כלל ישראל לא בג"ץ - זאליס נאר בג"ץ!
אין די זעלבע טאג ווען 100'דערטער טויזענטער אידן אין ארץ ישרא' פון אלע קרייזען זענען אינאיינעם ארויס געקומען אין די גאסן אין שרייען "לא בג"ץ", מיר וועלען נישט פאלגען דעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, דאס איז ביי אונז טריפה.
און די זעלבע טאג קומט ליידער די ביטערע בשורה, אז די זאליס די באוויסטע הולכים לבג"ץ, האבן היינט געמאלדען פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, - שוין נאכן אונטער שרייבן געצוויגענערהייט שטרי בירורין - אז זיי בלייבען אין בג"ץ אין שפארן נישט אפ די בג"ץ קלאגע!!!
ווי אויך האבן זיי געמאלדען אז זיי לאזן נישט זייער בורר דער טשאקאווער רב שליט"א פארן קיין א"י, און דאס מיינט אז די דין תורה וועט נישט קענען זיין.
א שאנדע און בושה!
די זאליס קענען זיך נישט בשום אופן אפרייסען פונעם טמא'נעם בג"ץ, און האלטען אן מיט מסירת נפש די הליכה לבג"ץ.
כשיורדים יורדים עד לעפר בג"ץ!
|
|