די חילוק פון די פאני קאלס צווישן בני יואל און הרא"טס חסידים
(א הסבר פון ארויני ונתקן ע"י סגן הנהלה ווייל אויף דעם פורם מעג מען יעדער געבן זייער הסבר
אבער נאר בדרך כבוד)
סאטמארע חסידים האבן געקאלט הרב משארמאש והרב מטשאטה ווייל זיי האבן מחלל קידושין געווען נגד המרא דאתרא, דאס איז אז זאך וואס אפילו די גרעסטער בני יואל וועט נישט לייקענען די דאזיגע פאקטן:
1) בני יואל האט א חתונה זאל
2) עס איז שוין געווען דארט 7 חתונות
3) טשאטער רב האט שוין מסדר געווען 2 מאל
4) שארמאשער רב 2 מאל
5) סאטמארער רבי מהרז"ל 1 מאל
6) די אלע 5 זענען געווען נגד ר' אהרן טייטלבוים
די 6 זאכן איז קלאר כשמש בצהרים, אין גם אחד וואס זאל עס לייקענען,
די ארוינישע חסידים האלטן אז ר' אהרן טייטלבוים איז מרא דאתרא על פי תורה, און א סידור קידושין שלא ברשותו איז קיין קידושין נישט, עס איז א פירצה בחומת הדת, וואס אזא קאפעל טאר נישט וואוינען אינעם הייליגן שטעטל, אזא אינגערמאן פארשעמט דעם שטריימל וואס ער גייט, דאס אז א איד וואס גייט מיט א שטריימל און מיט בארד און פיאות, זאל אזאנס טוהן איז כמוהו לא נהייתה, און אויף דעם גייט ארויף וואס די רבי שרייבט אין די תשובה די פאלגענדע זאכן:
1) דער מסדר איז אין חרם און מען טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין
2) דער מקדש און די אבי הכלה דארף מען קנס'נען מיט אלע מיני קנסות
קומט אויס אזוי:
אז לויט די סאטמארע חסידים ווען איינער האט אזוי חתונה, איז:
פונקט ווי ווען איינעם'ס ברודער וועט חתונה האבן מיט א גויטע טאר מען נישט גיין
פונקט ווי ווען א רב זאל דארט מסדר קידושין זיין (כאטשיג וואס אין קידושין בעכו"ם) וואלט זיך די וועלט איבערגעדרייט
ביי אזא פאל וואלט יעדער איינער אפילו די בני יואל מודה געווען אז עס איז פארשטענדליך אז מען מאכט טעלאפאן קאלס צו אזא:
רב וואס איז מסדר
חתן וואס טוט דאס
מחותן וואס לאזט דאס צו ביי זיינע קינדער
און מען איז זיי מסביר די חומר האיסור מיט גוטן און מיט בייזן,
די חילוק איז נאר אז ביי די ארוינישע חסידים גייט עס אריין אינעם איסור פון חתונה האבן מיט א פנוי' אהן קידושין, און יעדע מינוט אזענען די קאפעל עובר:
אויף יחוד
כי יקח (וואוינען אהן קידושין)
זייער יום החופה איז נישט קיין יום החופה
אין להם חלק לעולם הבא:
ווייל איינע פון די ספרים זענען מסביר פארוואס המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעוה"ב? פארוואס זאל יום המיתה נישט מכפר זיין? זאגט ער אז טאקע וועגן דעם ווייל ער נעמט די יום המיתה וואס איז מכפר און מיט דעם איז ער עובר אויף לא תרצח איז אין להם חלק לעולם הבא,
לענינינו אז דער מקדש האט גענומען א יום החופה וואס איז מכפר צו עובר זייין אויף אזא הארבע עבירה ווי וואוינען אהן קידושין, האט ער נישט קיין חלק לעולם הבא
דאס איז די שיטת הסאטמארע חסידים
שיטת בני יואל אינו כן:
זיי האלטן אז די שטאט האט נישט קיין מרא דאתרא, נאר א פרא דאתרא יעדער מעג מסדר קידושין קומט אויס אז טאמער מאכט מען טעלאפאן קאלס צום מסדר אדער מקדש און מען איז זיי מסביר די חומר העון איז פונקט ווי זאלסט פאר איינעם מסביר זיין די חומר העון פון דאווענען שחרית, (ווייל עס איז בכלל נישט קיין עבירה לשיטתם)
קומט אויס אז די קאלערס זענען טערעריסטן און טרינקען בלוט,
ביז אהער איז די צד פון די קאלס פון ארוינישע חסידים!!!!
ווידעראום די בני יואל האבן ארויפגעלייגט אויף הייד פארק 3 נעמען ווי מאסרי-פריעדמאן און פארגעס וועם מ'דארף קאלן:
וואס די 3 האבן געטוהן ווייסט יעדער, והא ראי' ווייל זיי שרייבן נישט אויפן צעטל וואס זיי האבן געטוהן, און ווען זיי מאכן די פאני קאלס, און מען זאגט זיי איך בין גרייט דיר אויסצוהערן, איך בין גרייט דיר צו ענטפערן, זאג מיר וואס איך האב געטוהן און לאמיר אויסשמועסן אויב עס איז אזא שטארקע עולה אז דו דארפסט מיר קאלן וועגן דעם, אין גם אחד וואס וועט קענען ענטפערן וואס די 3 מענטשן האבן געזינדיגט אז מען דארף זיי משוגע מאכן:
איינע פון די דריי מענטשן פארגעס איז א איד וואס איז שוין ב"ה אריבער די 60 לאיוש"ט, די איד איז אויפגעוואקסן אין א דור ווי קיין טעלאפאן איז נישט געווען, ער האט נישט קיין מושג אז ביי די היינטיגע בחורים איז פאני קאלס א פאן,
די איד קען אפילו נישט די אידן וואס דאווענען מיט זיין מנין טעגליך ווייל זיי זענען צוויי דורות אינגער פון אים כ"ש אז ער קען נישט קיין בני יואל'ע מענטשן, סא היכי תמצא אז דער איז זאל מאכן פאני קאלס אדער נאכשרייען א קאפעל וואס איז 40 יאר אינגער פון אים????
לו יהא אז ער זאל ווען יא האבן געטוהן די זאכן האט עס קיינער נישט געזעהן און קיין איינער קען נישט ברענגען קיין באווייז אז דער איד זאל האבן עפעס געטוהן,
קיין איינער קען נישט ברענגען קיין באווייז אז איינע פון די 3 אידן זאלן האבן עפעס געטוהן א אומדערהערטע עוולה:
און מיט דעם אלעם מאכן די בני יואל פאני קאלס און טעראזירן אפילו אינמיטן די נאכט,
תמצית היוצא מדברינו:
די פאני קאלס פון די אוינישע חסידים-לייען סעקטע איז:
ווייל זיי האלטן אז רבנים מיט מקדשים האבן געטוהן אזא פארברעכן וואס כמוהו לא נהייתה
די זאכן וואס די רבנים און מקדשים האבן געטוהן איז אומפארלייקנבאר אפילו ביי די בני יואל (עס איז געווען א חופה תחת כיפת השמים)
מיט די רבנים און מקדשים האט מען פרובירט מיט שיינעם און עס האט נישט געהאלפן
די פאני קאלס פון די בני יואל איז:
ווייל זיי האבן געזען אויף הייד פארק אז די אידן האבן געטרינקען בלוט וואס אפילו לו יהא אז עס איז אמת האלטן די אידן אז עס איז מיט רעכט ווייל צו די אומדערהערטע פירצה בחומת הדת דארף גענומען ווערן שטרענגע שריט,
אין גם אחד וואס האט געזעהן ווי די אידן טרינקען בלוט,
אין גם אחד וואס ווייסט וואס די אידן האבן געטוהן,
לו יהא אז זיי זאלן ווען יא וויסן וואס זיי האבן געטוהן איז עס נאר וועגן זיי האבן אזוי געזעהן אין הייד פארק, נישט ווייל זיי ווייסן קלאר א די אידן האבן עס געטוהן, (והא ראי, ווייל יעדער וואס האט געקאלט און מען פרעגט אים פון ווי ווייסטו אז איך טרינק בלוט? ענטפערט עס איז א בפירוש'ע הייד פארק (הייד פארק איז תורת משה מסיני)
זיי האבן נאך מיט שיינעם קיינמאל נישט פרובירט,
און מיט דעם אלעם מאכן זיי פאני קאלס,
סא יעצט לאז איך איבער פאר די ליינער צו ענטפערן:
ווער זענען די טערעריסטן???????
השתא דאתית להכי אברך משה נמי לא קשיא: וואס זענען פשט אין די הייליגע ווערטער וואס ער האט געזאגט
(מוצ"ש תשא תשמ"ט) באולם ויואל משה אין וומ"ס:
וזל"ק: דאס איז זיכער אז די קינדער זענען ווערעמיג,
ווייל אי לאו דחזינן בי נשא בי לא הוי עבדי (ביצה כ"ט:) ווען נישט וואס זיי האבן די חינוך באקומען פון זייערע עלטערן וואלטן זיי נישט אזוי אויסגעקוקט,
ובזה יצאתי ידי חובתי מה שעמעמו ה"היד פארק" שרייבער בסוגיא זו"
אבער כדי שלא יאמרו מדשתקי וכו' וועל יא פרובירן צו ענטפערן עד שידי מגעת,
הנה, קיינער האט נישט קיין טענה אויף ר' געציל'ס דעת תורה, קנין תורה הפקר לכל, יעדער מעג ארויסזאגן זיין חוות דעת, אויב האט ער מכיר געווען אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין איז ער בארעכטיגט צו זאגן זיין דעת תורה,
דאס איז אויך נישט די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס דער דומ"ץ/מרא דאתרא רופט אויס אז די קידושין איז פסול צוליב וואס איז געווען שלא ברשותו, און אנדערע רבנים מחוץ לעיר האבן געפסקענט פארקערט אז די דומ"ץ'ס פסק איז פסול און די קידושין איז כשר, זיי האבן דאס געזאגט קעגן א בפירוש'ער פסק פונעם מרא דאתרא, מנחת שי ח"ב תשובה נב, נודע ביהודה אבה"ע סימן פ"ג, דבר אליהו סימן ס"ג, מנחת יצחק סימן קיב,
אויך און ספר מלחמת מצוה, עין מצוה אות ח) צייכענט ער צו פון גדולי הראשונים ואחרונים והפוסקים, וואס פסקענען אז א רב קען פסקענען פאר זיינע תלמידים אפילו בעיר אחרת, נאך מער אויב איז עס מערערע רבנים קענען זיי מחייב זיין על עיר אחרת אויך פאר ווער ס'איז נישט זיין תלמיד, און ישוב משפט אות י) רעדט ער אויך דערפון און איז מוסיף אז להוציא מלבן אז נאר למיגדר מילתא קען מען פסקענען אין א אנדערע שטאט, ברענגט ער אויך ראשונים אז דאס איז לאו דווקא, אפילו נישט נאר למיגדר מילתא, קענען זיי פסקענען אין א צווייטע שטאט,
די רבי אינעם בריוו צום נאסויד'ער רב איז ער מעתיק די שארפע ווערטער פונעם כנ"י און שבו"י, דערנאך פירט די רבי אויס מורא'דיגע ווערטער, "והמאמין בה' ותורתו הקדושה לא יעבור על חרם ר"ת ושאר הראשונים ז"ל" דעס זענען מורא'דיגע ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן! אבער נאך מער מורא'דיג איז צו זאגן אז דער הייליגער רמ"א מיטן חתם סופר זענען ר"ל נישט קיין מאמין ר"ל מהאי דעתא,
נאר וואס דען ס'איז קיין ספק נישט אז דער חרם הראשונים איז געמאכט געווערן כדי צו פארמיידן פון עמי הארצים אינם יודעים בטיב גיטין וקידושין זאלן מסדר קידושין זיין וואס איז א שרעקליכע פירצה אין חומת הדת, וואס אויף דע אינם יודעים בטוב גו"ק זאגט ר' יוחנן (קידושין י"ג ע"א) וקשין עליהן יותר מדור המבול, און טאקע מיט דע מימרא הייבט די רבי אן דעם בריוו, און דעס איז געווען די מעשה אין נאסויד, וואס אפילו דער רמ"א וואלט דערביי אויך געפסקענט צוצוטיילן דעם זיווג,
זיי נוצן אויס דעם בריוו ווייל ס'שטייט נישט דארט צו זייער גוטער מזל ווער דער מסדר איז געווען ומה טיבו, אבער זיי כאפן נישט אז פונקט אזוי ווי ר' געציל לערנט אריין זיין פשט אינעם בריוו אז דער מסדר דארט איז געווען א ת"ח (און דער רמ"א איז רח"ל נישט קיין...) זענען זיי נאך פונקט אזוי ברעכטיגט די מנין מורי הוראה אריינצולערנען זייער פשט און זייער חוות דעת תורה אז יענער מסדר איז געווען א קל, אזוי ווי ס'איז געווען ביים שבו"י וואס שרייבט עס יא קלאר ארויס, און די רבי איז טאקע אים דא מעתיק אינעם זעלבן בריוו,
תכלית היוצא לנו מזה, ס'איז קלאר כשמש וכיריח, אז די חתנים אין קרית יואל בכל אופן יש להם על מי לסמוך, און דרויסענדיגע מורי הוראה קענען פסקענען פאר זייערע תלמידים און אוודאי ווען זיין זענען א רוב קעגן ר' געציל'ס דעת יחידי, קענען זיי פסקענען אפילו נישט נאר פאר תלמידים,
און קהל יטב לב האט נישט קיין רעכט און זיי זענען עתיד ליתן את הדין פאר דעם, צו טעראזירן אפילו ס'איז אין זייער שטאט, זיי זענען אפשר בעלבאס אויף די שטאט, אבער נישט אויף תורת משה,
דעריבער ווער ס'וויל נעמן א חלק און זיך אננעמן פאר די נרדפים פארן חטא פון פאלגן מורי הוראה מוסמכים, זאל אנרופן ר' יענקל פארגעס וואס איז אחראי און האט די מעגליכקייט אפצושטעלן די רדיפות, די זעלבע מיט מאסרי וואס איז ממונה צו ווארפן די כתבי פלסתר קעגן די נרדפים און גדולי הדור, ותהא משכרתם שלימה מעם ד' אלקי ישראל.
ובזה יצאתי ידי חובתי מה שעמעמו ה"היד פארק" שרייבער בסוגיא זו"
נשלח ב-17/6/2010 21:13
דער חילוק איז זייער פשוט דער אהרוני וואס מאכט די פאוני קאלס, איז קיינער
נישט חושד אז ער זארגט זיך זייער שטארק פאר די הלכה,
ווייל די לעצטע הלכה "שאלה" וואס מען האט געזעהן אז זיי זענען אויך געווען
ווילד אזש ביז טעלעפאן קאלס און טעראר,
איז געווען די שאלה פון איינער וואס האט געדאווענט אין איין ביהמ''ד מיט
ר' אברהם לייטנער זצ''ל נאך זיין איסור אויפן סקול דיסטריקט,
אדער די אנדערע "שאלה" וועגן די "ווערעמיגע" קינדער,
וואס דעמאלס לשיטתם אויך געווען זייער א ערענסטע "שאלה", און זיי האבן
פארגאסן אסאך יודיש בלוט דערפאר, וואס היינט וועט קיין איין אהרוני נישט
מודה זיין אז ער האט געהאט א חלק אין דעמאלסדיגן טעראר צוליב גרויס בושה,
ווייל זיי ווייסן אליינס אז עס איז נאן סענס און האט מיט אידישקייט זילטש!!
לאמיר נישט פארגעסן די "שאלות" איז דעמאלס געווען אסאך הארבער זיי האבן
געהאט איסורים וחרמות פון די עדה החרדית און אלע סאטמארע רבנים נישט נאר
פון איין פעיראל דיין נאר פון אסאך אסאך.
עס איז קלאר אז קיינער פון די קאלערס און טעראריסטן האט ביי די עירוב פרשה
אין וויליאמסבורג וואס איך מיין אז עס איז נאך עניטיים אזא שאלה, נישט
געמאכט איין טעראר אקציע ווי ביי די פריער דערמאנטע "שאלות"
פארוואס?? ווייל די פאליטיק האט דעמאלס אנדערש געבלאזן.
אזוי אויך איז קיינער איז נישט חושד אז מאסרי אדער ארון יאסל פר''מ ברענט
דא אידישקייט
זיי וויסן גאנץ גוט אז עס איז א בלויזע פאליטיק שפיל ווי זיי ווילן ווייזן
אז ר' אהרן ט''ב איז בעה''ב אין שטעטל.
און די וועג וויאזוי זיי ווילן דאס אינפארסירן איז דורך טעראר אנצושרעקן
דער וואס וואגט זיך צוטוהן אנדערש ווי זיי,
און זיי האבן א דין רודפים, וואס מען דארף טוהן כל טצדקי שבעולם זיך צו
פארטיידיגן און שטיל מאכן דעם טעראר אין שטעטל.
ס''ה: אהרונים וואס מאכן פאני קאלס און ווארפן פאשקווילען ועוד ועוד
זענען פשוטע טעראריסטן און בלוט טרינקערס און זענען עובר אויף איסורים
חמורים ומרה יהי' אחריתם!
און עס וועט נישט נעמען לאנג און אזוי ווי רוב פון די שלעגערס און
טעראריסטן ביי די פריער דערמאנטע ערענסטע "שאלות" זענען געפאלן אויף די פוס
מפייס צו זיין די נרדפים, איז א פראגע פון צייט ווען דאס וועט
זיךאיבערשפילן.
און די סאטמארע חסידים וועלעכע קאלן די ראשי האהרונים און זייער וועד
הרודפים ומשפחתם און בעטן זיך צו זיי זיי זאלן אויפהערן מיטן טעראר ווייל
זיי גייען חרטה האבן דערויף זענען מקיים דעם לא תעמוד על דם רעך!
ואשרי להם ואשרי חלקם! דאס איז חלילה נישט קיין נקמה אקציעס, דאס איז פשוט
זעלבסט פארטיידיגונג
צו שטיל מאכן דעם רודף ורוצח.
נשלח ב-17/6/2010 21:54
דא איז דא א רבנות סכסוך נישט קיין איסור והיתר שאלה, ווען ס'איז געווען א רבנות סכסוך איז מען געגאנגען צו א בי"ד, דער דיין קען נישט זאגן, העי איך בין דא דומ"ץ און איך האב געפסקענט אזוי און פערטיג, יש דין בישראל, דער יונגערמאן שרייט אז ער איז גרייט צו קומען צו א בי"ד, רוף אים צום בי"ד און לייג דארט פאר דיין מחאה, נישט ענטפער צוריק מיט טעראר ווייל דאס ווייזט אויף שוואכקייט!
נשלח ב-17/6/2010 22:17
די אלע טענות ומענות זענען סתם שטותים והבלים. די איינציגסטע חילוק איז נאר אז ווען די אהרוינים לייגן ארויס א טעל. נומער פון איינעם איז א רחמנות אויף יענעמ'ס טעל ליין, ווען א בני יואל'ער לייגט ארויף א נומער אויף הייד פארק קען זיך נישט אפגעפינען אפילו איינער וואס זאל טאקע רופן.
נשלח ב-17/6/2010 22:19
די זיסטע פון אלעם איז נאך ווען דער אהרויני וואס לייגט ארויף נעמען פון בני יואל'ע וואס דארפן דרינגענד באקומען א טעל קאל פון יעדען איינציגן חסיד פון רב הצעיר הייבט אן טאנצן פון די הויט ווען ער זעט אז בני יואל האט ארויפגעלייגט טאקע זיין אייגענע טעל נומער... עס בלייבט אים נאר איבער צו שרייען הויך אז עכט איז דאס נישט ער...
נשלח ב-17/6/2010 23:03
דאנקי זאג נישט אזוי ברוך השם אסאך ערליכע יודן מיט א ווארעם הארץ מאכן אסאך קאלס מיטן ציהל צו סטאפן די טעראריסטן און זענען מקיים דעם לא תעמוד על דם רעך במלוא מובן המלה וכאן הקריאה יוצאת אז איעדער זאל טוהן וואס ער קען אפצושטעלן דעם טעראר און ווי די עסקנים בעטן יעצט איז דאס וויכטיגסטע זאך נען זאל קאלן איעדן טעראריסט, זיין טאטע, שווער, און זיך בעטן אפצושטעלן דעם טעראר, איינמא פאר אלעמאל!
נשלח ב-17/6/2010 23:21
העלד איך וויל דיר דערמאנען וואס דער שוטה און חדר אינגל יודל ווערצבערגער האט גע'דרש'נט ווען ער האט זיך נאך איינגערעדט אז ר' אהרן גייט ווערן רב הצעיר (דערווייל האט ער מנצח געווען און געווארן רב הסעיר...) ער האט געזאגט בשם דעם קדושת יו"ט אז מאובי תחכמינו, אויב די שונאים זאגן אז זיי ווילן אים האבן איז דאס א סימן אז ער טויג נישט...
מיך האבן די אהרוינים שוין ארויסגעווארפן פון זייער פורום, און דיר נישט! דאס איז מעורר א שאלה אויף דיינע אמת'ע מחשבות... בפרט יעצט ווען די קומסט און פראבירסט אפצומאל בני יואל אלס פאלנע "אהרוינישע טעראריסטן". האק מיר נישט אין טשייניק, פאוני קאלס איז א זאך וואס איז קאפי רייטעד ביי די אהרוינים און בני יואל האט דאס קיינמאל נישט געניצט.
נ.ב. די דערמאנסט מיר פון דוד46 נאך פאר ער האט בטעות געניצט זיין ניק צו שימפן קעגן רבינו שליט"א.
תוקן על ידי דאנקי ב- 17/06/2010 23:22:36
נשלח ב-18/6/2010 04:35
דאנקי, אלע 3 האבן באקומען קאלס אפילו אינמיטן די נאכט, צענדליגער קאלס *--Session data*
נשלח ב-18/6/2010 04:36
דאנקי
חס ושלום מיר זוכן זישט אפצומאלן בני יואל פאר טעראריסטן, ווען אמעריקא גייט אין מלחמה אקעגן די טאליבאנער זענען זיי טעראריסטן? ניין! זיי פארטיידיגן זיך אקעגן די טעראריסטן און שטעלן אפ דעם טעראר
דאס איז וואס דארף ווערן געטוהן אויף איעדע פאוני קאל פון אן אהרוני דארפן זיי באקומען צוויי! אזוי האפן מיר אז עס זאל זיך אויפהערן די טעראר אין שטעטל.
נשלח ב-18/6/2010 15:30
רב סיני, די וואס האבן חתונה געהאט אין דעם נייעם זאל האבן א קלארן היתר פון זייער רבנים!
האט מען דען אמאל טעראריזירט איינער וואס גייט צום בחירות און א"י,עסט מאשין מצה אדער מיט גייט מיט א שייטל אד"ג?
תוקן על ידי מאןדפליג ב- 18/06/2010 15:32:58
נשלח ב-18/6/2010 17:56
רבי_סיני כתב:
דאנקי, אלע 3 האבן באקומען קאלס אפילו אינמיטן די נאכט, צענדליגער קאלס
*--Session data*
טייערע אידן האטס רחמנות אויף די אומשילדיגע שעפעלעך
נשלח ב-21/6/2010 01:50
באקומען אין אישי פון איינעם וואס האט נישט קיין רשות כתיבה, איך האף אז ס'איז גיט, ווייל איך האב דאס נאכנישט געליינט, איך בין ביזי מיט עפעס א זיבעלע, איינזבאך, און א נער'עלע,
ביטע ענטפער אין די קעפל פון חילוק אין פאני קאלס אז סאיז לגמרי נישט ווי עירוב מצות וכו
1) עירוב וויל מען וויסן פאר זיך צו טראגן פאר באקוועמליכקייט משא"כ דא איז עס בלויז זיך צו שלאגן און אפי' אויב האט נאך איינער געמיינט אז זיי האבן פשוט נישט קיין כח צו פארן ביז מאנסי האט דער באלאן שוין געפלאצט ווען הגה"צ ר' אליעזר חיים האט נישט געטארט קומען צו די חופה פארן בלוין חטא פון האבן רשות און די זעלבע ווען מהאט מבזה געווען א זיידע ביים פאריגן חתונה (ר' שמשון שווארץ) וואס טראץ וואס ער איז א קנאפע חסיד פון ר' אהרןהאט ער נישט געקענט באקומען סיד"ק פארן חטא פון האבן רשות.
2) ביי עירוב איז אויפן רבין זי"ע אליין דא מימרא'ס לכאן ולכאן און אפי' א חיוב סזאל זיין 100% אז דער רבי האט געהאלטן לאיסור איז ער בלויז מחייב זיינע תלמידים און אפי' אויף זיינע תלמידים איז נישטא אפי' א מימרא אז דער רבי זאל הייסן נעמען שריט קעגען די בעלי עירוב משא"כ ביי קידושין איז דא א קלארע מכתב קודש אין אגרת מהרי"ט ווי ער פסקט אז מזאל געבן כל מיני קנסות וכפוית ביז ווי לאנג זיי וועלן איבערמאכן די קידושין און אין זיין אייגענע שטאט איז זיכער יעדן מחייב זיין קלארן פסק.
3) ביי עירוב איז נישט דא קיין איין רב המתיר וואס מזאל קענען זאגן אז ער מיינט אונטער צו ברענגען (מערסטענס קען מען זאגן אויף טייל עסקנים), משא"כ דא איז קלאר אז די א.ג. רבנים האלטן דעם רבין פארן ס"ם אליינס און סאיז א מצוה אונטער צוברענגען ממילא איז עס קלאר א פארבלענדעטע פסק וואס האט מיט הלכה גאנץ ווייניג, והא ראי' אז יעדער פון זיי האט שוין גחתמט יעדן שני וחמישי פארן פארטיי און געדרייט מיט די תורה להיתר פאר זיך יענעם אונטערצוברענגען ולאיסור פאר יענעם זיך אויפצובויען, אדרבה ברענג מיר איין רב וואס האלט ביידע פאר ס"א אדער ביידע פאר קדושה און זאל פסקנען להיתר אויף סיד"ק. (בדרך אגב ר' געציל האלט ענק אויך נישט פאר ס"א).
4) ביי עירוב וכדומה איז א פרטיתדיגע הוראה פארן יעדן און ווען ער טראגט איז עס נישט אריין אין יענעמס גדרים איגאנצן נישט, משא"כ ביי קידושין איז עס בלויז אריין זיך שלאגן אין יענעמס גדרים וואס איז יארן איינגעפירט און טאקע אויף דעם אליין כמו שהוא איז געווען אלע דורות מחוצפים וועלכע האבן מיאוס אפגעשניטן און טאקע אויף אזא "רב המסדר" שרייבט דער רבי אז סאיז א חיוב ארויפצולייגן אלע מיני קנסות וכפוית עד שיכופו כאגמון ראשם איבערצומאכן די קידושין כדת משה וישרא-ל.
נשלח ב-21/6/2010 04:10
1) א חתונה אין קרית יואל איז א באקוועמליכקייט, האבן דעם צורר אלס מסד"ק איז א אומבאקוועמליכקייט, הרה"צ מקאשוי האט נישט געטארט זיין מסדר קידושין ווייל מיר האבן איהם ח"ו נישט געוואלט ארויפצווינגען צו זיין.. רצונו של אדם זה כבודו, ער האט געוואלט אז ס'זאל נישט זיין ח"ו קיין ספיקות, אז מען זאל מיינען אז דער מסד"ק האט רשות פון אזא איינעם וואס זיין טאטע האט געהאלטן אז ער איז עובר אויף איסור ע"ז ממש, והיינו טעמע דר' שמשון ב) ביי עירוב איז אויפן רבין זי"ע אליין איז נישט דא מימרא'ס לכאן ולכאן און אפי' א חיוב סזאל נישט זיין100% אז דער רבי האט געהאלטן לאיסור אין אלס מרה דאתרא האט ער געהאט א ח צו אסרן אויף די שטאט
משא"כ ביי קידושין איז דא א קלארע דעת קודש אז מדארף זיך פורש זיין פון די מתחדשים, אין ציונים אין זייערע אנהענגערס און פון די מנהיגי שקר, במילא חס מלהזכיר אז אזא איינער קען אפילו זיין א מסדר קידושין, אין זיכער אז מטאר נישט טעראזירן די פרושים
3) ביי עירוב איז דא איין רב המתיר וואס מען קען זאגן אז ער מיינט אונטער צו ברענגען (מערסטענס קען מען זאגן אויף טייל עסקנים), משא"כ דא איז קלאר אז די א.ג. צויי דומצי"ם'ליך האלטען דעם ס"מ פאר זייער רעבע, און חתמענען יעדען מאנטיג און דאנערשטיק אויף זיינע איסורים און התירים אן קיין שום אפהאלט, זאל עס זיין אפילו ספיקות פון עקרי אמונה צו מתיר זיין נבילות וטריפות, אדרבה ברענג מיר איין אינדעפענדענט רב וואס אסר'ט די קידושין'ס 4) עירוב איז א ריטיגע פריצת גדר ווען מען טראגט אין די גאסן ס'איז א כלליותדיגע הוראה פאר די גאמצע שטאט מען קען נישט מתיר זיין פאר א האלבע שטאט, משא"כ קידושין אז די שמעקט נישט די רבני המתירים בלייב אונדערהיים, און זיי דיך נישט משדך מיט יענעם און מיט זיינע קינדער לדורי דורות, שרייב אין פינקוס אא"ו אבער טעראר? פארוואס?, עס ווערט נישט געברענגט אין ערגעץ א שאלה אויף קידושין ווען א אומערוועלטער נעלאגישער רב דעקלערט זיך מרה דערסנא