בית פורומים כל העולם כולו

האט ביי די זאלי'ס א חשיבות די הויז פין רביה''ק ז''ל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2010 02:08 לינק ישיר 
האט ביי די זאלי'ס א חשיבות די הויז פין רביה''ק ז''ל?

לעצטעס זענען די זאלי'ס אין בני זאלי'ס געפערליך צילאזט, מ'שרייט מ'שעלט מ'שיקט די בחורים מאכען איבערקערנישען
אויף עפעס א הויז מיט א רעביצין וכו'
ס''ה זאגען זיי אז ס'שטערט זיי אז ס'איז פארמאכט געווארען (דורך די קארט וואס זיי האבען געפענט) די הויז פין רביה''ק ז''ל

קודם כל, עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד ''וויפיל חדשים דער רבי ז''ל האט דארט געוואינט'', (די רעביצין האט דארט געוואינט לאנגע יארען), אבער כ'וויל אין דעם נישט אריינגיין יעצט.

אין לאמיר אינאכט נעמען די הייזער ווי רביה''ק האט יא געוואינט פאר לאנגע יארען

איך וועל אנכאפען בלויז איין הויז אין טאקע די ערשטע הויז, ווי רביה''ק האט אנגעהויבן זיין הייליגע עבודה,
אויף 500 בעדפארד עוו' וועלכע איז דערווייל אינטערן רשות פין די גנבים ומסרבים לדין
ווען איר האט א מיניט כאפט אייך דארט אריין, אין זעהט מיט די אייגענע אויגען ווי נאכגעלאזט אין שמיציג די הייליגע הויז געפינט זיך
ס'כאפד א פחד וואס  דארט טוט זיך, קיינער קוקט זיך דארט נישט אום, די ביה''כ זענען נישט געזויבערט אין די גערוך איז ר''ל
אז מ'טאר נישט מאכען קיין ברכת נטילת ידים ביז אסאך ווייטער פין די סינק
נאך א מזל אז דארט איז דא אפאר עלטערע יודן וואס דאווענען נאך דארט פין לאנגע יארען, ווען נישט ווער ווייסט וויאזוי דאס וואלט אויגעקוקט.

די נייע ציגעבויטע חלק וועלכע איז שוין יא בעסער קער גענומען נאר ווייל דארט מאכט 82 געלט פין די שערי שמחה זאל, אבער פין די עצם ביהמ''ד אין די הייליגע דירה, קומט נעבעך אזא שווערע ריח, אין איז נישט געווארען 'מענטעינד' פאר לאנגע יארען

איך ווייס נישט צו איין זאלי'ס האט אזא נאכגעלאזטע הויז פין די הייליגע הויז

אדרבה! כאפט אייך אריין אהין אין זעהט מיט די אייגענע אויגען ווי שטארק זיי נעמען קער פין ''רבין'ס הויז''

והעיקר: ווער געדענקט דען נישט ווען עטליכע יאר ציריק האט דער שטריק געוואלט ארויסנעמען א פערמיט אראפצווארפען דעם גאנצען בנין ווייל ער האט זיך געוואלט בויען א דירה....

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן, אבער דערווייל זאל זיך יעדער געבן א קוק אים אויף 500 בעדפארד קארנער קליימער

(אויב וועט מען אשכול ברענגן אז איינער זאל זיך דארט אומקוקען והי' זה שכרי)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2010 20:58 לינק ישיר 

איינער מערקט מיר אין אישי
אז רב טוב האט לעצטענס געמוזט מופן פין 500 בעדפארד
ווייסט  איינער דעטאלען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 19:42 לינק ישיר 

איך ברענג ארויף די אלטע אשכול בנוגע די הייליגע הויז פין רבי'ן זי''ע אויף 500 בעדפארד
וועלכע איז שוין א שרעקליכע נאכגעלאזט צושטאנד פאר איבער 10 יאר
אין די זאליס פראבירן יעצט ווידער צו פיטערן שטרוי

איך וועל איבערגיין די פאקטן טרוקענערהייט

ווי באקאנט האט הנגיד ר' פייש מאשקאוויטש ע"ה צוגעשטעלט דעם היסטארישן הויז אויף 500 בעדפארד עוו פארן רבי'ן זי"ע, ווי דער רבי האט געוואוינט דערין פון אלול תש"ז ביז תשרי תשל"ב. אויך נאכדעם וואס דער רבי האט ארויסגעמופט פון דארט איז די הויז געבליבן אלס א הייליג און היסטאריש ארט פאר כלל ישראל און בפרט ביי סאטמאר חסידים אומעטום נאכען איינזאפען אין זיך די קדושה און עבודת ה' במסירות נפש לאנגע יארן. אויך נאכן הסתלקות פונעם רבי'ן פלעגן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן באזוכען אין דעם "ביתו נאוה קודש" און זאגן א פאר קאפיטעלעך תהלים אינעם רבי'ןס ספרים שטוב, א שטייגער ווי דעם רביןס דירה אין קרית יואל פין ר' יצחק שלעזינגער ז''ל

פאר יארען צירוק איז די געביידע געווארען רעגיסטרירט אלס א לענדמארק האבענדיג די זכי' צו זיין דער אכסניא של תורה
אין שפעטער ווען מען האט געבויט די ווילאס דירות אויף קליימער איז די בנין אין די דערנעבענדיגע בנין געבליבן אומבארירט ב''ה

דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר לאנגע יארען
אינטען איז געווען ווייטער א ביהמ''ד אין אויבן זענען געווען אפיסעס פאר פארדשידענע וואילטעטיגע צוועקן אין בעיקר פאר רב טוב

ביז זשיגאן איז געקומען קיין וומ''ס צו פארכאפען בעלות מיט גניבה אין טעראר
ער האט דעמאלטס געוואינט אין יעקב בער'ס דירה אויף ווילסאן סט'
אבער טראץ וואס ער האט עס איבערגעבויט האט ער דארט געוואינט ען דארט זייער אומבאקוועם
ווייל ער האט אייביג געהאט א קאמפלעקס (וואס איז היינט ב''ה א מציאות) אז זיין נעפיו ר' מענדל (היינט אב''ד סאטמאר וומ''ס) וואקסט אים איבער
אין צו וואינען נעקסט טיר צו אים צייגט דאך אז ער איז די זעלבע לעוועל ווי אים
אפגעזעהן פין דעם אז יעקב בער האט געוואלט די דירה פאר זיך

האט דער שטריק דאן אפגעמאכט אז ער דארף זיך בויען א דירה ווי עס פאסט פאר א ניוסוויק ראביי
זיין תאווה איז דעמאלטס געפאלען אויף דעם הייליגען הויז אויף 500 בעדפארד
אין מיט די הילף פין עטליכע פאררעטר האט ער געארבעט אראפצונעמן די לענדמארק פין די געביידע
אין אנגהויבן וועבן פלענער פין בויען א שיינע רבי'שע קארנער געביידע אריינעמענדיג די צווייטע הויז פין בעדפארד
אבער בס''ד זענען עטליכע עקסנים געוואר געווארען פין די פלענער אין האבען מצליח געווען ציריקצושטעלן די געביידע אויף איר פריעדיגע סטאטוסקווא אין דער בנין איז ב''ה ניצל געווארען

דער שטריק איז דעמאלטס אריין אין געוואלדיגע כעס
ער האט יענע וואך שב''ק באפוילן מ'זאל ארויסטראגען די עסקנים פין ביהמ''ד
וואס האט נאכגעפאלט א לאנגע קייט פין רשעות אין טעראר ווי אייביג

זינט דעמאלטס האבען די זאליס אויפגעהערט זיך אומצוקוקען אויף די געביידע טראץ וואס זיי האבען פארכפאט די אפיס פין קהל פין די געביידע פלעגט ווערן אויסגעהאלטן ביז דאן
די געביידע איז אין א א שרעקליכע צושטאנד אין די אויבערשטע שטאקען זענען שוין פארהאקט פאר א לענגערע צייט ליידער

היינט פראבירן זיי צו פארקויפן אלע מיני בעקערייען ארום דעם הייליגען הויז כדרכם
אבער די פשוט'ע פאקטען זענען אימלייקענבאר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2011 19:45 לינק ישיר 

דא האט איר עטליכע בילדער, ווי מקען זעהן קלאר די אייזענעס ביי די קארנער וואס מהאט ארויפגעלייגט  כדי צו צוזאמהאלטן די ווענט... אין אויך פונעם הויפט אריינגאנג ווי עס איז ליידער הארמאטיש פארשלאסן מיטן שלאס און ריגל, ואת נוהו השמו




 










דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2011 21:22 לינק ישיר 

נאר פאר ווער עס וויל וויסן די אמת :::

די שמש דארט איז ר' ... מענדלאוויטש ער פראבירט מיט אלע כוחות צו טון וואס ער קען !

איך האב אמאל געהערט פון אים אז משה דוד נידערמאן באקומט פאנדס אויסצוהאלט דעם פלאץ אין ער האט באקומען א גרויסע פאנד עקסטער פון $125,000.00 איבער צובויען די געביידע ....  זיי האבן אפגעשאצט אז די געביידע איבערצובויען דארף צו קאסטן דעם סכום האבן זיי עס געשיקט.....

למעשה דארף אבער UJO אויך פון ערגעץ עקזעסטירן האבן זיי געזאגט פאר די הנהלה דארט וואס באשטייט פון אפאר זאליס (וואס אגב פארשטיי איך נישט וואס זיי פיינוגען די אייגענע ברודער) אז זיי באקומעןו א געוויסע סכום פון דעי געלט און די איבעריגע וועלן זיי זיך אליין דארפן צאמשטעלן אין ווען זיי ועלן עס האבן וועלן זיי באקומען דעי געלט אויך . ווי פארשטענדליך איז דארט קיינער נישט נייגעריג און די מקום קדוש ממיילא איז נישט דא קיין געלט

ווען עס האט זיך אנגעהויבן פראבלעמען אפאר יאר צוריק ווען עס איז געפאלן שטיינער פונעם בנין האט די סטעיט געפרעגט UJO ווי די געלט איז האבן זי געוויזן אז די געלט איז נאך דא ווייל עס איז נישט גענוג געווען האט די שטאט צוגעגעבן נאך א סכום און פארלאנגט שוין טון צו די זאך און דאס איז שוין טאקע נישט געווען גענוג . ווייל ווילאנג עס שטייט קאסט נישט אזוי סאך עס שטערקער מאכן אבער איינמאל עס הייבט אן צופאלן קאסט עס מער האט די סטעיט געזאגט אז אויף דעם זענען UJO אליינס שולדיג און זיי דארפן עס באצאלן און אויף דעם ארויף ווארט מען נאך יעצט און מ'וועט ווארשיינליך ווארטן ביז משיח אז דאס זאל פארסירן

איך שרייב קלאר נאר פאר ווער עס וויל וויסן דעם אמת איך בין נישטא זיך מפלפל צו זיין מיט קיינעם און דעם נושא וואס איך שרייב דא האב איך געהערט ווי ר' ... מענדלאוויטש רעדט זיך אויס פאר איינעם און דאס איז מיין מקור


תוקן על ידי סאטמער100 ב- 13/02/2011 21:27:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2011 00:48 לינק ישיר 

ווען מ'וועט דארפן פארמאכען שערי שמחה וועט זיך אנהייבן העווי קאנסטראקשען'ס
דעמאלטס וועט ער מוזן צירוקגעבן אלע געלטער
אז נישט וועט מען דארפן רופן די מתנחלים פאר א ס''ת צירקוס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2011 01:34 לינק ישיר 

והוא ידרוש לציון עיר הנדחה






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2011 01:40 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2011 02:10 לינק ישיר 

טו סעט די רעקארד סטרעיט.

דער בנין איז געווארן א לענדמארק יארן צוריק, עטליכע יאר נאך די הסתלקות פון רביה"ק זי"ע. דאס איז די סיבה פארוואס ווען מ'האט אראפגעווארפן אלע דירות אויף די גאס צו בויען די נייע דירות (איך בין געווען דאן א יונגער בחור און געדענק ווי מ'האט דאן שוין גערעדט אז ס'איז א לענדמארק) האט מען די הויז און די דערנעבנדיגע הויז נישט אראפגעווארפן.

ווען רז"ל איז געקומען קיין וויליאמסבורג האט ער א קורצע צייט דערויף באשלאסן אז ער גייט ווערן דער רבי ז"ל אליינס און אריינמופן אין די דירה, וואס פאר דעם האט זיך אויסגעפעלט אראפצונעמען די לענדמארק סטאטוס. בחסדי שמים זענען סאטמארע חסידים געוואויר געווארן פון די גניבה שטיקל וואס זיי האבן געוואלט טון במחתרת, און דאן האבן עטליכע עסקנים אין שפיץ פון ר' חיים ווערצבערגער נ"י צוזאמגענומען חתימות פון יונגעלייט אז מ'זאל אנהאלטן דעם סטאטוס - אני הקטן בין אויך געווען פון די אונטערשרייבער דאנערשטיג נאכמיטאג, איך געדענק אז מ'האט עס געדארפט אריינגעבן פרייטיג, געדענק נישט די סיבה - און נאך דעם פרסום האבן די זאליס שוין נישט געקענט דורכפירן זייער גניבה.

_________________

If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2011 18:52 לינק ישיר 

אז דער הייליגער ויואל משה איז מופרך ביי די זאליבאנער, און שעמן זיך ניטאמאל צו טרעטען דעראויף מיטן גיין און בג''ץ הציוני, דאן וואס איז די חידוש אז זיי אונטערסירט נישט די הויז פונעם הייליגן רבי'ן זי''ע ?

זיי דארפן נאר דעם רבי'ן זי''ע, צו קענען דערלאנגן פאר סאטמאר א שטויס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האט ביי די זאלי'ס א חשיבות די הויז פין רביה''ק ז''ל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext