואס איז געגרינדעט געווארן לשם מחלוקת ושנאת חנם, און די פירות דערפון זענען ליידער מעיד אז ס'איז בני המן.

א ריזיגע פראצענט מיידלעך און בחורים זענען ליידער ארויס לתרבות רעה רח"ל, והלא דבר הוא.

ליידער איז דאס די איינציגסטע "חסידיש'ע מוסד אינעם כדור הארץ וואס א מיידל רח"ל האט געווארט, און דער נאמען פונעם טאטן איז באקאנט אלס א פולנער מלשין.

אינעם מוסד בני יואל געפונען זיך קינדער וועמענס עלטערן גייען מיט די אייגענע האר.

 

דער גאנצער מוסד באשטייט פון רשעות און הפקרות, און די פראדוקטן דערפון זענען המנ'דלעך, איינס בעסער פון צווייטן.

 

ח. דער טאטע ווייסט נישט פון קיין זונטאג

נישט נאר דעם רבי'ן זי"ע וויל ער אצינד אויסרייסן, נאר אויך דעם כבוד פון טאטן שוינט ער נישט אפ. ווער געדענקט דען נישט די יאהרן תשנ"ט-תשס"ו ווען יעדער גלויביגער זיינער האט גערעדט די ערגסטע רייד אויפן ברך משה זצ"ל, פארן בלויזן זינד פון זאגן פאר זייער געטשקע "דו ביזט מיר מקצר ימים"!

הגה:

אינטערסאנט...

דער דזשיגאן זון וועלכער איז אימפארטירט געווארן פון ירשלים קיין אמעריקע, וועלכער האט א מורא'דיגע אהבה צום טאטן פאר'ן אים ברענגען אלס לאקאלער, האט נישט געגעבן קיין נאמען "ברך משה".

איז דער טאטע נישט אזוי חשוב ווי די שיינע יאקאבאוויטש פאמיליע, וועמען ער האט אהינגעגעבן דעם גאנצן בנין.

פארוואס דער זון וועלכער האט אים מקצר ימים געווען האט יא א נאמען געגעבן ברך משה, און אויפגעשטעלט גאנצע גאסן על שמו ועל זכרו, און דער זון וועלכער האט אים אזוי ליב, פאלט נישט איין צו טאן איין זאך פאר דעם טאטן?, אתממה?

וויאזוי איז דאס אז יאשקע וואלדמאן וחביריו וועלכע האבן געוואלט פארברענען דעם ברך משה, און אים גערופן כומעני, זיך אזוי שיין צוגעשטעלט צום ברך משה בערוב ימיו... און ווען ער איז געווען געזונט האבן זיי אים שופך דם געווען אין אום נאכגעשריגן אין די גאסן.

אתמהה?

 

אין קעלער האט דער געוועזענער רב הצעיר פרעך געזאגט "דער טאטע ווייסט נישט פון קיין זונטאג, פון קיין מאנטאג און פון קיין דינסטאג". "דער טאטע און די מאמע קפצה עליהם זקנה".

און ווער געדענקט נאך וואס. האחרונות משכחות את הראשונות.

הגה:

פאר די רעקארד, ער האט געזאגט:

 דער טאטע איז א וועקי !

ט. נאך די אכציג האט ער נישט קיין מיינונג

מיט פרעצעדענטלאזע געמיינע נידריגקייט האט די אפיעצעלע קהילה אפגעדרוקט און פארשפרייט ביכלעך אז דער ברך משה זצ"ל איז פון א געוויסן טאג (דורשי רשומות זאגן אז עס איז יענער טאג וואס דער עקשן האט אנגעהויבן מערקן אז דער פאטער וויל שוין מער נישט דעקן זיינע רשעות) געריהרט געווארן ביים זינען ל"ע.

אזויפיל חוצפה פארמאגט די קליקע אין זיך, אז זיי שרייבן אין זיין נאמען אז נאך די אכציג האט א איד נישט קיין אייגענע מיינונג! וויי און ווינד! די אלע אידן וואס זענען געקומען זיך שואל עצה זיין איבער שידוכים, עניני רפואה, האבן קיינמאל נישט געהערט אז ער קען שוין נישט זאגן א מיינונג, בלויז דעם בלעם'ן איז אנטפלעקט געווארן דעם געהיימניס אז די אלע אידן האבן זיך גענארט, און דער ברך משה זצ"ל האט געלאזט זיי זיך נארן!

הגה:

ווען יאשקע וואלדמאן און דער געלער בדחן וחביריו, ווערן "אנהענגער", איז עס א רויט לעמפל.

ווען די יושבי הסעפטיק ווילן טאן דעם רצון פונעם ברך משה, ווייסן זיי חסידים וואס זיי האבן צו טאן. און מ'האט גוט גוט אויסגעשפילט דעם שטן. כאטש וואס עס האט אויסגעקוקט אז ס'איז פארפאלן, כלנו אבדנו, האט דאך דער בוכ"ע געשיקט די ישועה, אויף אזא אופן, אז טאקע דער מנהיג ישראל זאל ווערן דער רבי פון כלל ישראל, אפילו ווען מיט די פליישיגע אויגן האט עס אויסגעזען אז דערנאך !

 

צווייפלט נאך איינער אויב די לעצטע זארג ביי דעם פוהרער אין קאפ איז צו פרעזערווירן א געביידע וואו דער רעביזיכרוינעליווראכע האט געוואוינט? ער וועט עס גענצליך אומווארפן אין די ערשטע געלעגנהייט וואס עס וועט זיך לוינען. ער וועט נישט אפשוינען קיין בתי מדרשים, קיין ישיבות, תלמוד תורות און מיידל שולעס, ער וועט מיט געוואלד זיי צוטרעטן און פארניכטן, לתפארת בני הגר, ולעשות נחת רוח.

הייל אהרן!

 

הגה:

ווילאנג די פרעסער וועלן עסן די רביצינ'ס טשיז קעיק, וועט מען נישט פארגעסן פונעם רבינזיכרונעלעבראווכע!

ווילאנג מ'וועט ווייטער זינגען "בואו בשלום" מיט די הייליגע ניגון, וועט מען נישט פארגעסן פונעם רבינזיכרונעלעבראווכע!

ווילאנג מ'וועט גיין אין ציוניסטישן באגאץ וועט מען נישט פארגעסן פונעם רבינזיכרונעלעבראווכע!

ווילאנג מ'וועט גיין אין ערכאות יעדן שני וחמישי אן א שום היתר בי"ד, וועט מען נישט פארגעסן פונעם רבינזיכרונעלעבראווכע!

י. בעל "דברי יואל"

דער ברך משה איז נפטר געווארן. מיטאמאל איז דא פאר אסאך סאטמארער אידן צוויי רעביזיכרוינעליווראכעס. וואס טוט מען?

רבינו הקדוש בעל דברי יואל! אדער ווי די קינדער זאגן אין חדר, דער דברי יואל.

אויסגעמעקט דעם ויואל משה.

ס'איז נישט קיין צופעליגער באפעהל. ס'איז מיטן פולן באוואוסטזיין אלעס עוקר זיין פונעם שורש.

נישקשה. ס'איז דא א ישמח משה, א ייטב לב, א קדושת יום טוב און א דברי יואל.

 

הגה:

מ'האט דאך א סעפטיק?

 

מען האט באזייטיגט דעם ויואל משה פון קהל יטב לב אין קרית יואל. קודם האט מען געזארגט צו דערווייטערן כביכול פונעם פאבליק סקול, נאכער קען מען שוין לייכטער אפמעקן דעם ויואל משה.

 

הגה:

דער ויואל משה וועט בלייבן מיט אט די זאכן:

מען פארט קיין אריזאנא שניידן מהודר'דיגע ווייץ פאר מצות, כרצון רביה"ק בעל דברי יואל.

מען מאכט הייליגע שחיטה פאר עופות, כרצון רביה"ק בעל דברי יואל.

מען מאכט הייליגע שחיטה פאר גסות אין טעקסאס, כרצון רביה"ק בעל דברי יואל.

מען מאכן חתונה תקנות פאר כלל ישראל, כרצון רביה"ק בעל דברי יואל.

מען גרינדעט יסודי התורה איבעראל, כרצון רביה"ק בעל דברי יואל.

מען גרינדעט היכל התורה צענטערן איבעראל, כרצון רביה"ק בעל דברי יואל.

 אזוי געדענקט מען פונעם רבי'ן.

 

היינו טעמא אז ווען עס באפאלט ישיבת מרכז הרב אן אומגליק, וואו מען זאגט הלל ה' אייר מיט א ברכה, דארף מען כליפען און גיסן הייסע טרערן, ווייל ס'איז טאקע א מאדערנע ישיבה, אבער דאך א ישיבה!

 

הגה:

דאס איז פאלשע קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט.

רעדן אין א שול מיט א ציוניסטישן פאן און די "מנורה'לעך" איז אן עון בל יכופר, און אויף דעם האסטו עפעס פארגעסן?

געבן די האנט פאר א חבר הכנסת מיט א שמייכעל א.י. לייזערזאן איז די שיטה פון רבי'ן, הא?

פון דעם האסטו עפעס פארגעסן?

 

ווייל וואו ס'איז נישטא קיין ויואל משה איז הלל יום עצמאות מיט א ברכה בלויז א שאלה פון "מהודרת".

והיינו טעמא פון די צאנז-קלויזענבורגער ווייסע כאלעטלעך אינעם שלאכט הויז!

 

הגה:

יעדעס מהודר'דיגע שטיקל עוף וואס מ'קויפט קרענקט אייך?

איר זענט נישט אליין. דער פארווערטס קלאגט מיט אייך !

 

                ווייל וואו ס'איז נישטא קיין ויואל משה איז די בחירות נישט קיין ספק יהרג ואל יעבור נאר א ספק "מונחת".

והיינו טעמא פון די משלוח מנות קיין קרית בעלזא!

 

הגה:

היינו טעמא וואס דער בעל דברי יואל זי"ע האט געגעבן געלט פאר "מוסד הרב קוק" ארויסצוגעבן ספרים. אפשר איז איז טאקע "רבינו סר מהדרך?

 

                ווייל וואו ס'איז נישטא קיין ויואל משה איז שפעטן פון רבי'ן זי"ע און פון דעת תורתו הקדושה נישט קיין שאלה פון מינות פון מאי אהני לן רבנן נאר א שאלה פון "מצומחות".

הגה:

שקר.

 

והיינו טעמא פון די פלוידעריי אין די טמא'נע שפראך אינעם פאבליק סקול געביידע פון אן איינגעשטעלטער אין די ציוניסטישע ביוראקראטיע!

הגה:

שקר.

                ווייל וואו ס'איז נישטא קיין ויואל משה איז די טמא'נע שפראך נישט קיין פראבלעם פון להניח שם למינים.

הגה:

שקר.

 

והיינו טעמא אז אלע שונאי דעת תורתו הקדושה פון רבינו הקדוש זי"ע האבן איהם און זיין שלאכט הויז אנערקענט אלס סאטמארער רבי

הגה:

טעות. דער דזשיגאן ראבינער איז אויף די ליסטע פון די פראמינענטע רע-בנים, רעפארמער און קאנסערוואטיוון. מיש נישט אויס!

 

האמיר שוין אויך פארגעסן פון נעמען  !

 

 

ווייל וואו ס'איז נישטא קיין ויואל משה איז נישט קיין פראבלעם פאר א ציוני און א משכיל און דאס גלייכן אריינצוקומען און זיך שפירן באקוועם.

הגה:

פאר דעם איז ענקער עדיטאריעל שרייבער "א שרייבער אינעם הייליגן פארווערטס", וואס איז אוודאי א נחת רוח פאר מרן רביה"ק זי"ע.


 

תם ולא נשלם




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 04:39 לינק ישיר 

"גוטזאגער" דברים כדרבונות!


תוקן על ידי קושקע ב- 17/06/2010 04:41:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 02:09 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פון ווי די ברענגסט דעם ארטיקל, איך שטעל מיר פאר אז דאס קומט פון די "איד" לצים.

אבער וואס איז מיר אינטערסאנט, אז די מאראל ביי די עזות פנים זענען אזוי אנידערגעשלאגן, אז מען ברויך שוין שיקן די שרייבער אפצובאקן ארטיקלען קעגן דעם סאטמאר'ער רבי שליט"א, וועלכער איז געווען דער באליבטער פלומעניק פון רביה"ק הדברי יואל זי"ע און געשריבן אויף אים "המאור הגדול", און דער גאר באליבטער זוהן פון רביה"ק הברך משה זי"ע און פלעגט זיך רופן דער "בריק" אינדערצווישן.

דאס איז טאקע א גרויסער חיזוק פאר סאטמאר'ע אידן, אז די איינציגסטע מיטל מיט וואס די עזות פנים'ער זענען געבליבן איז בעקעריי און שקרים. דאס האבן זיי געניצט אלע יארן קעגן רביה"ק הברך משה זי" ולבחל"ח דער סאטמאר'ער רבי שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז ער טאקע אויסן צו פארניכטן די קרעטשמע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext