בית פורומים אידישע געדאנק

די רשעות פון די סידור קידושין סומעטוכע און די היפאקריטי פון ר' געציל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2010 21:50 לינק ישיר 
די רשעות פון די סידור קידושין סומעטוכע און די היפאקריטי פון ר' געציל


איך וויל אנפאנגן מיט א קליינע הקדמה'לע.

ווען דער אזוי גערופענער דומ"ץ דמתא האט זיך ארויסגעשטעלט און געאסר'ט די
סידור קידושין אין קרית יואל האבען די ארונים יובילירט, אז דער דומ"ץ
דמתא (אגב האט איר שוין אמאל געהערט\געזען דעם אויסדרוק איידער תש"ע),
וואס האט נאך קיינמאל נישט גענומען קיין עמטליכע שטעלונג אין די מחלוקה,
(וואס איז אגב א שקר כדרכם כסל למו, תיכף נאך די שבעה פון רבינו בעל הברך
משה, האט ער געהאלטען א דרשה אז על פי הלכה איז רא"ט ממלא מקום און
סאטמארער רבי בכל קצוי תבל) איז דאס מאל ארויסגעגאנגען מגדרו און
ארויסגעקומען מיט אן איסור ווייל ממש ער האט נישט געקענט איבערטראגען דעם
אחריות וואס רבינו הקדוש בעל ויואל משה האט ארויפגעלייגט אויף אים זיך
אומצוקוקען אויף די שטאט און זיכער מאכען אז עס מאכט זיך נישט קיין
מכשולות.

די מח שווענקערס  האבען נאך געברענגט א תנא דמסייעא. פאליטיש איז די
מערכה א פארלוירענע מערכה, אלא מאי מוז דאך זיין אז הגאון הגדול הדומ"ץ
דמתא האט פשוט נישט געקענט מועל זיין בשליחותו און צוקוקען די מכשולות
וואס קען ארויסקומען, און קעגען די ראט פון די פאליטישע מבינים האט ער
זיך ארויסגעשטעלט בכל חומר ועוז לוחם צו זיין קעגען די "פרצה ביסוד
קדושתן של ישראל".

דער "דומ"ץ דמתא" האט נאך צוגעלייגט אז נאכען דורכארבעטען די סוגיא און
פרובירען מיט אלע כוחות צו טרעפען א היתר האט ער נישט געקענט טרעפען קיין
שום היתר בעולם מסדר צו זיין קידושין אן רשות פון ר' אהרן טייטלבוים.

עס איז דורכגעגאנגען עטליכע וואכען און זאכען הייבען זיך אן
אויסצוקלארען, און עס איז צייט איבערצוקוקען ווי אזוי די מערכה איז
געפירט געווארען און זיך איבערצייגען צו דער דומ"ץ דמתא איז טאקע געווען
אזא בעל מסירת נפש און פארקוקט אויף די פאליטישע פארלוסטען בלתי לד'
לבדו.

די "פאליטיש פארלוירענע מערכה".

ווי יעדער ווייסט האט טעראר אין קרית יואל געווירקט פאר לאנגע יארען ביז
תשנ"ט און מיט סוקסעס אפגעהאלטען דעם ברייטען ציבור פון זיך ארויסשטעלען
מיט זייער אמת'ע מיינונגען.
ביז תשנ"ט איז די בני יואל געווען א קליינער ציבור, רוב ציבור האט
באלאנגט צו די ארונים און געהאלטען די קינדער אין זייערע מוסדות.  אין
תשנ"ט האט זיך איבערנאכט ארויסגעשטעלט אז א ריזען ציבור, בערך האלב פון
די תושבים אין קרית יואל האלטען נישט מיט די הנהגה פון ר' אהרן
טייטלבוים.
וואס איז געשען איבערנאכט?
דער ענטפער איז, אז דער טעראר האט זיך אפגעשטעלט און דער ציבור האט מער
נישט מורא געהאט ארויסצוגעבען זייער באהאלטענע געפילען.

דאס איז דברים ברורים פאר יעדען איינעם וואס האט מיטגעלעבט די זמנים.
אין טעראר איז דא פארשידענע דרגות, יעדער מענטש האט א אנדערע שוואכע
פונקט וואס מיט דעם קען מען אים סוקסעספול טעראריזירען.  איינעם קען מען
טעראריזירען מיט אוועקנעמען זיין פרנסה, איינעם מיט ווארפען שמוציגע
פאשקעווילען, איינעם מיט טשעפענען מיט זיינע קינדער און איינעם מיטען
טשעפענען זיין אלטע מוטער אן אלמנה.

כמעט יעדער מענטש האט זיין שוואכען פונקט וואס מיט דעם קען מען אים שטיל
מאכען. די מלומדי טעראר פון קרית יואל, ווייסען דעם סוד, סוף כל סוף
האבען זיי סוקסעספול געהאלטען א גאנצע שטאט אונטער טעראר פאר לאנגע
יארען.
עס איז אבער דא איין מיטעל ווי אזוי צו צוברעכען טעראר, און דאס איז דער
כח הציבור.
אין תשנ"ט, ווען דער ציבור האט מיט איין מאל זיך ארויסגעשטעלט איבערנאכט
מיט אפענע פארבן, האט די טעראר מאשין געמוזט שטיין און קוקען און
שווייגען.  ווען א גרויסער ציבור שטעלט זיך ארויס צוזאמען, קען מען נישט
נעמען יעדען יחיד'ס שוואכקייט און מיט דעם טעראריזירען, פשוט ווייל מען
קען נישט טעראריזירען 1000 יחידים עקסטער מיט א ספעציפישע מהלך, און דאס
האט אפגעשטעלט דעם טעראר אין קרית יואל נאך לאנגע יארען.

עס איז אבער פארהאן געוויסע זמנים ווען מענטשען זענען מער שוואך און מען
קען זיי טעראריזירען גרינגער ווי און נארמאלע אומשטענדען פאר 2 סיבות.
איינס, ווייל דער זמן און די אומשטענדען מאכען דעם מענטש שוואך.
צוויי, ווייל די אומשטענדען זענען ספעציפיש צו דעם דאזיגן יחיד, און מען
קען נישט צוזאם נעמען א רבים וואס זאלען זיין אין די זעלבע זמן און דעם
זעלבען מצב, ממילא בלייבט דער יחיד אליינס אין די מלחמה און דער טעראר
איז בדרך כלל סוקסעספול.
די מלומדי טעראר בביתו נאוה קודש אויף צאנז קאורט האבען געכאפט א שאס אין
די ציין תשנ"ט און עס האט זיי גענומען א צייט ביז זיי האבען זיך צוזאם
גענומען און צוריק אנגעהויבען צו נוצען דעם שטעקען פון טעראר.

נעמענדיג אין באטראכט די אויבענדערמאנטע פאקטן, האבען זיי אנגעהויבען מיט
דעם בית החיים.
א מענטש ווען עס איז מתו מוטל לפניו איז בטבע שוואך. ווי אויך איז דער
מענטש פארלוירען אליינס אויפען מארק, ער קען זיך נישט צוזאמשטעלען מיט א
רבים וואס זענען אין די זעלבע צייט אין די זעלבע אומשטענדען, דעריבער
קענען די מלומדי טעראר אויסאיבען דעם טעראר אין א ספעציפישען
אויסגערעכענטע סטראטעגיע פאר יעדען יחיד.
און א גרויסען מאס זענען זיי געווען סוקסעספול מיט דעם טעראר און דאס האט
זיי צוריקגעברענגט דעם טעם פון טעראר און זיי האבען אנגעהויבען מיט א הבה
נתחכמה, ווי נאך קען מען טרעפען יחידים אין א שוואכען מאמענט אויסצואיבען
טעראר אויפען שטערקסטען אופן און צוריק איינצונעמען דעם ציבור.

עס האט נישט געשפעטיגט צו קומען, די סידור קידושין פרשה איז געקומען ווי
געווינטשען פאר די רשעי הטעראר אויף צאנז קאורט.
א פארפאלק פאר און נאך די חתונה זענען זייער שוואך, אינגע ביימעלעך, קוים
וואס מען קען זיך איינער מיטען צווייטען, מען הייבט אן צו בויען א לעבען
קוים וואס מען שטייט אויף די אייגענע פיס.
יעדער געדענקט נאך זיין אייגענע דורכגאנג אין די זמנים, פרובירט אייך
פארצושטעלען אין יום החופה, צו ווערען נאכגעשריגען אויף די גאס?
-צו דארפען גיין אונטער די חופה אונטער באגלייטונג פון פאליציי און נישט
וויסען מה יולד יעדע מינוט.
-אויפשטיין צופרי נאך די חתונה און זען פאשקעווילען מיט דעם בילד פון דעם
חתן צושפרייט אין גאנצען שטעטעל.
-פאוני קאולס טאג און נאכט ללא הרף נישט קיין מינוט מנוחה.
-דער פארפאלק שפאצירט אויפען גאס און מען לויפט זיי נאך מיט קולות זונה...
-דער פארפאלק גייט אהיים פרייטיג צונאכטס נאך די סעודה און ווערען
באפאלען פון א כאפטע סטודענטען פון דעם וואויל בארימטען סבלן ר' אהרן
טייטלבוים, און מען כאפט אראפ דעם שטריימעל פון דעם פרישען אינגערמאן.
-א ווייבעל גייט דאס ערשטע מאל אין איר ניי לעבן אין ..... און מען לאזט
איר נישט אריין. וד"ל.
 ועוד ועוד יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן .
די רשעי הטעראר האבען דאס אלעס אויסגעארבעט מיט א בלו פרינט, איידער דער
"דומ"ץ דמתא" האט גענומען דעם שריט און "קעגען די פאליטישע חשבונות"
אונטערגענומען דעם "פאליטיש פארלוירענעם" קאמף.
זיי האבען פארשטאנען אז דאסמאל האבען זיי געכאפט דעם טאטער.. דאס איז א
טעראר וואס וועט זיך אויסארבעטען, די פרישע פארפעלקער וועלען דאס נישט
וועלען מיטמאכען און מען וועט קענען אפשטעלען דעם "הירוס" עמי בבית דא
אין קרית יואל.

די שלוחים האבען טאקע גענומען דורכפירען דעם טעראר מיט אלע מפרשים, אזש
עס דערמאנט די צייטען ווען לשיטתם איז "משה גבאי געווען שולדיג" אין
אלעמען.
דער "דומ"ץ דמתא" וואס איז דער שולדיגער אויף די אלע רשעות'ר וואס ווערט
אפגעטון, האט שוין גאנץ גוט געוויסט וואס ער טוט, נישט דעם אחריות פון
זיין "משלח" רבינו הקדוש האט אים נישט געלאזט שלאפען, נאר די הבטחה פון
די רשעי הטעראר אז דאס מאל וועט דער טעראר ארבעטען און ער וועט זיין דער
געווינער אז זיין פסק טראגט א געוויכט ביי גאנץ כלל ישראל, דאס האט אים
געטריבען "ארויסצוגיין" מגדרו און זיך מישען אין רשעות'דיגע פאליטיק.
ווען מען קוקט צוריק אויף וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין קרית יואל די
לעצטיגע וואכען איז דאס קלאר ווי דער טאג.

נאך א קליינע הקדמה, דער דומ"ץ דמתא האט נישט געקענט טרעפען קיין שום
היתר אויף די סידור קידושין, מען האלט שוין עטליכע וואכען שפעטער, און עס
טוט זיך א רשות געטיילעכטס לכל מאן דבעי ודלא בעי.
שטעלט זיך א קשיא, דער גאון הגדול, דער געוואלדיגער מח, דער וואס דרייט
זיך ארום מיטן סייעתא דשמיא פון רביה"ק ז"ל, האט נישט געקענט אויסטרעפען
דעם היתר וואס גבאי פישער האט אויסגעטראפען?
האט ער נישט געקענט געבען דעם רשות כללי אדער רשות פרטי פאר יעדע חתונה?

נאכמער, מיר טרעפען אין חז"ל מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין
פני חבירו ברבים. ווייסט איר אפשר פון ווי מען לערענט מען דאס ארויס?
פון די פרשה יהודה ותמר, ווען עס איז נישט געווען קיין כשר'ע קידושין,
דאך טאר מען נישט פארשעמען, דעם היתר פון א פשוטע שטיקעל רש"י האט דער
דומ"ץ דמתא נישט געקענט טרעפען נאר אנשטאט האט ער מתיר געווען אידיש בלוט
כמים.
ווי אויך שרייט דאס ליצנות אויף די העכסטע אקטאוועס, שחוטי חוץ וואס איז
אייביג געווען פונקט אזא הארבער איסור ווי סידור קידושין, אויף דעם האט
דער חשוב'ער דומ"ץ דמתא מיטאמאל געשפירט פאר וויכטיג מוחה צו זיין אפילו
בקול דממה דקה, טראץ דעם "אלוועלטליכען אויפוואכונג אין כשרות אנגעפירט
דורך דעם גאון וקדוש ר' אהרן טייטלבוים" אבער דא אויף קידושין האט ער ממש
נישט געקענט שלאפען און בעל כרחו געמוזט מתיר זיין אידיש בלוט פאר די
רשעי הטעראר פון צאנז קאורט.

דער ענטפער איז גענוי ווי אויבערדערמאנט, פלייש קויפט א ריזען ציבור, און
"אין טעראר לציבור" מען קען נישט טעראריזירען דעם רבים, אבער סידור
קידושין ווי מען קען ווייזען גבורה אויף עטליכע אינגע שוואכע פארפעלקער,
דאס איז שוין א צווייטע מעשה, דאס קען שוין דער דומ"ץ דמתא זיך
ארויסשטעלען מיט "מסירת נפש" למען כבוד הפארטיי ורשעיה.

נאך א שטיקעל היתר וואס מען וואלט אפשר געדארפט מעורר זיין דעם דומ"ץ
דמתא, כשם שמצוה לומר דבר הנשמע מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע. דער דומ"ץ
געדענקט אודאי ימים מקדם נאך איידער ער האט זיך צוריסען מיט רובם ככולם
פון אלע סאטמארע דיינים איבער דער וועלט, און זיי האבען אלע אינאיינעם
צוזאמען מיטען בית דין הגדול שבירושלים געאסרט די מוסדות בני יואל, און
זיי האבען גארנישט אויפגעטון מער ווי צו פארגיסען אידיש בלוט.
דער חשובער דומ"ץ דמתא –ברוב ענותנותו- האלט דאך זיכער נישט אז זיין
איצטיגער פסק דער דעת יחידאה קעגען אלע אנדערע סאטמארע דיינים וועט האבען
א שטערקערע הצלחה, און וועט נאר פירען צו מער בלוט פארגיסונג, האט דער
דיין אפשר געטראכט פון דעם היתר פון כשם שמצוה לומר???? איבערהויפט ווען
מען שפילט זיך מיט דיני נפשות???

דער איינציגער לימוד זכות וואס מען קען אפשר טרעפען איז אז די רשעי צאנז
קאורט האבען אים פארזיכערט אז דאס מאל וועט עס יא געלונגען און דעריבער
איז נישט שייך דער היתר פון כשם שמצוה...

גענוג מיט די הקדמות, די המשך צו דן זיין איבער דעם גאנצען נושא יבא בקרוב...

 

נחזור לענינינו.

הגאון הגדול דומ"ץ דמתא קען זיך נישט קיין עצה געבען און טרעפען א היתר
אבער... גבאי פישער שלעפט ארויס א היתר פון טאש.

ווי אויבען דערמאנט איז "אין טעראר לציבור", מען קען נישט טעראריזירען א
גרויסען ציבור אויפאמאל, ווען א ציבור מאכט אפ אז "גענוג איז גענוג" און
שטעלט זיך ארויס אויף איין מאל בפומבי דאן פארלירט טעראר זיין
ווירקזאמקייט.
עס גייט דורך עטליכע וואכען און דער בני יואל זאל ווערט א מציאות, עס
מאכט זיך נאך א חתונה, און נאך א חתונה, און אט אט פארלירט דער טעראר
זיין כח, עס ווערט שוין א ליסטע מיט צופיל יחידים און די רשעי הטעראר פון
צאנז קאורט ווערען סורפרייזד אז זייער טעראר ארבעט עפעס נישט אזוי ווי
שנים כתיקונם ווען "משה גבאי האט געפירט".

דער געלונגענער גבאי פישער איז מחליט אז כדי צו ראטעווען דעם מצב מוז מען
האלטען די ליסטע פון די פסול'ע משפחות צו א מינומום אז די טעראר זאל
קענען ווירקען במילואו.  דער גבאי קומט אויף מיטען טייוולאנישען פלאן,
מען וועט זיך נעמען טיילען רשות לכל דכפין ולכל לא דכפין, אזוי וועלען
נאר די ערשטע נחשונים בלייבען די קרבן פסח'ס און מען וועט זיי קענען
אויספייניגען למען ידעו.  אויב האט שוין ר' אהרן טייטלבוים סייווי
פארלוירען די מערכה פון סידור קידושין זאלען כאטש עטליכע אידען ליידען
צרות צרורות דערפון צו בארואיגען דעם סאדיסטישען בלוט דורשט פון ר' אהרן
מיט זיינען רשעי צאנז קאורט.

האט זיך אנגעהויבען א מערכה פון רשות געבען, איי די מחותנים שרייען חי
וקיים, מיר האבען נישט געבעטען קיין רשות ולא מדובשך ולא מעוקצך, נישט
קיין פראבלעם, דער בלאט שרייט העכער אז מען איז געפאלען צו די פיס פון ר'
אהרן, און מען האט געבעטען און באקומען רשות מחמת רוב צדקתו וואס ער קען
נישט צוקוקען אז נאך א משפחה בישראל וועט געפייניגט ווערען דורך זיינע
סטודענטען.

דער שפיל האט געארבעט אויף 2 חתונות און די רדיפות האבען זיך פארשטערקערט
אויף די ערשטע פארפעלקער וואס האבען געהייראט נאך איידער גבאי פישער איז
אויפגעקומען מיט די "רשות" קאפשטיק.

איז געקומען די חתונה פון שווארץ, האבען די מחותנים זיך באקלערט, מיר
ווילען טאקע געבען סידור קידושין פאר הרה"צ ר' שמשון שווארץ א זיידע,
אבער פון די אנדערע זייט האבען די ארונים שוין דערקלערט אז ער האט רשות
און ממילא וועט די רדיפות אויף די ערשטע פארפאלק זיך פארשטערקערען, לא
תעמוד על דם ריעך איז א גרויסע זכות האבען זיי די לעצטע טאג מחליט געווען
צו געבען סידור קידושין פאר הגה"צ מטשאטה שליט"א, המכונה על ידי הארונים
טשאדעלע באדעלע, (וואס איז שוין מערערע מאל דא אנאליזירט געווארן זייער
מחלה מיט די צונעמען) ופני הארונישע קרובים חפו, זיי האבען געמוזט שנעל
צוריק לייגען דעם שטריימעל אין שאכטעל און אנטלויפען פון א משפחה שמחה
ווי אין די צייטען ווען "משה גבאי איז געווען באלעבאס"...

נו, האט דאך יעדער נארמאלער מענטש געטראכט אז דער רשות באלון האט שוין
געפלאצט און מען וועט שוין ווייטער דארפען טעראריזירען אלע פארפעלקער
וואס האבען חתונה אין די זאלן, האבן זיי אבער נישט געכאפט אז לא הרי
ארוני כהרי נארמאלער מענטש,  די ארונים האבען אריינגעלייגט אין שאנק די
סוגיא פון מתוך און זיך געזעצט לערנען די סוגיא פון שליח עושה שליח און
אויפגעקומען מיט א לומדות אז הגה"צ מטשאטה איז שוין אויך א שליח פון דעם
רשע הטעראר פון צאנז קאורט...

נו איז דאך אלעס גוט, אז אפילו דער טשאטהער רב, וועלכער איז יארן געווען
פון די הויפט שונאים, איז שוין אויך א שליח פונעם ראבינער, וועט מען שוין
נישט דארפען פייניגען די נייע פארפעלקער, און די אלע רדיפות וועלען
באפאלען נאר די ערשטע 2 פארפעלקער והכל על מקומו יבא בשלום, די סאדיסטען
פון צאנז קאורט וועלען האבען גענוג אידיש בלוט זיך צו באלעקען די פינגערס
פאר די קומענדיגע עטליכע חדשים.

אבער דא זענען אנגעקומען די "אלטע שונאים" די קינדער פון קאשויער רב זצ"ל
און "אריינגעווארפען א פלאקען"....
הרה"ג ר' משה מנחם בלום, א זון פון קאשויער רב זצ"ל האט געדארפט חתונה
מאכען אן אייניקעל אין די בני יואל זאל.  די ארונים האבען פארשטאנען אז
כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א וועט זיין מסדר קידושין, איז געגאנגען דער גבאי
פישער און אנגערופען צו קאשויער רבינ'ס שטוב (שטעלט זיך די פראגע, היתכן
מען שטעלט זיך צוזאם מיט די אלטע שונאים פון דעם ברך משה?! תיקו) און
מודיע געווען אז הוד כבוד קדושת רשכבה"ג מצאנז קאורט, האט מרצונו הטוב
אומגעבעטען מסכים געווען און געגעבען רשות פאר דעם קאשויער רבין צו זיין
מסדר קידושין.
קאשויער רב איז פארשטייט זיך מיטאמאל צוגעקומען צום טעלעפאן, אבער גבאי
פישער האט זיך נישט באליידיגט און איבערגעגעבען פאר די רעביצין, אז דער
קאשויער רב קען רואיג זיין מסדר קידושין און  מען וועט נישט פייניגען דעם
נייעם פארפאלק.
דער קאשויער רב איז אבער נישט קיין חדר אינגעל, און וואס ר' אהרן'ס חשבון
איז האט ער אויך פארשטאנען, האט ער איבערגעגעבען פאר ר' משה מנחם אז ער
קומט נישט זיין מסדר קידושין, אויב אזוי איז געבליבען אז דער חשובער
זיידע ר' משה מנחם וועט זיין מסדר קידושין.
דעם לעצטען טאג האבען די ארונים שוין דערשפירט אז קאשויער רבי איז נישט
מסדר קידושין, האט זיך דער ניגון געטוישט אז ר' אהרן האט מכבד געווען ר'
משה מנחם מיט סידור קידושין, אויף דעם ארויף האט הרה"ג ר' משה מנחם
גערופען הגה"צ משארמאש שליט"א צו זיין מסדר קידושין, און געהייסען
אויסרופען ביי די חופה, אז אן רשות פון ר' אהרן איז ער מכבד דעם שארמאשער
רב מיט סידור קידושין...
דא איז שוין דער גאנצער רשות מבצע אינגאנצען צופאלען און עס איז שוין
קלאר געווארען פאר גבאי פישער, אז די מלחמה וועט זיך מוזען פארברייטערען,
און וועט מוזען אריינעמען די פרישע פארפעלקער אויך.
דער ערשטער שריט איז געווען צו ענדיגען לערנען די סוגיא פון שליח עושה
שליח און פאראורטייילען די פאלקאוויטש\שווארץ פארפאלק ל"חרפות ולדראון
עולם" ווי א אומפארהייראטע פארפאלק.

יעצט בלייבט איבער צו זען ווי אזוי די מערכה פון די רדיפות אויף די אינגע
פארפעלקער וועט זיך פארמעסטען מיטען פאקט אז די משפחות "פסולות" פארמערען
זיך.
אויך איז אינטערעסאנט צו זען צו דער דומ"ץ דמתא וועט טרעפען א וועג
אראפצוקריכען פון בוים, און סוף כל סוף נאך גרויס אנשטרענגונג טרעפען א
היתר אז מען דארף נישט טרינקען דאס בלוט פון די אלע פארפעלקער וואס די
בלוט ליגט אויף זיינע הענט.

איך וואלט געוואלט פרעגען דעם דומ"ץ דמתא, האט איר זיך אנגעשטרענגט פאר
איין מינוט און אנגערופען די רבנים המתירים לשמוע מה בפיהם? אפשר קענען
זיי אייך גרינגער מאכען און געבען מראי מקומות נאכצוקוקען צו טרעפען א
היתר? איר זענט דאך נישט אזוי פרעמד צו זיי, מיר רעדען פון הגה"צ הראב"ד
שליט"א ביי וועם איר זענט געווען דעם פארגאנגענעם ווינטער, וואס האט אייך
געגעבען שימוש און איז אייער רבי.

הגה"צ ר' י"י פילאפ, הגה"צ רש"ל וו"ב און הגה"צ מאנטרעאלער דיין דאס
זענען דאך געווען אייערע נאנטע  גוטע פריינט, איידער איר האט פאר אייער
פרנסה זיך אפגעטיילט פון אלע אנדערע סאטמערע דיינים און געווארען א מרכבה
פאר ר' אהרן טייטלבוים. אפילו הגה"צ משארמאש און הגה"צ מטשאטה, זענען
געווען  בידידות מיט אייך די אלע יארען, מען פלעגט דורך שמועסען ענינים
בהלכה. וואס איז אזוי שווער געווען אויפצוהייבען א טעלעפאן און פרעגען,
מיינע טייערע פריינט, איך נישטער און ש"ס ופוסקים, איך וויל טרעפען א
היתר און איך קען נישט, אפשר קענט איר מיר העלפען...
נאך מער, מיר אלע ווייסען דאך אז דער דומ"ץ דמתא איז אויסגעקאכט אין
פאליטיק און האלט מיט אלעס וואס טוט זיך, מיר געדענקען נאך ימים מקדם,
פאר 6 חדשים צוריק, ווען ער האט נאך געכאפט היטשעס און זיך אינטערעסירט
וואס עס הערט זיך ביי די אנדערע זייט, און זיך מחי' געווען ווען ער האט
געכאפט א היטש מיט א "מתנגד" און געקענט זאגען א גוטען ווערטעל אויף ר'
אהרן טייטלבוים, און געהאפט אז עס וועט אנקומען אין די "קרעטשמע" און מען
וועט זיך טרייסטען אז ר' געציל  איז נאך מיט אונז...
מיר ווייסען אז ר' געציל ווייסט פון דעם בריוו וואס דער ברך משה זצ"ל האט
געשריבען פאר 2 כשר'ע עדות און מתיר געווען סידור קידושין אין קרית יואל
פאר בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. האט ר' געציל אפשר גענומען די
מיה אנצורופען די עדות אדער די דיינים און מברר זיין, אפשר איז דער בריוו
אמת, און אפשר איז דער ברך משה זצ"ל געווען אין יענעם מאמענט בבריאות
השלימות, און אדער על כל פנים אפשר איז דאס גענוג צו נוצען אויף א היתר
בשעת הדחק און אזוי וועט מען נישט דארפען טרונקען אידיש בלוט פון די
אינגע קוים חתונה געהאטע פארפעלקער? ווי אזוי קענסטו זיך אויפשטעלען און
דערקלערען מיט גרויס צער אז מען קען בשום אופן נישט טרעפען א היתר, ווען
די האסט מיטאמאל געטון די מינדעסטע מברר צו זיין די מציאות הדברים? דער
ענטפער איז קלאר, די רשעי צאנז קאורט האבען ערקלערט פאר דעם "דומ"ץ דמתא"
אז דאס מאל וועט דער טעראר ווירקען און ער איז ליידער דורכגעפאלען און
געאסרט את המותר און מיט דעם זיך פארשמירט די הענט מיט אידיש בלוט און
דער פלעק וועט אים באגלייטען לאורך ימים.

ומכאן הקריאה יוצאת צום דומ"ץ דמתא, דיין הענט איז פארשמירט מיט אידיש
בלוט, דיין שמייכעל און ליצנות וועט דאס נישט אפווישען און מיר וועלען
דיר דאס נישט פארגעסען, די אלע שמייכלעך און ליצנות איז דאס מאל פארטיג,
דאס מאל האט איר איבערגצויגען דעם שטריקעל.  איר האט געהאט אן עת נסיון,
איר האט געדארפט מאכען אן אויסוואל, זענט איר גרייט צו זיין דער שליח און
מתיר זיין דאס בלוט פון אינגע אידישע פארפעלקער פאר א נזיד עדשים, און
איר זענט דורכגעפאלען, ואם הבעל לכו אחריו, איר האט זיך ארויסגעשטעלט ווי
א פולשטענדיגער מרכבה צו ר' אהרן וכל הרשעים עושי רצונו, נסיון הפרנסה
איז שווער און איר זענט ליידער דורכגעפאלען, מיר האפען אז איר וועט זיך
באזינען נאך איידער עס איז צו שפעט און תשובה טון אבער אויב ח"ו נישט
זאלט איר נישט חלומ'ן אז מיט עטליכע גועט לצל'ך וועט איר דאס פארווישען
ווי ביז היינט, ידיכם דמים מלאו און מיר וועלען דאס נישט פארגעסען.
בשעת די אלע קעלבער וועלען זיך באזינען און וועלען שוין יא קומען צו
משפחה שמחות, וועט איר נאך בלייבען אליינס לחרפה ולבזיון פארען פארגיסען
אידיש אומשולדיג בלוט.


המשך יבוא

תוקן על ידי המהדרין ב- 21/06/2010 17:42:40




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/6/2010 05:37 לינק ישיר 

א רבי האט אויסגערופן אין חדר זייער שטרענג, קינדער קיינער טאר נישט אליינס נעמן מילך נאר די רבי ווייל ס'קען זיך אויסגיסן, און ווער ס'וועט יא נעמן אליינס וועט שטרענג באשטראפט ווערן! 

איין טאג קומט אריין א צווייטער מלמד אין דעם קלאס און נישט מער און נישט ווייניגער ער נעמט זיך אליינס א גלעזל מילך! די קליינע קינדער נעמן זיך ליארמען מ'טאר נישט מ'טאר נישט די רבי האט אנגעווארנט ס'קען זיך אויסגיסן און זיי שרייען דו וועסט גוט באשטראפט ווערן!

אט אזוי זעט איר אויס מיט אייער חשוב'ער דיין בעל אגלי דבש!
 עיין בית יצחק יו"ד סימן ע"א אות ה', מהרש"ם סימן קס"ז, מנחת שי ח"ב סימן נ"א, דבר אליהו סימן ס"ב, זיי שרייבן דאס אלע קלאר איבערן חרם פונעם כנ"י אז ס'איז א דבר פשוט אז דער חרם איז געמאכט געווארן קעגן א אינו יודע בטוב גו"ק, אבער א רב מוסמך להוראה איז כולי עלמא מודי אז ער מעג מסדר קידושין זיין אפילו באתרא דמר, נישט אויף אים האט מען געמאכט דעם חרם,

דעס וואס ר' געציל שרייט אז ער האט נישט געטראפן קיין שום היתר איז ער זיך פלעין אליינס מבזה, און דעס וואס ער שרייט אז דער רבי האט געשריבן זיין שארפן בריוו אויף א מסדר א רב מוסמך להוראה יודע בטוב גו"ק איז ער מבזה דעם רבי'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 23:43 לינק ישיר 

שטרי, זייט מיר ביטע מצייר א היכי תמצא וואס בימינו זאל ווען יא גילטן דער פסק וואס דער רבי שרייבט אונעם בריוו פארן נאסיודער רב, לויט אייך זעה איך עפעס נישט ווי.

דאס מיינט איר רייסט אינגאנצן אויס דעם הוראה פון רבי'ן ז"ל, איר רייסט אויס דער שבות יעקב, איר רייסט אויס א חרם דר"ת,

לשיטתכם איז דער ענין אינגאנצן בטל, ווי נאר כלל ישראל איז אנגעקומען קיין ניו יארק, חוץ אויב איר קענט מיר מצייר זיין א היכי תמצא ווי זאל יא נוגע זיין דער הלכה.


תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 21/06/2010 23:47:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 23:26 לינק ישיר 

באדאפעסט, איך וועל איבערזאגן דיין תגובה בדרך קצרה,

די בריוו פונעם אגרות מהרי"ט רעדט נישט בלויז פון סידור קידושין אין א "שטאט" ער רעדט פון ביידע, סיי פון א "קהילה" סיי פון א "שטאט",

וזל"ק, שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר לרב או מו"ץ "בקהלתו" "או" "מדינה" "או" גליל"

איר קענט אידיש? דער רבי געט נישט מער פריאריטעט פארן "גליל" ווי פארן "קהילה"

אצינד, דער רבי האט געבויט זיין קהילה אין ווימ"ס, און זיין שטעטל אין קרית יואל, קען עימיצער מסביר זיין פארוואס דער רבי האט 31 יאר געלאזט זיין "קהילה" אין ווימ"ס אויף הפקר אין אזא הארבע ענין ווי סידור קידושין?! איז דער רבי נישט געווען אזא יר"ש ווי להבדיל דער היינטיגער קליפה אין קרית יואל???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 22:25 לינק ישיר 

איינס פון די אלטע אהרוינישע שיטות אין פירן א מלחמה איז דורכן ניצן כלומר'שטע הלכה'דיגע שאלות. זיי באשאפן א הלכה'דיגע פראבלעם אדער שאלה און מאכן דערפון א מצב. עס איז ביי קיינעם קיין ספק אז מרן הקדוש זי"ע האט געוואלט פאר זיין עולם דאס בעסטע און חשוב'סטע וואס איז נאר שייך. עס איז לעכערליך צו זאגן אז היינט 30 יאר נאכן פטירה איז דא מער מעגליכקייטן ווי עס זענען געווען פאר 30 יאר צוריק.

אין אריזאנע האט מען שוין געפלאנצט ווייץ פאר 30 יאר צוריק. שחיטה מונחת האט מען שוין געקענט האבן פאר 30 יאר צוריק, און א אייגענע שלאכט הויז פאר עופות אויך.

כדי מצליח צו זיין בדעת הקהל מאכן די אהרוינים פון יעדע טריט א 'הלכה'דיגע הידור'. דאס זעלבע טוען זיי אויך מיט די סידור קידושין.

עס איז שוין 60 יאר וואס כלל ישראל ווייסט נישט פון אזא זאך ווי "סידור קידושין ע"י המרא דאתרא" אין די גאנצע וועלט איז כמעט נישט דא א מקום ווי אזא זאך ווערט פראטעקצירט. און ב"ה מען הערט נישט קיין "ריזיגע מכשולות" וואס קומען ארויס פון דעם וואס ר' אהרן האט נישט קיין קאנטראל אויף סידור קידושין. עולם כמנהגו נוהג, מיר ווייסן טאקע נישט וואס עס טוט זיך אין די ווייטע שיקאגוי, לאס אנדשעלעס, באלטימאר וכדו', מיר קענען נישט דעם ציבור דארט, מיר קענען נישט די רבנים דארט, מיר ווייסן נישט אין וועלכע סיסטעם זיי האבן זייער סידור קידושין.

פארט איז זיכער אז ביי היימישע אידן חסידים ואנשי מעשה, פעלט בכלל נישט אויס קיין קאנטראל פון ר' אהרן אויף סידור קידושין. אמת אז אין די אלטע היים האבן זיך געקענט מאכן פראבלעמען, פארדעם טאקע האט זיך געפאדערט א תקנה פון איינצוימען סידור קידושין.

נעמט נישט מיינע ווערטער שלעכט, איך זאג ח"ו נישט אז די תורה טוישט זיך לויט די אומשטענדן, רח"ל מהאי דעתא, חז"ל האבן אונז געלערענט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת. דאס זיך האלטן צו מנהגי ישראל אף על פי וואס די זמנים טוישן זיך איז בשום אופן נישט קיין תירוץ אויף צו ניצן טעראר קעגן ערליכע אידן!

די אהרוינים ווייסן זייער גוט אז סאטמארע חסידים ארט גאנץ ווייניג ר' אהרן'ס רייץ פאר כבוד, זיי רעכענען זיך בכלל נישט מיט זיינע שאיפות און רצונות. בפרט ווען די מדובר איז בני יואל, בני יואל האט גענוג מכות געכאפט פון ר' אהרן און זיינע חסידים ביז זיי האבן זיך אויפגעוועקט און געווארפן ר' אהרן אויפן דראנק. די אהרוינים מיט ר' אהרן בראש ווייסן זייער גוט אז בני יואל וועלן טון דאס וואס זיי הלאטן פאר ריכטיג אפגעזען וואס ר' אהרן מיט זיינע פעי ראל דיינים שרייבן פאר.

די אהרוינישע מערכה איז בכלל נישט געצילט צו בני יואל, די אהרוינים אליינס ווייסן אז בני יואל וועט זיך אנפייפן און טון וואס ס'איז ריכטיג. די אהרוינישע מערכה איז אויף די אייגענע... צו שטיפן דעם אייגענעם וואגן און בארוהיגן די אייגענע קעלבער, זיך אנפיטערן מיט כוחי ועוצם ידי און שפירן זעלבסט בא'גדול'ט.

עס זאל קיינער נישט פראבירן איינצורעדן אז פאר א בני יואל'ער מחותן טוט שטארק וויי ווען זיין שווער\שוואגער רופט אים אן בעטן ער זאל נישט חתונה מאכן אינם נייעם בני יואל'ער זאל. וואראום דאס איז א נארמאלער ערשיינונג אין יעדע משפחה אפילו ווי עס איז נישט פארהאן קיין פאליטיק. איך קען משפחות ווי ביידע מחותנים וואוינען אין מאנסי און די חתונה איז געווען אין וו"ב ווייל די זיידעס וואוינען אין וו"ב וכדו'. אויך ווען דער שוואגער\פעטער\קאזין סטראשעט אז ער וועט זיך נישט משתתף זיין, צוקראצט זיך דער מחותן גאנץ ווייניג. יודע צדיק נפש בהמתו, די אהרוינישע "קאזין'ס" וואס סטראשען היינט זענען אקוראט די זעלבע וואס האבן זיך סיי ווי נישט משתתף געווען ביי די שמחות צווישן די יארן תשל"ט און תשנ"ט. און דאס איז חוץ דעם געפיל וואס יעדער נארמאלער מענטש וואס באקומט אזא סטראשע שפירט, די ערשטע מחשבה איז "מוחל טובות" אויב ר' אהרן'ס כבוד איז דיר וויכטיגער ווי אייגענע משפחה...

די אהרוינים פראבירן צו מאכן פון דעם גאנצן פאליטישען שפיל א פאלנער "הלכה שאלה" און די מהלך פון "ראטעווען" די וואס ווערן "נעבעך" נכשל איז דורכדעם וואס דער "קאזין" וועט ווארענען אז ער גייט נישט קומען...

די ליצנות שרייט ביזן הימל ווען דער רופער וואס סטראשעט איז בכלל נישט דער אזוי גערופענער "קאזין" דער רופער איז א פאלנער מתיבתא בחור וואס רופט פונם פאבליק טעל אין ישיבה... דאס איז נאר דער ערשטער חלק פון די ליצנות. דער צווייטער חלק איז שוין גארנישט קיין ליצנות, עס רייסט ביים הארץ ווען די זעלבע מתיבתא בחורים רופן "די כלה" ביי די ארבעט און סטראשען איר פערזענליך רח"ל.

דרייט נישט אין קאפ מיט "הלכה" ווען איר אליינס ווייסט אז עס איז נישט מער ווי "כוחי ועוצם ידי", דרייט נישט א קאפ מיטן "שוואגער" וואס רופט ווען די רופער זענען 18 יעריגע מתיבתא בחורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 22:17 לינק ישיר 

איך הער וואס איר זאגט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 21:43 לינק ישיר 

ראדני קינג די האסט געפרעגט 2 קושיות און לאמיר דיר זיין מוחל און ענטפערן א תירוץ,

אויף די קושיא וואס די פרעגסט אויב די טאטע/שווער מעג מאכן א פאון קאל הונדערט פראצענט אז יא, און געווענליך ווען עס איז אנגעהאנגען אז די טאטע/שווער איז א אהרוני וועט טאקע דער זון/איידים נישט דארט חתונה מאכן (אזוי לאנג ווי עס איז דא די מערכה אז מען גייט נישט צו דער חתונה) און זיי מעגן אפילו בעטן מער ווי איינמאל ווייל סוכ"ס איז עס זייער בלוט און פלייש, און דער מחותן דער קען אליינס אפמאכן וואס ער וויל, אבער ווי אויבן דערמאנט וועט קיינער אזא נישט חתונה מאכן ביזדערווייל און עטרת מאיר צבי,

און ווייטער א שוואגער/ברודער, ווענד זיך ווי נאנט מען האלט זיך און דאס איז ביי יעדן איינעם אנדערשט, למשל אויב איך וואלט ווען געווען א מחותן און מיין ברודער וואלט ווען געווען א אהרוני און מיר משוגע געמאכט וואלט עס מיר גרנץ קנאפ אנגעגאנגען, נישט ווייל איך בין נישט נאנט מיט מייין ברודער, אדער אז איך דארף נישט מיין ברודער ביי די חתונה, נאר איין זאך טייל מיר נישט איין ווי איך זאל חתונה מאכן, און אויב די ווילסט נישט קומען קום נישט, און די קענסט מיר רופן וויפיל מאל די ווילסט, משא"כ אבער איז דא אנדערע וואס ווען זייער ברודער רופט זיי מער ווי איינמאל ווערן זיי פערעזענליך אטאקירט, און די זעלביגע איז לגבי די פרויען ווען די שוועסטער/שוועגערין מושט א קאשע,

סוי א ברודער/שוואגער/שוועסטער/שוועגערין קען איינמאל רופן און זאגן אז איך קען נישט קומען ווייל מיין דיין לאזט נישט, און נאכדעם זאל ער ווארטן אויפן חתונה בריוול און קוקן וואס די עלטערן פון די וואס מאכן חתונה זייער קינד האבן אפגעמאכט, און פארטיג,

ווען עס וואלט ווען געווען נאר אזוי וואלט זייער גוט געווען, אבער גייט פרעגט נאר די אלע וואס האבן שויןם דארט חתונה געמאכט און זיי האבן געהאט ארומיגע חסידי מהר"א וואסארא לחץ זיי האבן געהאט פון זייער נאנטע ארומיגע, און דאס איז א פארברעך ווייל איינמאל מעגסטו מודיע זיין, און נאכדעם לאז עס אויף זיי, זיי זענען שוין עדאלטס און זיי קענען אליינס אפמאכן, ווער ביסטו אריינצורעדן און יענעמ'ס ענינים, ווען די לייגסט ווען אראפ א טשעק פון 10,000$ מילא אבער סתם אזוי איינטיילן האט נישט קיין שום זין, און ס'איז רשעות,

און דאס וואס די פרעגסט אויב איינטיילן ווער די מסד"ק זאל זיין צו ס'איז יא נארמאל, לאמיר דיר ענטפערן, די פלאן איז נישט געווען אזוי צו מאכן, נאר די פפרעכהייט און רשעות פון אנשי מהר"א האט צוגעברענגט אז מען מוז אזוי ארבייטן,

וועסטו פרעגן וואס איז פארגעגאנגען, לאמיר דיר ענטפערן זיי זעהענדיג אז סוכ"ס וועט מען דארט געהעריג חתונה מאכן און מען וועט זיך פון זיי אויסלאכן, און נאכדעם וואס ס'וועט שוין זיין א געוויסע אמאונט פון פארלעך וואס האבן דארט חתונה געהאט וועלן זיי זיך אויסלאכן פון אלע טעראר, אזוי ווי מאסרי האט אנגעהויבן אז ס'איז א ציבור איז שוין אנדערשט, האבן זיי אפגעמאכט אויהערן מיט די גאנצע מערכה, אבער מען קען נישט אויפגעבן אן א נצחון, האבן זיי געטראכט א נייע טאקטיק, מען וועט פאר יעדעם איינעם געבן רשות אחוץ פאר די 3, און די וואס וועלן דארט חתונה מאכן פון היינט און ווייטער וועלן קענען באשטיין אז עס זאל זיין רואיג וועלן זיי נעמען א פערטן מסד"ק און אהרן וועט יענעם געבן רשות, אבער סוכ"ס אויב מען ענדיגט אזוי איז מען דאך א לוזער, האבן זיי זיך גענומען איבער די ביינער פון די פריעדיגע פארלעך וואס האבן דארטן חתונה געהאט און זיי געצאפט די בלוט אזוי אז זיי זאלן אפילו נאר זאגן אז זיי האבן איבערגעמאכט די קידושין און אזוי וועלן זיי שוין האבן א נצחון אויכעט, אז מען האט איבערגעמאכט די קידושין, און דעריבער האבן זיך צוזאמגענומען די הנהלה פון בנ"י צוזאמען מיט די רבנים און געזעהן אלץ מקיים זיין די לא תעמוד על דם רעיך צו איינפירן אזא תקנה אז די קומענדיגע חתונות זאל מען נישט קענען פארקויפן אז זיי האבן רשות אזוי וועל זיי נישט בלייבן די איינציגסטע אויפן מארק וואס מען רודפט, און די פארלעך וועלן זיך פארמערן און די טעראר וועט ווערן א דזשאוק, און דערנאך ווען עס וועט שוין זיין אלעס צוריק נארמאל, וועט יעדער איינער קענען קומען מסד"ק זיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 21:22 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן ווי די חלה דעקלעך רעדן זיך נעבעך איין אז 'נייטראלע' מענטשן זען א פראבלעם פארן וואוילזיין פונם נייעם פאר פאלק אויב ר' אהרן איז נישט מסכים צו די חתונה...

אויב ביים שידוך האבן די מחותנים נישט געפרעגט ביים פארשטינקענעם בעל גאווה זיין דעה וועלן זיי ביים חופה זעלבסט אויך נישט פרעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 21:16 לינק ישיר 

קיינער רעדט נישט פון משפחות ציקריגן, מ'רעט ווי למשל א טאטע/שווער צו שוואגער צו ברודער, זאל מאכן איין טעלעפאן קאל צו זיין זוהן/איידעם/שוואגער/ברודער, דער מחותן אין זאגן בזה הלשון: "מיין טייער קרוב, איך האב דיך ליב באהבה עזה, און איך פלאן זיך קיינמאל צו ציקריגן מיט דיר, איך האלט נאר אז איר טוט א נארישקייט מיטן זיך אריינלאזן און אזעלעכע האקעלע ענינים, איך האלט איר זאלט זיך איבערעכענען און לייגן און א זייט זייטיגע געפילן און פניות און בלויז טראכטן פון די וואוילזיין פון די נייער פארפאלק, און איך בעט דיר אלס טאטע (אויב למשל ס'א טאטע) זאלסט מיר טאן דעם איינעס כיבוד אב און חלילה נישט טאן דעם שריט"

וואלט איר געזאגט אז דאס הייסט טעראר? טאר שוין א טאטע מער נישט בעטן עפעס פון א זוהן?

און אנדערע ווערטער, דו האלסט אז חסידי ר' אהרן טארן "גארנישט" טאן צו מונע זיין די סידור קידושין בעתיד? ממש גארנישט?

פראטעסטירן מעגן זיי יא? אזוי ווי למשל די מתנגדי העירוב אדער מתנגדי הסקול דיסטריקט טוען רעגלמעסיג, אדער דאס טארן זיי אויך נישט ווייל סהאנדלט זיך פון א אומשולדיגע אינגע פארפאלק?

אגב, דאס האלטסטו איז יא נארמאל צו איינטיילן אויף פארקערט, נאר צי נעמען איינעם וואס איז דוקא שלא ברשות, וואס גייט דיך אן אז איינער איז מסדר קידושין ברשות ר' אהרן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 20:31 לינק ישיר 

דאס וואס די שרייבסט אז די משפחה זאל לייגן לחץ בדרכי נועם, אפשר ביסטו מסביר וויאזוי לחץ קומט זיך צונאזאם מיט דרכי נועם, ווילסט נישט קומען צו דער חתונה זאג עם שיין אז די קענסט נישט קומען און פארטיג, און לאז עם אליינס דעסיידען וואס ער זאל טוהן, איך מיין ווי נישט ווי איז ער שוין מינומום קרוב צו די 40 ער מאכט שוין חתונה קינדער, ער קען אליינס מאכן א דעסיזשאן, זאל ער אליינס דעסיידען וואס עס לוינט עם,

און ווייטער די אהרוני פעטער וואס איז נישט געקומען צו די חתונה זאל נישט ערווארטן פון זיינע נעפיוס וואס זענען נישט קיין אהרונים זאלן זיך אנשטרענגן און קומען ווען ער וועט חתונה מאכן, (דאס מיינט אויב ער מאכט חתונה ערגעץ אנדערשט ווי זיינע נעפיוס וואינען למשל זיי ואינען און מאנרוי, און ער מאכט חתונה און וויליאמסבורג)

און אויב ווערט וועגען דעם די משפחה צוריסן זאל ער נישט האבן קיין טענה אויף דער וואס האט דארט חתונה געמאכט און וועגן דעם האט ער נישט געקענט קומען, ווייל ווען ער מאכט חתונה זיין קינד האט ער רעכט צו חתונה מאכן ווי ער וויל און ער דארף יך מיט דיין פארטיי נישט רעכענען, (אפילו די האלטסט נישט אז ס'איז פארטיי אבער ער האט רעכט אזוי צו האלטן,) די בעסטע איז ער זאל מסביר זיין אז ער קען נישט קומען, און שוין ער זאל נישט בעטן אז ער זאל נעמען רשות, אדער אוועקטראגן די חתונה, נאר מאכן א שתיקה און פארטיג, און דיין ארומיגע וועלן דיר נאך רעספעקטירן אז די האסט זיי נישט צושטערט זייער וואכן פאר די חתונה,

און וואס די שרייבסט אז מען זאל פרעגן רשות פון ר' אהרן'ס גבאי,  וויאזוי די גאס שמועסט וועלן די קומענדיגע חתונות און עטרת מאיר צבי סייווי זיין נאר די 3 מסד"ק שלא ברשות זיין, מילא איז רשות נישט קיין סעלושאן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 20:10 לינק ישיר 

קודם כל גערעכטער1 איך הייב אויף דער היט פאר דיר, ווי איך זעה פון דיינע ווערטער ביסטו אויך אקעגין אטאקירן מענטשן פריוואט ווי די שרייבסט אז קיינער טשעפעט נישט די פארפעלקער, איז משמע אז די האלטסט אויך אז מען טאר נישט טשעפענען, אבער לעומת זה וויל איך דיר זאגן אז מען טשעפעט יא, און נישט מען טשעפעט נאר מען פייניגט, איך קען זעה אביסל בעסער ווי דיר, און אויב די ווילסט קענסטו אויך זיי פרעגן וויפיל רדיפות זיי שטייען אויס סיי זיי און סיי זייערע ארומיגע, סוי קום מיר נישט פארקויפן אז מען טשעפעט נישט, און דאס איז די עיקר פון וואס מיר רעדן דא,

און דאס וואס די ווילסט שרייען, שריי הא קעירס יעדער לאזט די שרייען, איך שריי, עירוב, מוסקאווי קאטשקעס, פאבליק סקול, און די קענסט שרייען סידור קידושין, בג"ץ, קענסט מאכן אסיפות, אויפשטעלן גאנצעטע וועד'ס איבער די נושא, און הענגין צעטלעך, אבער פריוואטע נעמען דאס איז שוין יא א שטיקל עולה, ווען די באשמיצט א פאבליק פיגור וואלסט ארויסגעהאנגן א צעטיל אקעגין ר' יואליש, ר' מאיר יודל רז"ל החרשתי, און איך וואלט די פארשטאנען, מיר שרייען אויך אויף ר' אהרן און ביי די פלייש אויף ר' געציל, אבער פריוואטע מענטשן איז שוין נישט גערעכט, האסט שוין געזעהן ביי די עירוב מען זאל אטקאירן א מענטש פריוואט, אדער הענגן א צעטיל אנטקעגן א מענטש פריוואט,

אבער די צעטליך וואלט איך אויך פארשוויגן ווילאנג ס'הענגט נר ביי ענקער שולן, אבער נאכאמאל די פאשקעווילן געווארפעריי, די פאוניקאלס פון ענקערע ישיבות, און די אטאקירן פרייואט די קאפעלס דורך די סטודענטן און פון ענקערע חשובע אידענע'ס און קר"י ל,פ, און איר שוועסטער, און זיי גייסטיש אונטערברעכן דאס איז שוין א געפערליכע פארברעך וואס פון דיינע ווערטער גערעכטער1 זעהט אויס אז די ביסט מסכים צו מיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 19:50 לינק ישיר 

ווייסטאלעס כתב:
איך מעג האלטן אז ר' אהרן איז א שייגץ, און ר' אהרן מעג האלטן אז קאשוי רב איז א שייגעץ, דאס גייט קיינעם נישט אן, אבער צו גיין רעדן ברבים, אדער אטאקירן איז שוין נישט קיין רעכט, ווי למשל בני יואל ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט האבן זיי קיינעם נישט געשעדיגט, נישט צובראכן גארנישט, נאר געוואלט גיין זייער וועג וואס זיי האבן געהאלטן, און פארטיג, די זעלביגע וואלט ווען געדארפט זיין דא שעדיגט נישט קיינעם טשעפעט נישט קיינעם, איר ווילט נישט גיין צו די חתונה גייט נישט, ווילסט מאכן א גענעראל פארזאמלונג קענסט מאכן יעדן זונטעאג, אבער לאז יענעם לעבן,


וואס טוט זיך, בנוגע טון השתדלות צו מונע זיין בעתיד די סארט קידושין, און איך רעד דייקא נישט דורך טעראר, אדער מוציא לעז זיין,

למשל, אויב עס מאכט זיך א משפחה וואס לאמיר זאגן א זיידע און פילע אנדערע בני משפחה זענען שטארקע חסידי ר' אהרן, וכדומה, און זיי לייגן לחץ צו משפיע זיין זייער בני משפחה, בדרכי נועם פארשטייט זיך, צו אדער אוועק פירן די חתונה אדער מכבד זיין ר' אהרן, איז דאס דען אן עוולה?

און אויב למשל זיי זענען מצליח, ווי עס האט זיך שוין געמאכט און איינצעלנע פעלער, האבן זיי געטאן א עוולה?

און אויב זיי זעהן אז דער אופן האט א שטיקעלע הצלחה, באופן ווי ס'זענען דא און די משפחה נונטע קרובים חסידי ר' אהרן וואס קענען משפיע זיין אויף די מחותנים, פארוואס זאלן זיי נישט ווייטער עס טאן?

איך מיין אז אויב איר זענען מסכים צו דעם, מיין איך קען מען אנקומען צו א שטיקל השתוות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 19:35 לינק ישיר 

ראדני קינג דו גייסט נישט געווינען מיט די שערי חמלה דראפ אאוטס,  זיי מעגן אלעס, זיי מעגן שלאגן פרויען וואס טראגן, זיי מעגן שרייען אז די פלייש איז נבילה, זיי מען שרייען אז שערי חמלה איז עבודה זרה, זיי מעגן פראטעסטירן יעדן שבעה עשר בתמוז, זיי מעגן אלעס טון אבער אונז טאר מיר נישט זאגן אז זייער קידושין איז פסול, קיינער טשעפעט נישט מיט די פארפעלקער, קיינער טיט זיי נישט גארנישט, זיי שטעכט נאר די מודעות אין בלאט און אין בית המדרש, זיי שטעכט אז זיי ווערן פגומים, אויף מיר מעגן זיי שרייען אז איך עס נבילה וטריפה, און איך באנוץ מיך מיט די שערי חמלה עבודה זרה, אבער זיי טאר מען גארנישט זאגן, ס'וועט זיי גארנישט העלפן, דאס מערסטע וואס זיי קענען טין איז אויסמעקן אפאר תגובות, אבער א פגום בלייבט א פגום,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2010 19:23 לינק ישיר 

איך מעג האלטן אז ר' אהרן איז א שייגץ, און ר' אהרן מעג האלטן אז קאשוי רב איז א שייגעץ, דאס גייט קיינעם נישט אן, אבער צו גיין רעדן ברבים, אדער אטאקירן איז שוין נישט קיין רעכט, ווי למשל בני יואל ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט האבן זיי קיינעם נישט געשעדיגט, נישט צובראכן גארנישט, נאר געוואלט גיין זייער וועג וואס זיי האבן געהאלטן, און פארטיג, די זעלביגע וואלט ווען געדארפט זיין דא שעדיגט נישט קיינעם טשעפעט נישט קיינעם, איר ווילט נישט גיין צו די חתונה גייט נישט, ווילסט מאכן א גענעראל פארזאמלונג קענסט מאכן יעדן זונטעאג, אבער לאז יענעם לעבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 18:58 לינק ישיר 

ווייסט, און מאסרי,

אויב אייער גאנצער פוינט איז נישט די עצם התנגדות און קאמפיין קעגן די קידושין, מצד חסידי ר' אהרן, נאר די פיזישע אנגריפן, און מוציא לעז אויף די קידושין פון די זוגות, בין איך אינגאנצען מיט ענק, איר זענט טויזנט פראצענט גערעכט, ס'א אומדערהערטער געמיינער שריט צו מוציא לעז זיין אויף אזעלעכע האקעלע ענינים, קיינער האט נישט דו פלייצעס עס צו טאן, און פארשטענדליך צו אנגריפן פערזענליך אידישע קינדער איז קיינמאל אקצעפטירבאר.

(אגב: איך וויל קלאר מאכן אז די קאשויער רב סטעיטמענט וואס איך האב געשריבן, האט איר מיך לגמרי נישט גוט פארשטאנען, איך האב טאקע געוואלט ארויסברענגען די פארקערטע פוינט, אז פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ס'האט נישט קיין פשט צו זאגן אז איך האב א רעכט צו מיין מיינונג אז עפרא לפומי' וויזוי פארשטייט איר אז איר האט א רעכט צו א מיינונג וואס בשלילות מיינט דאס אז ר' אהרן פערזענליך איז א שייגץ. ווייל נאר דאס געבט ענקער דער היתר.)


תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 21/06/2010 18:59:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2010 18:05 לינק ישיר 

צו דיר ראדני קינג לאמיר דיר פרובירן אביסל צו ענטפערן אויך די שאלות וואס די פרעגסט, אבער אזוי ווי די שרייבסט צום סוף אז די ווילסט פארשיין וועל איך דיר ענטפערן אויף זייער א רואיגן אופן

 דאס וואס די שרייבסט אז מיר האבן געטוהן מיט נייעם זאל, א דראסטישע שריט, איז נישט פונקט אזוי ווי די זאגסט, די דראסטישע שריט איז געווען ווען בני יואל האט זיך געפענעט, און תשנ"ט ווען מען האט אויפגענומען מהרז"ל פאר רב, און דערנאך איז ער געווארן רבי, אבער דאס עפענען די זאל איז בכלל נישט געוועןא דראסטישע שריט, דערנאך וואס די חסידי מהרז"ל האבן א מוסדות און קרית יואל מיט 2000 קינדער, און די בני יואל האט אויך מוסדות און קרית יואל מיט קרוב צו 1500 קינדער, וואאס ווען די רעכנעסט דאס צוזאם איז עס א שיינע פראצענט פון קרית יואל, און אויך האט קהל חסידי מהרז"ל א שיינע גרויסן ביהמ"ד וואס ווירבל מיט צענדליגע מנינים שחרית מנחה מעריב, און דאס זעלביגע האט בנ"י די ביהמ"ד חרדים, און אויך האבן די חסידי מהרז"ל און הנ"י אייגענע בוטשער, און אייגענע בתי חיים, און דאס אלעס איז א שורש פון די דראסטיששריטן וואס זענען געטוהן געווארן 10-20 יאר פריער, אבער איצטעט איז שוין גארנישט דראסטיש אלעס איז שוין נארמאל, מיר זענען א באזינדער קהלה, מיר קומען גארנישט גארנישט אן צו די קהלה פון חסידי מהר"א, איז שוין יעצט אויך געקומען די צייט אז מיר זאלן פארמאגן א אייגענע זאל, פונקט אזוי ווי מיר עסן נישט די היזיגע שחיטה, וואס איז אונטער די הכשר פון ר' געציל נאר מיר עסן א שחיטה וואס אונטערן הכשר פון אנדערן רב, און דאס זעלביגע מיט די מקוואות, איז אויך אונטער די הכשר פון אונזער דיינים, די זעלביגע די סידו"ק וועלן מיר אויך קענען האבן אייגנס, און נישט דארפן וואנדערן און אנדערע שטא צו חתונה מאכן א קינד,

 איי וועסטו פרעגן קוק וואס דא גייט פאר מען דרייט איבער א שטאט, אויף דעם וועל איך דר ענטפען יא די ארונים זיי ההאבן עס דענאכט דראסטיש, זיי וואלטן די זעלביגע געקענט אוהן מיט די שחיטה, און שרייען אז עס איז שחוטי חוץ, און א אויך זאגן אז מען קען נישט טרעפן קיין שום היתר, און דאס זעלביגע וואלט מען געקענט שרייען אויף די מקוואות, אא"וו, אבער וויבאלד זיי האבן נישט געשריגן איז עס נישט געווען דראסטיש, אבער דא ביי די סידו"ק פאר סאם ריזאן האבן זיי אפגעמאכט יא צו שרייען אויטאמאטיש איז עס געווארן דראסטיש,

 סוי מיר האבן נישט געמיינט גארנישט דראסטיש, מיר האבן סתם געוואלט זיך באקוועים מאכן שוין נישט דארפן טראגן די חתונות קיי מאנסי, וואס דאס איז א געפערליכע שלעפ, נאר חתונה מאכן און אונזער גלילות באקוועמערהייט און פארטיג,

 לאמיר גיין ווייטער דאס וואס די שרייבסט ווייטער (סארי איך ווייס נישט וויאזוי מען קאפיט דיינע ווערטער מילא וועל איך דיר ענטפערן אנדעם וואס איך וועל אראפברענגען דיינע ווערטער)

 ניין די סיבה פון די היתר איז ווייל עס איז א קהלה נפרדה א אפגעטיילטע קהלה, ווי שוין אויבן דערמאנט מיר אונזער אייגענע פאסיליטי'ס, און עס ווערט אראפגעברענגט פון די פוסקים (איך געדענק נישט פונקטליך וועס עס זאגט וואס,) אויב די קהלה איז געווארן אפגעטיילט דורך גרויסע און ערליכע יודן איז עס נישטקיין שום פראבלעים, און איצטעט הייס איך דיר נישט האלטן אז קאשוי רב, מאנטיווידעיא רב און שארמאשער רב אא"וו זענען ערליכע יודן, אבער איך בין יא בארעכטיגט אזוי צו האלטן, און ווייטער וועסטו וועלן זאגן אז זיי זענען יא ערליכע יודן אבער דאס וואס זיי האבן געהאלטן אויף ר' אהרן איז נישט ריכטיג, אזוי ווי קינג ראדני דערמאנט, פיין, די קום נישט צו דער חתונה, און אויך זאלסטו דארט בשו"א חתונה מאכן, אבער מיר לאז אפ שריי מיר נישט נאך טערארזיר אונז נישט, און נאכאמאל די קענסט האלטן ר' אהרן איז א צדיק, און די זאלסט טוהן וואס די האסט צו טוהן, אבער לאמיר אויך האלטן וואס איך וויל און לאמרי טוהן וואס איך האב צו טוהן,

 און וואס די שרייבסט וועגען קאשוי רב אז א אנהענגער פון ר' אהרן האט געזאגט אז ער וויבאלד קאשוי רב זאג אסוא מעג ער זאגן עפריה לפומיה, איז ווייטער נישט גערעכט ער קאשוי רב מעג זאגן אסור, און ר' אהרן מעג זאגן מותר, אבער צו שעלטן ברבים ווייל ער האט געזאגט אנדערשט איז שוין נישטא קיין רעכט,

 און וואס די פרעגסט וויאזוי מען דארף זיך אומגיין מיט די קידושין וואס לויט זיי טויג עס נישט, און עס איז פסול, וועל איך דיר ענטפערן, אוב לויט די איז עס פסול זאלסטו דארט נישט חתונה מאכן, און אויב האלט דיין דומ"ץ אז מעו טאר נישט גיין זאלסטו אוודאי נישט גיין,

אבער ווען עס איז דא אנדערע דיינים וואס האלטן אז מען מעג לכתחלה דארט חתונה מאכן, און דאס וואס די רבי שרייבט איז נישט ווען די קהלה איז שוין יארן אפגעטיילט מיט אלעם און אלעם, היינט און קרית יואל איז דא א יונגווארג וואס ווייט נישט וויאזוי ר' אהרן זעהט אויס, זאלן זיי יא דארט חתונה מאכן, און לאז זיי אליין טערארזיר זיי נישט,

די האסט צוטוהן וואס די האסט צו טוהן און ער האט צו טוהן וואס ער האט צו טוהן,

 

און דאס וואס די ברענגסט וועגען די עירוב, לאמיר דיר ענטפערן אזוי מיר האבן נישט קיי טענות אז די ארונים האבן געמאכט א גענעראל פארזאמלונג, זיי וואלטן ווען געמעגט ארויס גיין און גאנצן שטעטיל און שרייען וואס זיי ווילן,

נאר אונזער טענה איז פארוואס טערארזירן מענטשן פריוואט, לאמיר גיין צום עירוב, איך וועל נישט זאגן אז קיינער האט נישט געמאכט קיין פאוני קאללס צו ר' פישל הערשקאוויטש,( און ווער עס האט געמאכט האט קלאר געטוהן א געפעליכע פארברעך, )אדער האט זיין נאמען און טעלעפאון נומער געהאנגן און ישיבה און שרייבן אז יעדער איינער זאל מאכן פאוני קאלס, און די זעלביגע איז מיט הגה"צ די קארלסבורגער רב, יא און מאנרוי ישיבה האט געהאנגן צעטליך און ביהמ"ד און ביי די טעלעפאונען די נעמען פון ווי צו מאכן פאוני קאללס, און עד היום הערט מען נישט אויף צו טערארזירן,

און ווייטער ביי די עירוב האט מען איינעם פערעזענליך אטאקירט, און טאקע אויב ס'האט יא פאסירט,אז בחורים זענען ארויס פון די כלים, איז עס דערנאך שטארק פארדאמט געווארן, משא"כ דא ביי די סידור קידושין ווי מען אטאקירט טאג און נאכט מענטשן פריוואט, און דאס איז זייער קונץ אז עס זאל זיין ווי ווייניגער אז מען זאל זיך אויף די מיעוט קענען מער פארלייגן, און מער פייניגן, און פארדעם פרובירן זיי צו טיילן רשות פאר זיי ווער אימער,

סוי די נפק"מ איז ביי די עירוב גייט מען ארום און מען שרייט אויס אונזער ווייטאג, מען אטאקירט נישט קיינעם מען פייניגט נישט קיינעם, מען גייט נאר ארום און מען שרייט שבת, יא די האלטסט אז די מעגסט טראגן, און איך האלט אז איך מעג שרייען, משא"כ ביי סידו"ק פייניגט מען און מען אטאקירט יענעם טאג און נאכט, די ויילסט זיצן און ביהמ"ד און מאכן א גענעראל פארזאמלונג, הא קעירס. אבער אטאקירן יענעם פריוואט דאס איז שוין א עולה,
און איך וויל נאר צולייגן אז ביי עירוב ווען מען שרייט און גאס איז נישט אז די אטאקירסט יענעם פריוואט, נאר ווען די זעהסט יענעם טראגן שרייסטו אויס וואס די האלטסט, משא"כ און דער וואכן ווען די זעהסט עם וועסטו עם גארנישט זאגן אדער אטאקירן, משא"כ און קרית יואל ווען די שרייסט איהם נאך און גאס הייסט שוין אז די האסט עם אטאקירט, סאיז פונקט ווען די שרייסט נאך די יונגערמאן וואס טראגט מיט די עירות סתם אזוי אינמיטן וואך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די רשעות פון די סידור קידושין סומעטוכע און די היפאקריטי פון ר' געציל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext