ברעיקינג: ר' אהרן טייטלבוים זיכט דירה אין מאנהעטן פאר שבת!
יעצט קומט די נייעס אז ר' אהרן טייטלבוים זיכט א דירה אין מאנהעטטן אויף שבת, וואו ער וועט וויילן נאנט צום בית ישראל שפיטאל על כל צרה שלא תבא.
דאס איז נאך א סצענע אין דעם אטענטשאן שפיל, וואו ער וועט ווייזן פאר די וועלט אז ער עכט יא געטריי צו די מאמע, און די סיבה פארוואס ער איז נישט געקומען די לעצטע פאר יאר צו די מאמע איז מן הסתם ווייל ער האט נישט געהאט קיין דירה דערנעבן.
נשלח ב-28/6/2010 17:37
איך גיי מיטאמאל פרובירן דיך אויפצוקלערן ווייל סיי וואס דיין רבי דער סבלן וועט טון, זאל עס זיין די ארגסטע עבירה שבתורה, וועלן גלייך אלע אהרונים פה אחד אים פארענטפערן. איך וויל נאר פארשטיין וואו צווישן 550 בעדפארד און בית ישראל שפיטאל זענען אומגעקומען די אנשי דלא מעלי וואס לאזן נישט אריין ר' אהרן צו די מאמע, נעמליך אין בית ישראל איז ער דאך יא אריין צו די מאמע.
א ווארענונג צום ניק שערמאשער, דו בוסט א נייער דא, און דו האסט אנגעהויבן מיטן לינקן פיס. ראה הזהרנוך!
המנהל
תוקן על ידי המהדרין ב- 25/06/2010 22:29:14
וואס גייט פאר וואס האב איך געטוהן מיטן לינקען פיס?
כ'האב געמיינט אז דא גייט נישט אן די משוגעת'ן פין די מתיבתא פארום
נשלח ב-27/6/2010 19:40
דרינגענד געזוכט:
1) די פאלשע יעלות און צעקות וואס דער סבלן האט געמאכט פארן אנהייבן די הספד אויף רביה"ק בעל ברך משה 2) די הוש"ר תורה ווי ער וויינט ווי א קאקעדייל ביים "משל" און פארגעסט צו וויינען ביים "נמשל"...
איך גלייב נישט אז די ש"ס תורה פון די וואס קען יענס איבערשטייגן...
נשלח ב-27/6/2010 18:28
די שלש סעודת תורת זענען עפעס געוואלדיג איך האב דאס געהערט אויף 212-444-9899 און דערנאך 42 שמעו ותחי נפשכם!
נשלח ב-27/6/2010 07:33
געהערט א גוט ווארט פון א קלוגן איד: די וואך שבת האט ר' אהרן געוויינט ביי רפאנו, שבת נאכן הסתלקות פון ברך משה ז"ל האט ער געוויינט ביי נקדישך, עס איז נאר צום ערווארטן ווען ער וועט שוין וויינען ביי אתה חונן...
נשלח ב-27/6/2010 06:13
דער שאו שפילער ר' אהרן האט די וואך אהערגעשטעלט א וואונדערבארע שפיל פרייטאג צונאכטס ביי מנחה, ווען ער האט זיך צעוויינט מיט יאמערליכע בכיות ביי די הויכע שמו"ע ביי די תפילת רפאנו, וואו ער האט מ'שטיינס געזאגט שטארק געוויינט אויפן מצב הבריאות פון זיין מאמע וואס ער האט אזוי ליעב און ער איז איר אזוי מכבד אלע יארן.
עס איז צום שטוינען ווי דער סבלן שעמט זיך מיטאמאל פאר זיינע אייגענע מענטשן צו שפילן אזא ביליגן שפיל, ווען עס ווייסט יעדער אז חוץ ווען ר' אהרן שטעלט זיך אויף טאנצן מיט א 'חיות דקדושה' די 'געהויבענע מצוה טאנץ' ביי די שמחות אין זיין משפחה האט ער מיט די מאמע וואס האט אים געבוירן גארנישט! אפגערעדט פון א באזוך איינמאל א וואך, נאר טאקע אפילו פאר די חתונות וואו ער וויינט אזוי שטארק, שפירט ער נישט פאר וויכטיג צו קומען לאדענען די מאמע. אדער פאר די הייליגע טעג קומען וואונטשן א גוט יאר. און דא פלוצלינג ביי רפאנו וויינט ער אזוי ביטערלעך אזש מ'קען מיינען דאס ארגסטע האט אים פאסירט. לץ איינער!
אפדעיט: ר' אהרן האט ארויסגעדינגן א שטוב אין בית ישראל שפיטאל, ער זאגט אז ער וועט ארויסוואקן שבת צופרי נאכן דאווענען מיט א גאנצע סטאדע קיען.
נשלח ב-25/6/2010 22:16
א ווארענונג צום ניק שערמאשער, דו בוסט א נייער דא, און דו האסט אנגעהויבן מיטן לינקן פיס. ראה הזהרנוך!
המנהל
תוקן על ידי המהדרין ב- 25/06/2010 22:29:14
נשלח ב-25/6/2010 20:42
נעקי גוט ארויסגעברענגט, פאר אביסעלע בזיונות איז ער מוותר אויף די עשרת הדיברות, כבד אז אביך ואת אמך איז עפעס א שפיליכעל מיט ליפאן
ביטע אויפהערן פארדרייען אשכולות. המנהל.
תוקן על ידי המהדרין ב- 25/06/2010 21:04:20
נשלח ב-25/6/2010 20:32
רבינו שליט"א וועט לויט ווי עס זעט יעצט אויס וויילן שבת אין וו"ב און דווקא נישט אין שפיטאל. די רבי האט קלאר געמאכט פארן חצוף ליפא אז ער קען מיט אים נישט פארברענגען אינטער איין דאך, ספעציעל נאכדעם וואס ער האט שוין אפאר מאל מבייש געווען דעם רבי'ן ברבים.
אזוי ווי דער חצוף ליפא האט זיך דערוויסט אז רבינו שליט"א גייט זיין אין שפיטאל שבת האט ער זיך בארעכענט אז ער קומט אויך און ער וועט גאנץ שבת קענען טרינקן די בליט פון רבי'ן.
רבינו שליט"א רופט אויס אקוראט דאס וואס די שכינה הקדושה זאגט "אין אני והוא יכולים לדור בכפיפה אחת"
נשלח ב-25/6/2010 20:27
באלאנד איך וויל דיר פארעכטן מיט א קלייניגקייט. די שרייבסט אז די סיבה פארוואס ער איז נישט געקומען ביז היינט איז ווייל (כלשונך) "ער האט נישט געהאט קיין דירה דערנעבן".. איך וועל נאר טוישן "איין" ווארט און שרייבן אזוי "ער האט נישט געהאט די דירה דערנעבן"
דערווייל הענגן זיינע בחורים אויס וו"ב מיט 5 מיני צעטלעך, איך לייג אריין איינס וואס די אהרוינים האבן מפרסם געווען דא אויפן פארק