אזוי ווי די חשובה מנהל האט געבעטען אז איך זאל מסביר זיין וואס איך וויל דא. וועל איך פראבירען דאס מער מסביר צי זיין.
אין די פארגאנגענע וואכען איז געווען א מאסען עצרת, א מחאה אדירה, וואס איז פאריפען געווארען דורעך רבנים הגאונים שליט"א ובראשם הגאון האדיר כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
די פראטעסט איז פאריפען געווארען צוליב א ביטערע גזירה פון חיטוטי שכבה, וואס דאס שטורעמט אויף א יעדער וואס האט א אידישע נשמה, אין ווי אויך איז מען ארויס פראטעסטירען צוליב די ברוטאלע אכזריות וואס די ציוניסטישע פאליציי פראקטיצירען אויף אונזערע אימשילדיגע ברידער ערליכע אידען אחים לדעה באה"ק.
יעצט ווען די רבנים הגאונים האבען אויפגעפאדערט פון א יעדען ערליכע איד -נישט קיין חילוק צי וועלעכע קרייז מ'באלאנגט- ארויסציקומען אויסצישרייען אונזער וויי געשריי, און אפשטעלען די ביטערע רדיפות הדת וואס די ציונים ימ"ש פירען אן אזוי פרעך און רעכענן זיך נישט מיט גארנישט. האבען זיך בעזה"ת טויזענטער טויזענטער אידען אפגעריפען אין אנגעשלאסען אין די מעכטיגע פראטעסט אין מאנהעטן. אין דאס האט פארשטייט זיך שטארק עושה רושם געווען, אין ווי אויך איז דאס געווען א געוואלדיגע חיזוק פאר אונזערע העלדישע מסירות נפש'דיגע ברודער אין ארץ ישראל ב"ה, ווי יעדער פארשטייט אליינס.
יעצט ווי ס'איז שוין ליידער טרויעריג באקאנט, האבען זיך פאר א פאר יאר צירוק אפגעבראכען פון כלל ישראל א גרופע עלעמענטן אנגעפירט דורך אפאר נידערטרעכטיגע יונגאטשען, און זיי האבען זיך פארמירט אין א כת א סעקטע וואס איז געבויט אויסצירייסען א יעדעס דבר שבקדושה, און די כת מסרבים לדין תורה (מיט וואס זיי זענען אויך באקאנט) גייט אן שוין די לעצטע פאר יאר אפען מיט זייער השכלה אין ליצינות אנטקעגן כל הקודש לנו אין אנטקעגן אלע צדיקים ורבנן, אויפען ארגסטען פארנעם. ב"ה אז רוב רובו פון כלל ישראל האט גראד געכאפט זייער געמיינע מאטיווען און זיך באצייטענס אפגעטרייסעלט אין אפגעשאקעלט פון די נידריגע כת ליצים ומשכלים שטייענדיג ווייט פון זיי, און פון זייערע גיפטיגע ליצנות און ביליגע פראפעגאנדע. אבער א ביטערע רחמנות איז אויף די געציילטע שווענץ די נאכשלעפער פון די זינלאזע הפקר יונגען עזות פנימער, וואס מ'שטאפט זיי אין מ'קארמעט זיי מיט גיפטיגע ליצנות און מ'דארף זיי פארטייבען אז זיי זאלען נישט זיך ארויס רייסען פון די גרוב ווי זיי ליגען שוין נעבעך די לעצטע פאר יאר. מיט אנדערע ווערטער אז נישט אז זיי זאגען פערצופאל ליגענט פאר זייערע אייגענע נאכשלעפער אין זיי האבען פשוט נישט קיין מורא פון שקר, ניין זיי האבען א גאנצע אפאראט וואס באשטייט פון די טריפה'נע צייטונג דער איד, אין ווי אויך האבען זיי אינטערנעט מיט פאשקעוולען האטליינס צי פארשפרייטען במכיוון ובזדון זייערע ביליגע שקרים וכזבים. צווישען זייערע פארכאפטע קעלבער אין אזוי דרייען זיי ארום מיט זייערע קעלבער און לייגען זיי צי שאנד פאר די גאנצע וועלט. פארשטייט זיך אז זיי מוזען כסדר דרייען מיט זייערע ביליגע ליגענט אין בויען בנינים פון נידריגע שקרים. אין ווען איין שקר פלאצט האבען זיי גראד גרייט צי פארפיגען מיט נאך צען שקרים אין ליצנות.
יעצט ווען דאס יהדות החרידות איז געקומען אין די מאסען צום מעכטיגען פראטעסט וואס איז פאריפען געווארען דורך מרנן ורבנן שליט"א ובראשם אדמו"ר אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האבען זיי זיך געפילט זייער באדראעט (אזוי ווי זיי האבען געצייגט אין ארויס געוויזען עטליכע טעג פארדעם מיט זייערע לוזערישען ציגאנג ואכמ"ל) און זיי האבען תיכף אנגעפאנגען מיט נידריגע ליצנות ווי זייער שטייגער, אפשפעטענדיג פון וואס זיי קענען. מיטאמאל איז געקומען די קלימאקס ווען זיי האבען אפען געשריבען פאר זייערע נאכשלעפער, און זייער לצינות בלעטעל דער איד אז ביי די מאסען עצרת וואס כלל ישראל האט זיך משתתף געווען אויפען רוף פון די גאוני העדה חרידת אין אויפען רוף פון אלע גאונים, אז ס' איז נישט געווען מער ווי דאכצעך מער טויזענט אידען און די צייט וואס ס'זענען דארט געווען שווערע טויזענטע טויזענטע אידען ק"י מיט א ריינעם ציל להרבות כבוד שמים.
די גראבע נער'שן שקר האט דערמאנט פאר די וועלט די עפיזאד ווען די צידרייטע איראנע פרעזידענט האט פאריפען א קאנפרענץ און געשריגען אז ער האלט אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען נישט געהרגעט מער ווי הונדרעט פופציג אידען (הלוואי).
האב איך ציגעלייגט אז לויט זייער צידרייטע מהלך פון לייקענען שטיין אין ביין קען מען זאגען אז ס'איז קיינמאל נישט דא אזא לאנד ווי איראן, און אויך איז נישט דא אזא זאך ווי מדינת ישראל אין אוודאי איז נישט דא אזא זאך ווי די רבצין'ס הויז אדער אזא זאך ווי דוד עקשטיין בכלל.
 |
|
|