בית פורומים כל העולם כולו

מחלוקת עמנואל, מיין חוות דעת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2010 06:19 לינק ישיר 
מחלוקת עמנואל, מיין חוות דעת

איך וועל דא שרייבן בקיצור נמרץ די ארטיגע מחלוקה, און פרובירן עס מפרש זיין לויט מיין שטייגער.

עמנואל איז א שטעטל אין מדינת ישראל וואס ווען מען האט דאס אויפגעבויט, און ווי יעדע שטעטל אין מדינת ישראל האט דאס אויך געקריגן געלט אויפצובויען רעליגיעזע אינסטיטוציעס. אזוי ווי די פרייזן ווען מען בויט א נייע שטאט זיינען זייער נידעריג, אלזא, האבען זיך אהין געצויגן א קומץ חסידי סלונים, וואס אינעם חרדישען סעקטאר זיינען זיי געווען דער רוב.

די סלונימער חסידים האבען נישט געעפענט קיין אייגענע מיידל שולע אין עמנועל, צוליב וואס זיי האבען סיי ווי געפירט די ארטיגע בית יעקב. וואס טראץ דאס איז אונטער חינוך העצמאי, אבער וויבאלד זיי זיינען געווען דער רוב האבען זיי דאס געקענט פירען אויפען שטארק חרדישן שטייגער און קיינער איז זיי נישט געשטאנען אין וועג.

ביז, ס'האבען זיך אויפגעוועקט עטליכע מענטשען און גענומען יאווען אז מען באקריוודעט זיי, הלמאי מען זאגט אפ זייערע טעכטער צוליב דעם חטא פון זיין פון די ספרדישע געמיינדע. אויף וואס די מנהלי בית יעקב האבען אפגעווארפען די באשולדיגונען, זאגענדיג אז, זיי האבען קיינמאל נישט אפגעזאגט צוליב געמיינדע פארשידנהייטן, נאר ליבערשט צוליב וואס די עלטערן פירן נישט אן ערליכען לעבנס שטייגער.

איך האב עטליכע טאג געטראכט אויב די ספרדים זיינען גערעכט מיט זייער טענה אז די חסידים/אשכנזים זאגען זיי אפ. וואס איך גיב די ספרדים גערעכט אז מען האלט זיי פאר א מינאריטעט. אבער לעומת זה האב איך געטראכט פון די צווייטע זייט מטבע, וואס דעס וויל דער ספרדי נישט הערן. וואלט איר געוואלט א מאיאריטעט אשכנזים ביי אייך אין שולע? דער תירוץ איז א גראדער ניין!!! איר האט גענוג וואוילע מוסדות וואס ווערט געפירט אויפן אלטען ערליכען ספרדישן שטייגער, דאן וואס זוכט איר זיך צו געפעלן די אשכנזים?

א צווייטע נקודה וואס איך האב געטראכט איז ווי פאלגענד. איר האט א טענה אז די צאל ספרדים און אשכנזים אין די שולע זאל זיין שווה בשווה, וואס איך האלט אז דאס וועט זיך נישט אויסארבעטן. ווייל דאן וועט דאס מער נישט זיין קיין אשכנזישע מוסד און איר ספרדים וועט נישט וועלן מער שיקען די קינדער אהער.

איך טראג מיך שוין ארום מיט די ערקלערונגען יארען אין מוח. זינט מען האט אנגעהויבען די מאסען אויסוואנדערונג פון ארגענטינע, תימן, בראזיל, ישראל, אורוגוואי, אויסטראליע. מען לייגט זיי אריין אין א חדר/קלאס וואס זיי האבען נישט קיין אנונג וועלכעס ווינט האט זיי דארט אריין געבלאזען. וואלט דען נישט ליבערשט געווען ווען מען לאזט זיי לערנען אין מוסדות לויט זייערע שטרעמונגען? מיר זיינען נישט ווי זיי און זיי זיינען נישט ווי אונז, איך קוק דאס נישט אן ווי ראסיזם, נאר ליבערשט ווי מענטשען פון א אנדער לאנד.

פונקט ווי איר פארשטייט אז דער פאקיסטאנער להבדיל איז אנדערש פון דעם אמעריקאנער, און נישט נישט אלס זיין גלויבען, די זעלבע זאך דא. זאל דער אשכנזישער נישט פרובירן צו זיין א ספרדישער, און זאל נישט דער ספרדישער פרובירן צו זיין אן אשכנז'ער, והכל על מקומו יבוא בשלום



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/6/2010 23:25 לינק ישיר 
צאנז-קלויזענבורג דרשה בנוגוע עמניאל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2010 11:56 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט ווי אזוי ברוינפן קען פארגלייכן די פאקיסטאנער\אמעריקאנער צו די ספרדים\אשכנזים
די ספרדים און אשכנזים שטאמען ביידע פון איין פאלק און היטן איין רעליגיע
ווידעראום די פאקיסטאנער און אמעריקאנער איז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן "אין קאמען" אז ביידע נוצן די פאדערשטע פיס צו גיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2010 06:46 לינק ישיר 

א גוטן אווענט, Theחדשות, Ahroiny & מחלל_קדושן

איך וועל פרובירן אביסל בעסער צו ערקלערן געוויסע פונקטן וואס זענען נישט ריכטיג געשריבן/פערשטאנען געווארען.

חדשות, וואס איך האב פרובירט צו זאגען איז טאקע דער פאקט אז די "ערליכע" ספרדישע פרובירן צו ווערן אשכנזים און זיי פארלאזען זייער מסורה, וואס און מיין בליק איז דאס נישט גערעכט.

זיי ברויכען שטאלצירן, זיי האבען א הערליכע מסורה וואס נאכצוגיין. זיי האבען גענוג און נאך ערליכע רבנים. פאקטיש אז זייערע קינדער לערנען מיט א רוב המכריע פון אשכנזים, טאקע דאס מאכט זיי פארגעסן פון זייער אפשטאם. קען זיין אז דאס ווילען זיי אבער אין דעם וועל איך נישט אריינרעדן.

און צו דיר טייערער Ahroiny:

זעהט אויס אז דו קענסט נאר איין זייט פון די מטבע. פרעג דיך נאך ביי אשכנזים אין לאנד וואסערע השפלות מען גייט דורך אויב פאלט מען אריין ביי איינעם פונעם ספרדישן אפשטאם. להבדיל אלף אלפי ורבי רבבות הבדלות אין אמעריקע. אויב באקריוודעט מען דעם שחור, דאן מאכט ער ראיאטען. און אויב לאזט מען זיי יא טון וואס זיי ווילען דאן הרגענען זיי סתם אזוי (איך רעד דא ח"ו נישט אויף די ערליכע פון די ספרדישע עדה, וואס אפילו זיי וועלן "נישט" שיקען אין אשכנזישע מוסדות, וועלן זיי אבער פארשטיין די קעגנדיגע עדה מיט זייערע מנהגים). די גרעסטע פראבלעם איז ביי די וואס פרובירן זיך צו אשכנזירען (להשתכנז ווי מען רופט עס אן אויף די ארטיגע שפראך) און פאקטיש זענען זיי נישט פון דעם זעלבען טייג געקנאטען, דאן ארבעט עס נישט. און ער קען שרייען וואס ער וויל, עס ארבעט נישט און עס קען נישט ארבעטן.

ליבער מחלל_קדושן:

איך האב נישט אפגעוואנדען דעם פאקט וואס יעדער ווייסט אז דאס איז א גזירה לעקור עת הדת. איך האב ליבערשט פרובירט ארויס צוברענגען די נקודה, אז יעדע עדה, איך גיי נישט אריין צו פרום צו נישט ח"ו, דארף אליין פארשטיין אז ווען די פרובירסט זיך ארויך צו צווינגען אויף איינעם, און נישט קיין חילוק צו ס'איז ספרדים קעגן אשכנזים אדער אשכנזים אנטקעגן ספרדים, דאן איז דער מכה בפטיש גאר ווייטאגלעך. נישט קיין חילוק ווער עס קלאגט וועמען און אזוי אויך נישט קיין חילוק ווער עס איז דער געווינער ביים סוף.

זאל דער הייליגער באשעפער העלפן אז עס זאל שוין מקוים ווערן וקבצינו יחד מארבע כנפות בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/6/2010 00:07 לינק ישיר 

ahrony, וואס זאגסטו צו דעם פאקט אז עס זענען ווירקליך געווען ספרדישע קינדער אין די פרומע אפטיילונג?

די מלחמה איז "יא" אידישקייט. די א"ג דיסקרימינאציע באשטייט פון נישט אריינעמען קיין ליידער-זייער-נישט-פרומע ספרדישע אין די פרומע אפטיילונג, און די ציל איז עקירת הדת.

און דערמיט איז ברוינפן'ס גאנצע ערקלערונג אויך נישט אין פלאץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 16:41 לינק ישיר 

*--[endif]*

חינוךעצמאי װערט באצאלט הונדערט פראצענט דורך די גאװערמענט

קײן שום דעמאקראטיש לאנד װאלט צוגעלאזט דיסקרימינעישן אין א פאבליק סקול

לײן װאס מענטשן שרײבן װי מעהאט געפײניגט די ספרדים יארן לאנג

*--[endif]*

עס האט גארנישט צו טוהן מיט אידישקײט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2010 07:17 לינק ישיר 

דארט איז דא נאך א גרויסע פראבלעם. די ספרדישע קינדער זענען זייער נישט ערליך. רוב האבן טעלעוויזיע אינדערהיים. די מיידליך האבן פלאפון'ס (סעל פאנס). במילא קיין איין חסידשע טאטע האט נישט געוואלט שיקן זיינע קינדער דארט.

אבער די ערליכע ספרדישע האט מען יא אנגענומען. והא ראי' פון די ארעסטאנטען, איז פארהאן עטליכע ספרדישע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מחלוקת עמנואל, מיין חוות דעת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext