בית פורומים אידישע געדאנק

שו"ת אגלי דבש - אוצר תשובות למגידי שיעורים בישיבה קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2010 23:06 לינק ישיר 
שו"ת אגלי דבש - אוצר תשובות למגידי שיעורים בישיבה קרית יואל

 ביז איך האב נישט געהאלטן דעם רייכן באנד שו"ת אגלי דבש אין די האנט האב איך אלץ געמיינט און אזוי האב איך פארשטאנען ליינענדיג די בלאט ווי זיי לייגן אראפ דעם גאון הדור בעל אגלי דבש אז דא רעדט מען טאקע פון א אנגענומענע פוסק הדור, און דער ספר אגלי דבש זענען "שאלות ותשובות" ווי די פוסקי דורינו פרעגן אן חוות דעתו הבהירה פונעם "בעל אגלי דבש" 

היינט בין איך געווארן זייער סורפרייזט,
 

אנגעהויבן א גרויס חלק פונעם "תשובה ספר" באשטייט פון "שעורים" אין קרית יואלע ישיבה גדולה, און דערויף האט ער אויך א תשובה צו יעדע מגיד שיעור עקסטערע,

א תשובה צו מאיר אליעזר פריעדמאן, אברהם וואלף פרידמאן, מרדכי דוד קאהן, ר' שלמה זאבעל, ר' זעליג שפילמאן ז"ל, ר' ברוך לעווי, ר' שמחה שלום שטיינבערגער,

דערנאך א חלק פון די "תשובה" ספר באשטייט פון "שעורים" אין קרית יואלע כולל, און דערנאך א תשובה צו די כולל יונגעלייט עקסטערע,

א תשובה צו ר' יואל קאהן, ר' שלום יוסף קליין, ר' שלום משה ליפשיץ, ר' שלמה שווארטץ, ר' שבתי קאהן, ר' אברהם מאיר עקשטיין, ר' יואל גליק

דערנאך שיינע תשובות צו די תושבים אין קרית יואל,

צו ר' שלמה בצלאל וויינבערגער איבער א ליינונג אינטערן טלית, צו בערל פריעדמאן איבער צוריסענע ציצית אין די זייט ביי די צוויי לעכער (די ערשטע תשובה אינעם שו"ת אגלי דבש) א תשובה צו ר' שאול לייב זאלדאן, שמואל שלמה טעלער, און צו ר' עקיבאלע גאנץ איבער קוקערוץ,

דערנאך האט ער געשיקט הגהות והערות צו בעלי מחברים אויף זייערע ספרים און עס אריינגעלייגט אינעם שו"ת וקרא שמו בישראל "תשובה"

 צו ר' נח אייזיק אלבוהם, אודווארי רב, ר' אברהם חיים שפיטצער (כ'גלייב אויב אודווארי רב האט אים געענפערט אויף זיינע הגהות וואלט ער דאס אוודאי אריינגעלייגט)

דערנאך צו אנדערע פוסקי דורינו,

 צו ר' מרדכי בעק, ר' מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, ר' יודא אליעזר אונגאר (האט א ביהמ"ד אין מאנסי)

דערנאך האט ער אסאך "תשובות" איבער "שמועסן" ביי צוזאמטרעפן, ווי ער איז ממשיך דעם שמועס דורך נאכשיקן א "תשובה"


 א לאנגע "תשובה" צו ר' יודל ראזענבערג ע"ה א המשך איבער א שמועס אין מחנה רב טוב, א לאנגע תשובה צו הרב ר' בנציון שטראססער א המשך איבער א שמועס אין מצה בעקעריי, א תשובה צו הרב ביק אב"ד מעזוביזש א המשך איבער א שמועס ביי די יארצייט סעודה, א תשובה צום באבוב'ער דיין אנטווערפן איבער א שיחה (שטייט נישט ווען), א תשובה צו הר"ר ישראל דוד הארפענעס דאס איז שוין בנוגע זיין הלכה וואס ר' געציל האט "געהערט" פון "ר' יודא לייב פלאהר", א תשובה צו ר' משה ניישלאס פון סקווירא א המשך איבער א שמועס אין פאפא שטעטל איבער די סוגיא פון גרעיפ זשוס אייסעס,

דעס אלעס זענען תשובות אויף שמועסן ביי צוזאמטרעפן קיין איינע פון דע "תשובות" זענען נישט אויף א שאלה וואס זיי האבן אים אנגעפרעגט,

איצט זענען די תשובות אויף וואס ער שרייבט יא "בדבר השאלה"

3 תשובות אינעם גאנצן ספר "שו"ת אגלי דבש" וואס זענען "תשובות" אויף "שאלות"

1 תשובה בדבר השאלה איז צו ר' יעקב צבי ריבא (?)
צווייטע תשובה בדבר השאלה איז צו זיין מחותן הרב אשר מרגליות (אב"ד ווינא)
דריטע תשובה בדבר השאלה איז נאכאמאל צו ר' יעקב צבי ריבא
 
דערנאך א "תשובה" צו ר' ישראל'טשע האגער, איבער א "פראבלעם" וואס ער האט אים מעורר געווען איבערן "קרית יואלע'ר עירוב" די ענטפער אויף דעם פראבלעם איז א תשובה אין "שו"ת אגלי דבש"

ער האט געגעבן א הסכמה צום ספר פון הרב אברהם וואלף שנעבאלג (מו"ץ ארונים ווימ"ס) דע הסכמה איז א "תשובה" אין "שו"ת אגלי דבש"
____________

תם ונשלם ספר "שאלות ותשובות" אגלי דבש.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 22:19 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
\לענינינו, כל זמן אייערע דיינים, ריח"מ פרידמאן, רז"ל פילאף, רש"ל וו"ב, וכו' וכו' האבן דעווייל גארנישט מחבר געווען קיין איין תשובה איז נישטא פון זיי אלע, אין נישט ווערד צו אנטווארטן אויף אייערע לצנות.



 קען זיין דעס איז די סיבה פארוואס בני יואל האט זיך אויס געלאכט פין דע איסור אויף זיי פין אלע פעראל דיינים אין רבנים אין סאטמאר בשנת תשמ"ד איז אויך דעס די סיבה ווייל דעמאלטץ האט נאך קיינער נישט געהאט ארויס געבען א ספר אפי' דער גאון פין ק"י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 19:17 לינק ישיר 

סך הכל וואס איך נעם ארויס פון די תגובות איז,

ר' געציל האט שוין אין באזיץ טויזענט נייע תשובות, אז דעס איז נאר פון 15 יאר צוריק, דעס איז נאר או"ח און די ריכטיגע תשובות געפונען זיך נישט נאר אין יו"ד.
 
אין איין ווארט, איך האב געמאכט זייער א גוטן אנאליז אויפן יעצטיגן אגלי דבש...

תם ונשלם שאלות ותשובות אגלי דבש.
_________________

אגב אז מ'רעדט פון וואס ס'גייט קומען.... וויל איך זאגן כ'האב געהערט אז הגאון ריח"מ מיט הגאון רש"ל גייען ארויסגעבן עטליכע בענדער פון תשובות אויף יו"ד, ס'ליגט שוין ביים דרוק, ס'גייט אי"ה ארויסקומען תיכף נאך ר' געציל'ס נייע יו"ד באנד פון די טויזענט תשובות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2010 22:20 לינק ישיר 

קיינער האט יעצט נישט גערעדט פון ר' יצחק מאנדל

און ווער ס'איז מער אנגענומען אין די תורה וועלט איז דא אויך ניט רעלעוואנט

 

וואס אגב ווייס איך נאר פון איין באנד וואס ער האט ארויסגעגעבן

און אויב וויל איך ליצנות מאכן קען איך אויך זאגן, נישט געטראפן קיין בעסערע שאלות וואס צו רעדן נאר אויב מען מעג געבן מעות קדימה פאר א ספר (בענין ריבית)

 

און ווער ס'איז א לץ לאז איך פאר אנדערע אהערצוברענגן (איך וויל נישט אין קיינעם פוגע זיין, א ת"ח איז ער)


ואגב איך האב יעצט נאכגעקוקט וואסערע מי גשמים תשובה דו רעדסט, אנטשולדיגט, אבער דארט רעדט מען פון שבת, אין מיין שו"ע איז עס אין אורח חיים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2010 22:01 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
וואלן, איר ווייסט אפשר פונקטליך צו וועם זענען געשריבן די תשובות, פון די אלע שו"ת ספרים פון ריח"מ פר"מ, אדער רז"ל פילאף, אדער רש"ל וויינבערגער?

אגב, שו"ת מנחת יצחק און באר משה האבן תשובות צו בחור'ליך און סתם המון אינגעלייטליך.


הגאון הגדול ר' יצחק מאנדל האט ארויסגעגעבן דיקערע בענדער אויף שווערערע שאלות

דער לץ בעל עגלי דבש חיבור  איז נישט מער אנגנומען אין די תורה וועלט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2010 21:49 לינק ישיר 

קודם כל ווען מען איז א שואל ווערט מען נישט קיין עם הארץ, דער חתם סופר און דער נודע ביהודה האבן אויך אנגעפרעגט ביי אזעלכע וואס זענען היינט כלל נישט מפורסם פאר גדולי הדור

דיין טענה פון מי גשמים איז א תירוץ אויף דיין שאלה פארוואס ס'הייסט נישט חלק או"ח, אבער רובו ככולו איז עס אויף או"ח.

קוק אויפן רוקן פון אגלי דבש וועסטו זען א "א"

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2010 20:55 לינק ישיר 

וואלן, ס'טוט מיר לייד כ'האב געזוכט אויפן דעקל ס'שטייט נישט דארט ח"א אדער אורח חיים אויפן דעקל שטייט "שו"ת אגלי דבש" דאט קאם.

און קוק אריין אינדעוויינדיג וועסטו טאקע זען אנדערע שאלות אויסער אורח חיים, ער האט דארט וועגן מי גשמים ואס איז נישט קיין או"ח, כ'וועל דיר זאגן נאך מער אבער איך בעט דיר זאלסט נישט שפרינגען... איך האב געטראפן דעם שבת א גליון שעשועי אורייתא וואס האט תשובות פון פוסקי דורינו, זע איך דארט א תשובה פון ר' געציל איבער א פארפלאנטערטע שאלה איבער א משפחה נאמען אויף א כתובה ביי א שטיף קינד, כ'בין געווען נייגעריג ווער דער שואל איז,

נישט מער און נישט ווייניגער הרה"ג ר' יושע העשיל וואלהענדלער שליט"א (מחבר עטליכע ספרים אויף גיטין וקודושין), איינמעניט איך קוק ווייטער זע איך און דא האט געכאפט מיין שאק.. אז ס'גאר נישט ר' געציל ביי וועם מ'פרעגט אן.... ר' געציל פרעגט אן ביי הרב וואלהענדלער, וויאזוי איז די הלכה וועלעכע נאמען מ'דארף אריינשרייבן אין די כתובה און ער פרעגט אויך וויאזוי איז די דין איז יעצט וויבאלד מ'האט שוין געמאכט די קדושין...

איך מוז מיך פאר א מינוט אפשטעלן, דער זעלבער ר' געציל וואס פסל'ט לעצטענס קדושין'ס רעכטס און לינקס, איז דער זעלבער אינו יודיע בטוב גו"ק וואס דארף נוצן הרב וואלהענדלער אויף שאלות אין אבן העזר...

איך מיין אז איך דארף נישט צולייגן, קאמענטארן זענען דא גענצליך אומנויטיג, יא דער גאון דער גרעסטער ת"ח אין סאטמאר וואס ענפערט אויף קוקערוץ מיט אייסעס אבער אין אבן העזר פרעגט ער א צווייטן.


תוקן על ידי סעננדר ב- 27/06/2010 21:15:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 22:49 לינק ישיר 

אין קץ לדברי רוח, און ראדני האט אויך פיין געזאגט

אבער לגופו של ענין הרב "סענדר" דרך אגב, גט קרוע באלאנגט אין אבה"ע נישט אין אורח חיים, ח"א פון אגלי דבש איז אויף אורח חיים (אין שו"ת דברי יואל איז יא דא אזא תשובה? אויב נאר מיט דעם ווערט מען גדול הדור)

און לאז מיר זיך נאך איינמאל בעסער ערקלערן

ס'איז נישט קיין סוד, און א דבר מובן, אז די אלע תשובות ספרים עד ימינו אלה זענען צוזאמען געשטעלט געווארן, ווייל איינער האט אנגעפרעגט דער צווייטער האט געענטפערט, נישט געווען קיין טעלעפאנען אי מעיל פעקס וכו' האט מען עס געשיקט מיט די פאסט.

בימינו אלה זענען די אלע מיני וועגן אן זיך דארפן אראפזעצן שרייבן תשובות, אוודאי איז דא אמאל א אויסנאם ווען מען דארף מאריך זיין לברר מהיכן דנתנו, אבער בדרך כלל פרעגט מען און מען ענטפערט

והוא הדין ביים דיין, זיין ציל איז נישט געווען צו זיין א מחבר ספר, נאר אויף אזויפיל ווען מען האט אים עפעס געפרעגט א שווערע שאלה וואס מען האט געדארפט מברר זיין, האט ער עס מברר געווען און זיך פארצייכנט די ראשי פרקים צו וויסן על מה אדניו הוטבעו.

למעשה בערך פאר 10 15 יאר צוריק זענען געווען מענטשן וואס האבן אים אנגעהויבן מוטשען אז פארוואס זאל די וועלט נישט הנאה האבן פון זיינע בירורי הלכות, ממילא האט מען דאן אנגעהויבן אביסל מסדר צו זיין עס זאל זיין ראוי לדפוס.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 22:25 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:

קיינער וועט נישט לייקענען אז ר' געציל ווערט באטראכט ווי דער שטערקסטער ת"ח אין סאטמאר,.
  כהאב גארנישט געוויסט אז אונז האבן די זכי' אז צווישן אונז אויף הייד פארק דרייט זיך אזא איינער וואס האט גרינטלעך פארהערט נישט נאר אלע סאטמארע דיינים נאר טאקע יעדן אין סאטמאר

תוקן על ידי אייזענבאך ב- 25/06/2010 22:26:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 22:04 לינק ישיר 

לאמיר אויף הערן רעדן נארישקייטן ווי קליינע קינדער.

ר' געציל האט אפשר פארלוירן זיין חן ביי די זאליס, זיין פאפולאריטעט איז אפשר געפאלן, אבער זיין גאונות פארשטייט יעדער איז נישט געפאלן, און זיין עם-הארצות איז נישט געשטיגן...

ווען מיר זענען דן אויפן ספר, ברויך מען עס באטראכטן מיט די זעלבע ברילן ווי 2 יאר צוריק, ער איז נישט געווארן ווייניגער גאון ווי דעמאלטס.

אצינד לגופו של ענין.

קיינער וועט נישט לייקענען אז ר' געציל ווערט באטראכט ווי דער שטערקסטער ת"ח אין סאטמאר, און אז מען האט ערווארטעט פונעם ערשטן באנד שו"ת ספר זאל זיין אזאנס און אזאלעכס.

למעשה, קען מען אנרופן דעם ערשטן באנד ווי א שטיקל דורכפאל, עס איז ווייט נישט נאכגעקומען די ערווארטונגען.

פארוואס עס איז אזוי אויסגעקומען, איז מסתם דער תירוץ אזוי ווי וואלן שרייבט. בכל אופן איז דאס געווען א נארישער באשלוס  פון די ארויסגעבער. עס האט אין א זין היבש אפ געפאטשט די ערווארטונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 22:03 לינק ישיר 

לאמיר אויף הערן רעדן נארישקייטן ווי קליינע קינדער.

ר' געציל האט אפשר פארלוירן זיין חן ביי די זאליס, זיין פאפולאריטעט איז אפשר געפאלן, אבער זיין גאונות פארשטייט יעדער איז נישט געפאלן, און זיין עם-הארצות איז נישט געשטיגן...

ווען מיר זענען דן אויפן ספר, ברויך מען עס באטראכטן מיט די זעלבע ברילן ווי 2 יאר צוריק, ער איז נישט געווארן ווייניגער גאון ווי דעמאלטס.

אצינד לגופו של ענין.

קיינער וועט נישט לייקענען אז ר' געציל ווערט באטראכט ווי דער שטערקסטער ת"ח אין סאטמאר, און אז מען האט ערווארטעט פונעם ערשטן באנד שו"ת ספר זאל זיין אזאנס און אזאלעכס.

למעשה, קען מען אנרופן דעם ערשטן באנד ווי א שטיקל דורכפאל, עס איז ווייט נישט נאכגעקומען די ערווארטונגען.

פארוואס עס איז אזוי אויסגעקומען, איז מסתם דער תירוץ אזוי ווי וואלן שרייבט. בכל אופן איז דאס געווען א נארישער באשלוס  פון די ארויסגעבער. עס האט אין א זין היבש אפ געפאטשט די ערווארטונגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 21:55 לינק ישיר 

פארוואס שטענדיג ווען מ'גריבעלט אינעם עגלי דבש אדער דער מחבר, קומט שטענדיג קאנטער אטאקעס איבער הג'רש"ל וויינבערגער אדער הגרז"ל פילאפף, קענט איר נישט ענטפערן מן הענין??? לאמיר קלאר מאכן, דער מדובר אינעם אשכול איז איבער ר געציל און זיין שו"ת ספר-  ווי שטריברירון האט געמאכט א קלארע און גרינטליכע אנעליז אויפן ספר וואס יעדער קען זיך אליין איבערצייגען, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 21:36 לינק ישיר 

ראדני מיר נישט דיר נישט, דו האלסט טאקע אז צום הגאון ריח"מ מיט הגאון רש"ל איז נאכנישט אינטערגעקומען א שאלה פון קוקערוץ אדער אייסעס ?? ס'מאכסטו דאס גענאר? לאמיר זען א תשובה פון א גט קרוע צו אויסלענדישע דיינים דעמאלט וועלמיר ווייטער שמועסן...

אגב דע זשאק פון 15 יאר צוריק שטימט נישט ווייל א תשובה ספר איז נישט אויסגעשטעלט לויט די יארן... אבער האט ער געהאט פאר דריי יאר צוריק א אנדערע שאלה איבער קוקערוץ וכדו' וואלט ער עס אריינגעלייגט נעבן ר' עקיבא'לעס שאלה וואס רעדט אויך פון דע נושא, ווייל די תשובה ספר איז אויסגעשטעלט לויט די נושאים נישט לויט די יארן... אלזא זייטס אייך נישט מנחם אז ער האט אנדערע תשובות פון די לעצטע 15 יאר.... דאס איז שו"ת אגלי דבש, דעטס אלל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 21:13 לינק ישיר 

הער אויס א שיינער סיפור ידוע, זיבעלע,

בזמן הקצות, האט עפעס אן אויפגעקלערטער למדן, ארויסגעגעבן א חיבור, וואס האט אפגעוואנדן דעם גאנצן ספר קצות, אין אפגעשיקט צום קצות, דער קצות האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט דערפין, א שטיק צייט שפעטער האט דער למדן געטראפן דעם קצות. פרעגט דער למדן דעם קצות, האט איר נישט ערהאלטן מיין חיבור? יא איך האב עס ערהאלטן אין געזען ענטפערט דער קצות, נו פארוואזשע האט איר מיר גארנישט צוריקגעענטפערט? פרעגט דער למדן, רופט זיך אן דער קצות, וואס פאלט דיר ביי אז איך האלט נישט ביים ענטפערן איך זיץ נאר און איך ווארט איר זאלט ארויסגעבן אזא חיבור ווי מיין קצות, און גלויב מיר איך וועל זיי אלעס אפווענדן.

לענינינו, כל זמן אייערע דיינים, ריח"מ פרידמאן, רז"ל פילאף, רש"ל וו"ב, וכו' וכו' האבן דעווייל גארנישט מחבר געווען קיין איין תשובה איז נישטא פון זיי אלע, אין נישט ווערד צו אנטווארטן אויף אייערע לצנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 19:19 לינק ישיר 

דעקעלעך, ס'איז גארנישט ראנג צושרייבן תשבות צו בחור'לעך. נאר סאיז א חידוש אז אלע שווערע שאלות וואס דייני לאנדאן באלאגערען על פתחו של העגל, האט נישט געפינען די נחיצות צו ווערן געדריקט אינעם ספר, למשל די מנחת יצחק האט נישט ארויסגנומען די תשובות צו רבנים\דיינים צו מאכן פלאץ פאר א תשובה צו א בחור אדער א הערה צו שמועס פון א תנאים וכדומה, קיינער איז נישט מסופק אין די געוואלדע גאונות האדירות פון די מחבר העגלדבש ס'איז נאר א שטיקל אנעליז צו זיין  גרויסע עניוות,

אויך איז גאנץ אינטערעסאנט צו אנעלזירן די אינטעראסאנטע פאקט וואס וואלןסח ברענגט ארויס אז די אלע שאלות זענען נאר פון די לעצטע פופצן יאר, און פון פאר פופצן יאר צוריק - איז דא טויזענטער שאלות מיט מראה מקומות א בחינה ווי די סטייפלער גאון, צו ווייסט איינער וואס האט פאסירט די לעצטע פופצן יאר אז פון טויזענטער שאלות איז געווארן אפאר צענדליג שאלות צו בחורים און היסטאריקער ?
 כלל ישראל ווארט מיט אנגסט אויף די הו
נדערטער פרישע בענדער וואס גייען ארויסקומען, די מבצר הכוללים ארבעט יומם ולילה אויפצוברעכן די שווערע ראשי תבות און די מיליאנען מראה מקומות, און ס'איז נישט קיין ספק אז ס'וועט זיין די העכסטע אויף די טאפ סעלער ליסט אינעם בלאט

עס איז צום האפן אז ס'וועט אפשר זיין בירורום אויף די צענדליגע איסורים אין היתרים ער האט געטיילט פאר זיין פארטיי לעצטע 30יאר, א שטייגער אפערריטע מילך און מוסקאווי קאטשקעס,

ויתענגו מטובך


תוקן על ידי zibala ב- 25/06/2010 19:23:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2010 03:18 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:


אגב, שו"ת מנחת יצחק און באר משה האבן תשובות צו בחור'ליך און סתם המון אינגעלייטליך.


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1597&st=&pgnum=25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שו"ת אגלי דבש - אוצר תשובות למגידי שיעורים בישיבה קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext