הגר"י ראטה שליט"א: דוד עקשטיין = יוזל
ר' יחזקאל האט נישט געזאגט אקוראט די ווערטער, איך וועל נאכשרייבן ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט. געווען איז דאס פארגאנגענע וואך א א שיעור ברבים.
די אהרוינים דרייען זיך ארום ווי צושמיסענע חוזק'ס מיט זייערע מסירות לערכאות רעכט'ס און לינק'ס, נאכן אנערקענען אז מען קוקט זיי שטארק אראפ דערוועגן האבן זיי אנגעהויבן א נייע ניגון "מיר ווילן זיי צווינגען צו קומען צו דין תורה"... איי האסט בכלל נישט געשיקט קיין הזמנה?!
איינע פון די משתתפי השיעור האבן גענומען די דרייסטקייט און געפרעגט דעם רב אויב מען מעג גיין צו ערכאות בשעת מען איז זיכער אז מען וויל זיך נישט ח"ו דן זיין בערכאות נאר פאר די מטרה פון צווינגען יענעם צו קומען צו דין תורה.
דער רב האט גענטפערט בקיצור בזה"ל "זיכער אז נישט, דער רמ"א שרייבן אין חו"מ אויף אזא איינעם ראוי למתחו על העמוד"
איך האב זיך מטריח געווען און נאכגעקוקט דעם לשון הרמ"א אינעווייניג, די רמ"א געפינט זיך אין חושן משפט סימן כ"ו סעיף א' וז"ל
אפילו אינו דן לפני עובדי כוכבים, רק שכופהו על ידי עובדי כוכבים שיעמוד עמו לדין ישראל, ראוי למתחו על העמוד
עכ"ל
ווייסט איר וועמען מען האט מותח געווען על העמוד? יא איר האט צוגעטראפן "יוזל" ימ"ש
 |
|
|