בית פורומים כל העולם כולו

כותלי ביהמ''ד (?) יוכיחו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/6/2010 19:49 לינק ישיר 
כותלי ביהמ''ד (?) יוכיחו

אז איינער וויל וויסען ווי די זאלי'ס האלטען
זאל ער אריינוואקען אין איינס פין די זאלי שולן, אין ליינען וועכענטליכע צעטליך פין פאללאקס חברה קדישא

עס איז א געשמאק יעדע וואך זיך אינטערצו האלטען, וואס פאר א קינדערישע פנים די גאנצע קהילה האט דארט
נאכדעם וואס זיי האבען שוין אין די לעצטע פאר יאר געטוישט עטליכע מאל די סטעף אין זייער אפיס
(טיילווייזע ליסט,
ר' דוד הערש מערץ, געווארפען וועגן פאליטיק
ר' שלמה משמש, געווארפן וועגן פאליטיק
ר' פנחס אלימלך ווייס, געווארפן וועגן פאליטיק
ישעי' קרויס
ראזען (א בעלזער פין ב''פ,)
 י' א',
שטערנבערג,
וויינשטאק,
אין נאך 4 יונגעלייט)
איז עס היינט צו טאגס אין די האנט פין די גרויסע פני יודן אביש ווויינבערגער אין יודא אליעזר יאקאבאוויטש, וועלכע געבן אויס זייער פערל רייד וועכענטליך אויף די ווענט אין ראדני נאך יעדע שמחה פין האבען נאך נפטר אין פאללאקס לאט, הענגן זיי ריזיגע פול קאלאר פיקטשערס אין זייערע שולן פין די נייע קבר - ווייזט אויס אז ס'איז פאר זיי א דערגרייכונג {ה''י}
ער איז מסביר פאר די קנאפע טויזענט זאלי'ס אין וומ''ס אז איבער 2000 זאלי'ס האבען שוין באצאלט די ארץ החיים (מן הסתם איז געווען א נדבן..... אזווי ביי זייער מעמבערשיפ)
יעדע פאר וואכען גיבט ער אויס זיין כעס אויף די דורךפאל פין פאללקס לאט, קעגן ר' שלמה משמש, ער שיקט ארום בריווען אין ר' שלמה'ס נאמען צו סטראשען די זאלי'ס אין נאכדעם שרייט ער היתכן ר' שלמה טעראזירט זיי מענטשן (א מין טעראריסט דער שלמה וועצב''ג....)

אין די ווענט ווערן יעדע וואך אפדעיטעד מיז זיסע מאטריאל, וואס אלע בחורים אין יונגלעך שטופן זיך צו ליינען אין זייערע שולן
  - אזא פנים האט זייער חינוך ווען פין קינדווייז הענג שמיציגע פאשקעווילן אויף די ווענט אין שול, אין זייער מנהל אין קווינס רעגט זיך נאך אז מיט דעם אלעם זענען די מוחות געשווענקט

עס וואלט געווען א גיטע זאך ווען מ'זאל קענען מלקט זיין יעדע וואך די פרישע פאשקעווילן פין די ווענט אין ראדני אויף איין פלאץ
זעלטן אז א לוזער זאל ווערן אזוי נערווענדיג

די וואך, חודש תמוז וועט שוין נענטער צו א יאר פין ווען זיי האבען געפענט די ביה''ח, מיט די הבטחות פין זייערע מענטשן אז וויבאלד זיי געבן בחינם אין זייער פני יודן זענען גרייט דארט צו ליגן, וועט עס ווערן א געהעריגע בית החיים
ווען דערווייל וויל יעדע ערנסטער באזענסענער מענטש אפי' פין די זאלי'ס נאך אלס ליגען אינעם אלטען ביה''ח אינאיינעם מיט רבותיה''ק ז''ל, נו אז ס'טוט וויי....

ער אנדעקט די וואך, אז די ''ג'גנבטע'' זאמד, מיט די עצמות אין די סעפטיק וואס מ'האט געגרבען פאר די פארקינג לאט האט מען אויסגאגסען אין די בית החיים.....
''לאכטס נישט, ער פרופט עס מיט א קאלירפולער בילד פונעם סעפטיק''
(אגב, די בילד איז פין די פארקינג לאט אינטען אויף די לינקע זייט, אבער זעהט אויס אז זענען שוין לאנג נישט געווען אין ביה''ח)
אין ער איז אנדעקט אז די 'ג'גנבטע זאמד גייט מען ניצן פאר די קברים....... (מן הסתם איז דא מאנגעל אין זאמד אין ק''י)

ווייטער ברענגט ער פין ספרים וויפיל צער מתים האבען פין מחלוקת אין אפעלירט צו זיינע נאכשלעפער מ'זאל ח''ו נישט לייגען אין די בית החיים ווייל די מתים האבען צער פין מחלוקת אין נאכדערצו אז ס'ליגט אין קארט טאר מען אוודאי נישט ליגען דארט
קאמענטארען זענען איבריג!
ער רופט די חברה קדישא אין קארט, אין עפענט א אייגענע בית הקברות ווייל ער וויל זיך נישט שטעלן צו די''ת, אין ער שרייט מחלוקת אין ערכעות, אין די זיסטע פין אלעם ווי ער אפעלירט עפנעטליך צו זיינע קעלבער מ'זאל נישט לייגען אינעם ביה''ח מיט רבותיה''ק ז''ל...

ער איז ווייטער מסביר אז די נייע חלקה ''איז קיינמאל נישט געווארען מקודש'' (אפשר ווייל ס'איז געווען אן רשות פין שטריק..אין די קדושין האט נישט חל געווען)
וכו' וכו' מיט זיינע פערל רייד

די נעקסטע צעטיל
אז ער מסביר אז אזווי ס'הערשט א מורא'דיגע נאכפראגע פין זייער עולם צו גיין קוקען אין באזוכן די בית הקברות לעבן די ציון הק' (וועם קען מען דארט באזוכען) וועגן דעם גיבט ער פינקטליכע דירעקשאן'ס וויאזוי מ'קען אהין אנקועמן
(אינטערסאנט ער דארף געבן דירעקשאן'ס, ס'דא לעבן די ציון הק'....)

גלייבט מיר כ'בין גארנישט מגזם, כאפט אייך אריין אין איינס פין די שולן, אדער בליקט אריין אין זייער שמיציגער צייטונג,
וועט איר זעהן אז יותר ממש שקריתי לפניכם כתוב כאן

אויב איינער קען אריינסקענען א קאפי זאל ביטע מזכה זיין דעם רבים



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2010 15:19 לינק ישיר 

שוין צו שפעט די פאר חכמים האבן שוין זיכער אנגעהויבן אראפצורייסן...
נעקסטיים ס'קען עס אריין נאך פאר דו מעלדסט דא די מלא קללות חרמות
(חוץ אויב דו האלטס עס נישט ביים אריינסקענען)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 01:05 לינק ישיר 

די וואך האבען פרישע זיסע פאשקעווילן באצילט זייערע שולן
א נחת געווען צו קוקען
מלא קללות חרמות, מיט היידפארק שפראך
עס איז שווער צו גלייבן אז זיי האלטען זייערע מענטשן פאר אזוינע קעלבער

אפשר דאס מאל וועט עס איינער אניאגען אריינצוסקענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2010 19:51 לינק ישיר 

Shlomo, I personally saw on you from the first second that you're a pizza box... So please bug off

As long as you don't disturbe the relaxation here you can write whatever you want



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 23:50 לינק ישיר 

איך האף אז דו פארשטייסט וואס דו האסט דא געשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 20:30 לינק ישיר 

סרעגענט נישט איינער שפייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2010 19:15 לינק ישיר 

ככלב שב על קיאו
קריינא דאיגרתא איהו להוי פרונקא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 17:26 לינק ישיר 

שלומעלע סיג לחכמה שתיקה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2010 06:23 לינק ישיר 

זאלן דיינע אויגן זעהן וואס דיינע פינגער קלאפן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 19:33 לינק ישיר 

שלומעלע

סיג לחכמה שתיקה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2010 16:44 לינק ישיר 

ותפתח את פי האתון
‎שלמהלע מיין אויסדריק אויף דיר איז צוויי ווערטער "מצה טאש"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2010 07:09 לינק ישיר 

wow
צו וואס האבן זיי אנגעהויבן אראפצורייסן די  צעטלעך?
טאקע ווייל היראים האט עס דא אזוי שיין צולייגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 01:09 לינק ישיר 

די פאר חכמים האבען אנגהויבן אראפצו רייסן די צעטליך
פין זייערע שולן

קען עס איינער אריינסקענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 20:07 לינק ישיר 

זיי ווילן עס פארוואנדלען אין טורזים אטראקציע פלאץ, מן הסתם האט זיך דער רבי ז"ל אויך אזוי געפירט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כותלי ביהמ''ד (?) יוכיחו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext