| נשלח ב-2/7/2010 23:00 |
|
| |
איך האב נישט געפרעגט אויב ס'האט געלוינט אז איר דארפט מיר ענטפערען דערויף.
איך האב ס"ה ארויסגעברענגט אז אלע ארונים זאגען דא בפה מלא אז קהל'ס אפיציעלע צעטלעך זענען ליצנות. טא פארוואס זאלען מיר אייך נעמען ערענסט ווען איר שרייט דין תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 06:12 |
|
| |
אימעדזשין די ארונים מאכן ראיאטן וועגן די טיילס, און פרעגן נאכדעם נו האט זיך עס געלוינט פאר זעקס טיילס The joke is on you
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 05:56 |
|
| |
אויף יענעמס שטח קען מען נאך פרעגן צו ס'האט זיך יא געלוינט צו נישט, אבער דער שטח געהער דאך פאר קהל, ממילא איז דער גאנצער קשיא נישט נוגע, זיך צו באגרעניצן צו ניצן א שטח לויטן אייגן געשמאק, ווייל מ'גייט פראטעסטירן, דאס גופא לוינט נישט, לאמיך אייך פרעגן, אלימלא די אהרונים זאלן ווען איבערדרייען די שטאט ווען מ'לייגט נייע טיילס און די ראדני ביהכ"ס וואלט איינער מיטן רעכטן זינען אויך געפרעגט די קשיא צו ס'האט זיך געלוינט די פראטעסטן צוליב נארישע טיילס?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 05:19 |
|
| |
די דזשאוק פון די פארקינג לאט פארשאייט יעדער. מעהאט געדארפט זאגן פארקינג לאט פארן דשאדזש. יעדער ווייסט אז די ציל איז ארויסנעמען די בנ"ה פון די כלים
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 01:09 |
|
| |
לאמיר אביסעל קלאר מאכען וואס ס'גייט דא פאר.
BIGSATMAR האט געמיינט אז קהל דאס איז באזעסענע מענטשען מיט ישוב הדעת. אין קהל האט געשריבען אויף זייערע אפיציעלע צעטלעך אז קהל דארף נאך פארקינג און מ'גייט אויסברייטערען די פארקינג. איין שרייבער אויף היידפארק האט זיך שוין זייער געפרייט אז די לומדי היכל ראזענבערג וועלען יעצט האבען נאך 20 (?) פארקינג פלעצער. דערפאר האט BIGSATMAR געפרעגט צו ס'האט זיך געלוינט די מהומות פאר די 6 (אגב, לפי ראות עיני איז עס נאטאמאל דאס. אז מ'קוקט אויף די פלען זעהט מען אז דארט איז עס אסאך שמאלער. זעהט אויס אז דארט איז רעזעווירט פאר מאטארסייקעלס) פלעצער וואס זענען צוגעקומען. קומט AHROINY וחביריו אין זענען מסביר, עה! קהל/בלאט/היידפארק איז איינס! אין כפי דברי AHROINY האט יעדער ארוני געלאכט ווען מ'האט געליינט קהל'ס מודעה. יעדער אליינס האט פארשטאנען די כוונה. איך האב נאר געוואלט קלאר מאכען די מיספארשטענדעניש
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 20:48 |
|
| |
מלך פין וועלכע דרשה רעדסטו
די פאטעיטע טשיפ, שקל שלום, בערל פרדימאן שגץ, וועקי, די הינט בילט אין די באן פארט (כ'געדענק נישט יעצט אלע, ואתכם הסליחה)
אדער קענסטו טרעפן דרשות פאר תשנ''ט אין ישיבה לצעירים,
מ'האט עס ע''פ רוב נישט אפגעטעיפט ער איז דאן ניטעמאל געווען א נומבער ציליב זיין ליידיגע אינהאלט,
אין יעדע ערנסטע דרשה האט ער געלאזט ר' נחמן שטויבער - אלס סגן מנהל האלטען.
זאל זיך יעדער אינטערהאלטען מיט זיינע זשיגאן וויצלעך אין געגאסענע טיפשות געפלאכטען מיט טיפע עמי הערצות'דיגע פסוקים אין פשט'ליך
תוקן על ידי היראים ב- 29/06/2010 20:54:07
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 14:37 |
|
| |
די דרשה פונם מנהל בלומענפעלד איז טאקע נישט אוועק צו מאכן, אבער ער קומעט נישט צו קיין כי הוא זה צום פיסקל פון ענקער כ"ק.
מיר שטייען איעדן טאג אין ווארטן בכליון עינים ווען עפענט שוין דער קדוש'ל זיין פיסק
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 01:06 |
|
| |
BIGSATMER
אבער נאך ווי סהאט זיך געלוינט, עטץ האטס ענק אויפגעפירט ווי ריכטיגע מטורפים, מיט ענקער פולען פראכט, סיי אין ק"י אין סיי אין יוז סטריט סאיז זייער געשמאק ציקיקען אזא ספעקטאל
אין די מיינסט אז אזא זיסע דרשה פינעם מנהל בלומענפעלד איז אוועק צימאכן ? מיר שטייען איעדן טאג אין ווארטן בכליון עינים ווען עפענט שוין דער מנהל זיין פיסק
פארשטייסט, אז א פאר פארקינג ספעיסעס עפענט עם דאס מויל , געגאנגען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 00:50 |
|
| |
דאס האט זיך געלוינט פאר אלע געלטער אפי' מ'באקומט נישט קיין איין פארקינג פלאץ
הלוואי זאל עטס ווייטער אנגיין מיט ענקער איידעלער מהלך, ווען א לוזער טוט זיך אויס נאקעט קוקט עס אויס ווי די באקאנטע משל ווען דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז צו פארשמען זיין שווער אלס נקמה
אגב, לאמיך דיר פרעגן האט זיך געלוינט צו די דערנידערן אזוי שטארק, אין פארשמען די אייגענע ישיבה (טראץ וואס ענק ארבייטן אזוי שווער צו לייקענען איז ענקערע בחורים זענען נישט דארט געווען אויפן רוף פונעם מנהל) פאר א פארשטונקענע סעפטיק טאנק?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 00:46 |
|
| |
אויף א אמת געזאגט, איך ווייס טאקע נישט אויב ס'איז בכלל געווען הינט, איך האב געזען K9 טרעקלעך, און איך ווייס אז די האבן הינט, אבער צו ס'איז באמת געווען צו נישט ווייסט נישט קיינער, ווייל קיינער האט נישט געזען.
נאר וואס דען, א הארץ פילט א הארץ, די צוויי פיסיגע האבן מרגיש געווען אז זייערע פריינט זענען דא, זענען זיי די איינציגע וואס קענען דאס מעיד זיין
נעבעך
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2010 23:01 |
|
| |
תוקן על ידי צום_ענין ב- 27/06/2010 23:12:36
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2010 22:59 |
|
| |
ווען נישט ענקער סוקסעספולע פראטעסט אין וומ"ס ווי עטץ האטס ענק אראפ געצויגען די הויזען אין מיטען די גאס, וואלט נאך אפשר געווען א קלער, אבער יעצט קען מען זאגן מיט א פיל מויל יא! עס האט זיך שוין איין מאל געלוינט. און just for the info מען האט אין ק"י קיין [פיר פיסיגע] הינט נישט געזען (יעצט שרייב איבער דיין ליגענט נאך 20 מאל)
תוקן על ידי צום_ענין ב- 27/06/2010 23:14:16
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2010 22:36 |
|
| |
bigsatmar ענקער פייט איז געווען פאר "זעקס פארקינג פלעצער" און וואס קען מען ווייזן פאר די פייט? די פלאץ פון די 27 פלעצער פלעגט ווערן גענוצט דורך 37 בנ"ה קארס, א ריזיגע סוכה, א טרעילאר, גרויסע טענטס ביי מערערע אירועים, און יא, דאס אלעס האט אונז געקרענקט
not anymore
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2010 22:23 |
|
| |
פאר "זעקס פארקינג פלעצער" האבן זעקס משוגעים אין ק"י און וומ"ס זיך געלאזט ארעסטירן פאר "זעקס פארקינג פלעצער" איז מען געלאפן אין לאקאל, סטעיט און פעדעראל קאורט (און פארלוירן) פאר "זעקס פארקינג פלעצער" האט מען איבערגעקערט א וועלט, און ארויסגעוויזן דעם אמת'ן פרצוף פון די נועם המידות אלעס פאר "זעקס פארקינג פלעצער" און ס'קוקט אויס אז די "זעקס פארקינג פלעצער" גייט זיין פול מיט... "זעקס" ארוינישע קארס בקרוב און די "זעקס" שטובער פון די קרעטשמע גייט וואקסן שימל איינער זאל לייגן די פיקטשע פון די "זעקס" בני המן פני, מיט די "זעקס" ספרי תורה ביי זייער פעימעס לוי' זיי צודערמאנען אז זייער מפלה איז גרעסר ווי "זעקס פארקינג פלעצער"
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2010 22:15 |
|
| |
גלייב מיר מיט גאנצן נאמנות, אויב די גארנטירסט מיר אז ר' זלמן לייב וועט נאכאמאל שיקן זיינע חסידים פראטעסטירן אויף יוז סטריט, נעם מיר אונז נאך 6 פארקינג לאטס, און אויב די שיקסט זיי ביז ניו העמפשער איז אפי' פאר איין פארקינג לאט אלעס ווערד.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/06/2010 03:52:20
|
|
|
|
|