| נשלח ב-4/7/2010 23:29 |
|
| |
בבקשת מחילה, הרב שלמה, איך בין לעצטנס שטארק פארנומען, און איך האב נישט געזעהן קיין צו ערנסטע אינטערעסע ביים עולם צו הערן מיינע ידיעות, וויבאלד די נושא איז שוין מער ווייניגער אראפ פון טיש.
מעגליך וועל איך צוריק-קומען דערצו.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2010 12:21 |
|
| |
מיר שטייען און ווארטן דו זאלסט אונז לאזן הערן דיין דורכגעטראכטע "מסקנה" פארוואס מיר לעבן אין טעותים ביטע לאז אונז נישט ווארטן צו לאנג
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 22:42 |
|
| |
איך האב זייער אסאך געטוהן אין די נייעס, און דורש געווען אין אלע צדדים, און מיין מסכנה איז אז דער עולם לעבט אין גרויסע טעותים! איך האף אי"ה באלד צו שרייבן אביסל פרטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 20:10 |
|
| |
משה מענטש.
כ'ווייס נישט וועגן דיר, אבער איך וואלט קיינמאל אין מיין לעבן נישט ערלויבט מיינע קינדער, ספעציעל מיידלעך, צו גיין אויף איין מינוט אין א 'קעמפ' מיט קינדער פון שוואכע שטיבער.
דא איז קלאר ווי דער טאג געווען קינדער פון שוואכע שטיבער (יואב לעלום אליין האט מודה געווען אז די רעדע איז "וויפיל קנעפלעך מעג זיין אפן פון די בלאוז"), און מיט אזוינע קינדער וואלט איך קיינמאל נישט געלאזט מיינע קינדער זיצן אונטער איין דאך - דערצו הערן שיעורים וועגן "אהבת ישראל".
נאכאמאל. הונדערט פראצענט. דער בג"ץ איז אראפגעקראכן אביסל פון זיין הויכן בוים און דאס שמעקט נישט פאר'ן ידיעות, אבער סלאנים האט געבראכן זייער אייזערנעם פרינציפ, און ה' ירחם ווי ווייט זיי גייען נאך ברעכן.
הלואי כ'זאל נישט בלייבן גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 18:00 |
|
| |
אמת, דעת תורה איז היפך דעת בעל הבית, און איך אלץ בעל הבית קען נאר שרייבן מיט מיין דעת וואס איז "דעת בעל הבית" איך שרייב נאר פון "מיין" פראספעקטיוו. און אויך איז אמת אז איך בין נישט דארט געווען פערזענדליך, און איך שרייב נאר פון וואס איך ליין, אדער געהערט אין די מקוה, איין זאך איז קלאר, און דאס איז יעדער מודה, אז דעם דאזיגן הסכם האט מען אנגעטראגן פון דעי וואן און סלאנים האט דאס בשעתו נישט געוואלט אנעמען, צווייטענס איז קלאר אז נאך דעם לעצטן פרייטיג האט מען אריין געלייגט כוחות עצומים אז די יושבי חושך וצלמוות זאלן ארויס קומען אויף ש''ק, און דער ריכטער האט אפגעווארפן סיי וואס פאר א פשרה וואס טיט נישט אינקלאדן דאס לערנען "צוזאמען", וואס סלאנים האט דאן בשום אופן נישט געוואלט, ביז ענדליך זונטאג האבן זיך די סלאנימער געבראכן נאכדעם ווי זיי האבן איינגעזען אז דאס גייט זיך נישט אזוי שנעל ענדיגן, דער ריכטער האט קלאר געזאגט אז אפילו ביים סוף פון סקול יאר וועט נאך די פרשה זיך נישט ענדיגן און אז ער גייט ערשט דאן מחליט זיין וואס ווייטער צוטון, למעשה האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה, קיינער פון די ממשלה האט זיך פאר זיי נישט געקענט אפן אנעמען, און ווער ס'האט נאר געזאגט א קרום ווארט האט מען אינוועסטיגעיטעט פאר בזיון בית המשפט, עס קען זיין אז אין דעם לונג-ראן האט סלונים יא געווינען, און דאס וועט מען ערשט קענען עוועליועיטן דעם קומענדיגן סקול יאר, אבער ביז דערווייל איז קלאר אז זיי האבן נאך געגעבן זאכן וואס זיי האבן די גאנע צייט געשריגן אז זיי גייען נישט נאך געבן, און זענען גרייט אויף מסירת נפש, ע''כ, מיין דעת בעל הבית.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 06:47 |
|
| |
ס'איז קלאר אז דער בג"ץ האט געוואונען, ווייל סלאנים איז איינגעגאנגען אויף א זאך וואס זיי וואלטן אין נארמאלע אומשטענדן קיינמאל נישט מסכים געווען דערויף אבער ס'מוז נישט הייסן א דורכפאל פאר סלאנים ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין צווייטע אויסוועג, ווער ס'האט די מאכט דער געווינט, און מ'קען זיך נישט אזוי אפן א קעגן שטעלן א רעגירונג (לגבי אידישקייט איז לכאורה אויך א פראבלעם צו זיין צוזאמען מיט שוואכע אפי' נאר צו הערן דרשות)
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 05:18 |
|
| |
דיין לעצטער תגובה צייגט אז די האסט נישט מיטגעהאלטן בשעת מעשה וואס עס איז פארגעגאנגען. דער ריכטער איז צוויי מאל ארויס אינמיטן געריכט, ווייל ער האט נישט געקענט באשליסן צו ער זאל זיך ברעכן אדער נישט. ס'איז געווען א העפטיגע מערכה, מען זאל צושרייבן די ווארט "לימודים", צום פשרה, דער סלונימ'ער רבי האט זיך אבער גע'עקש'ט אז ניין, ער לאזט נישט בשו"א צושרייבן די ווארט לימודים, ווייל געווענליכע לימודים לאזט ער נישט. בשעת די צווייטע הפסקה, איז געווען דער הויפט ארטיקל דא אויף בחרדי אויבן, אז מען פרובירט יעצט אצינד זיך קומען צו אן אפמאך יא צו שרייבן לימודים אדער נישט, און סלונים האט אויסגעפירט אין ס'פארשטייט קלאר יעדער, דאס אז מען ברענגט אריין נאך צוויי מוסדות, ביים ימי עיון, גיט א פנים פאר דעם גאנצען ימי עיון ווי א בלויזער פארברענג פון אלע קינדער פון שטאט, און דער בג"ץ האט דאך מסכים, ווייל ער האט געזוכט דעם וועג ארויס, און ער האט נאכגעגעבן פאר סלונים. די איינציגע וועג מען וועט קענען אנוויזן אז דער בג"ץ האט געוואונען וועט זיין אויב די סלונימ'ער קינדער און אומערליכע קינדער, וועלן אנקומען קומעדיגן חודש אלול, אין אנהייבן די לימודים אין איין קלאס צימער. און נאכמאל צו דער פריער דערמאנטער נקודה, דער ידיעות אחרונות, האט פון די זיבן זאכן וואס זענען ארויף אויף זיין דעקל היינט, נישט געפונען פאר וויכטיג צו באריכטן די ענדע פון א געשיכטע וועלכע האט פארנומען העדליינס במשך צוויי וואכן, בפרט ווען לויט אייך האבן דאך די פרייע געוואונען און עכ"ז האבן זיי נישט געקענט אוועקגעבן איינס פון די זיבן העדליינס פאר די ענדע פון די פרשה? נאר דער תירץ איז ווי פריער געשריבן, דער בג"ץ\פרייע האבן פארלוירן, און זיי קענען נישט קוקן דעם פאקט אין פנים אריין.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 05:16 |
|
| |
הערט די שטעלונג פונעם ועד משמרת חומותיך, אויף קול סאטמאר, (קול החרדים באה"ק אפטיילונג).
הערט אויף 2, 2, 0, פונעם מעין מעניו.
(יענקעלע, דעת תורה היפך דעת בעה"ב, דו הערסט נייעס אין מקוה, די רבנים פון ועד משמרת האבן דורכגעטוהן די נייעס זייער טיף, ברייט און קראנט).
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 05:13 |
|
| |
יא יא א קליין געווינס א שוואכע געווינס סלונים האט זיך געבראכען ליידער פאר'ן בג"ץ
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 04:54 |
|
| |
א וודאי פראבירן די סלונימער דאס מלבש זיין אין א ניצחון, אבער מיט אביסל עיון זעט מען אז זיי האבן זיך געבראכן צום בג''ץ, דער בג''ץ האט געשפילט א געים אז זיי מיינען נאר צו ראטעווען די ספרדישע מיידלעך פון ראסיזאם, (גזענות) אבער למעשה האבן זיי געשריגן אז כבוד בית המשפט שטייט העכער פון אלעמען, און מיט דעם פוינט האבן זיי שטארק געווינען און אנדעם אז סלאנים זאל זיך ברעכן וואלט זיך דאס נישט גיענדיקט, זיי האבן פארלאנגט אז סלאנים דארף אריין נעמען די ספרדישע מיידלעך, און אז מען דארף לערנען "צוזאמען", זיי איז נישט אנגעגאנגן ווי מען לערנט אין דעם בנין אדער יענעם בנין, צו מען לערנט פרשת פנחס, צו להבדיל אהבת מדינת ישראל, זיי וואלטן לכאורה אפילו צופרידן געווען ווען זיי פארן "צוזאמען" אויף א טיול (טריפ), אבער "צוזאמען", דארף עס זיין!, און סלאנים האט געשריגן אז מען קען זיי נישט צווינגען וועם זיי זאלן אריין נעמען אין זייערע מוסדות און אז מען קען זיי נישט צווינגען אז זייערע קינדער זאלן לערנען צוזאמען מיט קינדער פון א שוואכן קאליבער, זיי האבן געשריגן אז אויף דעם פרינציפ זענען זיי גרייט אפילו אויף מסירת נפש, נו, מסרו נפשם לשטן, זיי האבן זיך שיינערהייט געבראכן און צוזאמען געשטעלט די מיידלעך פאר די לעצטע דריי טאג כאוות נפשם פונעם בג''ץ, און זייערע לויערס האבן געזאגט אז סלאנים איז מעריך דעם פסק פון בג''ץ, דאס הייסט ביי מיר זיך געבראכן.
איך פארשטיי אז סלאנים שרייט אז זיי האבן געווינען ווייל מען איז נישט צוזאמען אינעם געווענדליכן סקול בילדינג, און אז מען לערנט נישט צוזאמען די געווענדליכע לימודים, אבער דער דאזיגער פשעטיל טוישט נישט דעם מציאות אז זיי זענען "צוזאמען" כפי פסק הבג''ץ.
למה הדבר דומה: (ענטשולדיגט פארן צוזאמען שטעל מיט סאטמארע פאליטיק, אבער דאס איז זייער ענדליך) יעדער ווייסט אז פאר דריי וואכן צוריק זונטאג אינדערפרי האט ר' דוד עקשטיין זיך גענומען צו צוווארפן דעם פראנט פונעם רעבעצינס דירה כדי צו פארברייטערן דעם פארקינג פאר די מתפללי בית המדרש הגדול, די בני יואל האבן זיך אראפ געווארפן פאר די טראקטארס און זיך געלאזט ארעסטירן כדי דאס צו סטאפן, למעשה האבן זיי דערווישט א ריכטערין וואס האט זיי געגעבן א TRO און פארלאנגט אז מען זאל זאפארט סטאפן צו ארבייטן אין די 30 פוס פונעם בנין, יעדער האט געוויסט אז דאס איז א TRO וואס מיינט קלאר א פראוויזארישער פסק, אבער דאס האט נישט צוריק געהאלטן די בני יואל פון צו קלעימען וויקטארי, און האבן נאך געשריגן אז זיי האבן גאר געווינען גאנצע 30 פוס פונעם פראנט יארד, ווען דער אפעלעט האט ארויס געשליידערט דעם TRO און פאקטיש געגעבן פאר קהל די גרין לייט זאפארט ממשיך צו זיין מין צו שטעלן דעם פארקינג ביז הארט צום בנין, וואס האבן די בני יואל מפרסם געווען מיט א טריאומפ, -לאכט נישט- "די אהרונים האבן היינט געכאפט א מעכטיגן נידערלאגע ווען דער אפעלעט געריכט האט זיי שטרענג געווארנט נישט צו צורירן צום בנין פון די רעבעצין, זיי האבן ערלויבט ווייטער צו בויען דעם פארקינג לאט, אבער האבן זייער שטרענג געווארנט אז אויב רירן זיי אן דעם בנין איז אחת דתם" יא! א מעכטיגער געווינס, איי דער בנין איז בכלל נישט געווען דער נושא פון דעם געפעכט, און פונקט ווי זיי קענען נישט צורירן צו מאיר דייטש'נס פריוואטער הויז, און נישט צו יאשקע מסור'ס הויז אזוי קענען זיי געוויס נישט צורירן צו דעם בנין וואס דאס געריכט האט זיי דאס שוין פון לאנג געגעבן בעלות, אבער מען דארף דאך געווינען, מאכט אזא פשעטיל און מען שטעלט אן דעם פנים פון א מנצח,
כן הדבר הזה, דא איז נישט געווען קיין שום מדובר, ווי מען דארף זיין "צוזאמען" און וואס מען דארף לערנען "צוזאמען", איין זאך האט דער בג''ץ שטרענג פארלאנגט, אז סלאנים דארף זיך ברעכן און "צוזאמען" שטעלן די ספרדישע מיידלעך, נו, סלאנים האט נישט געהאט קיין ברירה, און זיך געבראכן און צוזאם געשטעלט די מיידלעך, איי וואס שרייט מען? וואס איז מיטן מסירת נפש? מען דארף דאך האבן געווינען? נו, אויף דעם איז דא א עצה, מיר האבן געווינען ווייל מען לערנט נישט אין דעם גיהעריגן בית הספר נאר אין א אנדערן בנין, און מען לערנט נישט די געווענדליכע לימודים, נאר עפעס דרשות, א זייער שוואכער געווינס,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 02:08 |
|
| |
*--[endif]* דער ידיעות אחרונות דער גרעסטער צייטונג אין מדינת ישראל, וועלכע זוכט אלץ צו העצן קעגן די חרדים, אין ער האט במשך די גאנצע צייט ברייט געדעקט די פרשה, האט צוליב דעם שווערן דורכפאל פונעם בג"ץ (וועלכע איז אינאיינוועגס אויך דורכפאל פאר אלע פרייע) אפילו נישט דערמאנט א ווארט אויפן דעקל. געגאנגען די נקודה איז געוועהן דער פרינציפ נישט צו גיין לערנען מיט די אומערליכע קינדער, און אז דעת תורה שטייט העכער אלעם. ביידע האט סלונים ערייכט, די קינדער לערנען נישט צוזאמען, בלויז שיעורים הונדרעטער קינדער אונטער איין דאך, מען לערנט נישט צוזאמען אין די קלאסן, (ס'דא א קליפ דערפון אויף בחדרי) און אזוי אויך האט מען געצייגט אז דעת תורה איז העכער אלעם, די מדינת ישראל געריכט האט בלית ברירה אנגענומען די פשרה וואס דער סלונימער רבי און ר' עובדיה יוסף האבן געמאכט צווישן זיך, נאר ער האט זיך געטרייסט אז מען טוט עס צוליבן כבוד פון געריכט. אין בנוגע דאס וואס עס גייט זיין דעם קומעדיגן לערן יאר, סלונים זאגט קלאר אז זיי גייען עפענען אן אייגן מוסד, און ס'פארשטייט זיך אליינס, אז זיי גייען קיינמאל נישט צוריקגיין לערנען מיט די קינדער פון די אומערליכע שטובער, כ'זעה נישט אויף וואס די באזירסט דיינע חששות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 00:09 |
|
| |
משה, ס'איז קלאר אז ביידע זייטן האבן זיך אביסל געבראכן.
אבער די הויפט שאלה דא איז געווען "פרינציפ", ווער איז באלעבאס, ווי דער סלאנימער רבי אליין האט אזוי גוט ארויסגעברענגט אין זיין בריוו פאריגע וואך.
און אויף דעם פרינציפ האט זיך סלונים געבראכן.
ס'איז זיכער אז די פרייע פרעסע איז נישט צופרידן. פאר זיי איז סאך א גרעסערע פראסק די עצם מציאות אז סלאנים ווייזט אז זיי זענען גרייט צו זיצן אונטער איין דאך מיט ספרדי'שע מיידלעך. פאר זייער העץ קאמפיין קעגן די חרדים טאר מען דאס נישט ווייזן פאר'ן עולם גולם, זיי מוז מען נאר ווייזן אז די חרדים זענען ראסיסטן, "גזעניים".
ווי פריער געזאגט. די עיקר שאלה איז וואס גייט זיין פאר אנהייב קומענדיגן זמן, ט"ו אלול. און דער עצם מציאות אז סלונים האט יעצט איבערגעלאזט אפילו נאר א קליינעם פתח צו טראכטן אז זיי גייען זיך ברעכן האט שוין צוברעקלט די מערכה. מ'שטעלט נישט אויף קיין מיידל שולע פון איין מינוט אויף די אנדערע, און זייער וואקלען זיך מיינט פארלוירענע טייערע צייט.
הלואי זאל זיך ארויסשטעלן אז די חששות זענען איבערגעטריבן.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 29/06/2010 00:10:27
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 23:17 |
|
| |
הולך אדרבא ברענג לינקס אהער,לאמיר זעהן. יענקלע די גלייכסט צו זיצן אין איין קלאס און לערנען אינאיינעם זיין אינאיינעם שפילן אינאיינעם וכו', צו דאס זיצן פון עטליכע הונדרעט קינדער אין א גרויסן זאל אפאהר שעה אין טאג און הערן דרשות?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 22:44 |
|
| |
גייען זיי לערנען צוזאמען מיט די ספרדישע מיידלעך די לעצטע דריי טאג?, דער ענטפער איז יא! און דאס האט דער בג''ץ פארלאנגט און סלאנים האט נאכגעגעבן, דאס איז זיכער אז דער בג''ץ האט זיך געוואלט ארויס זען פונעם פלאנטער, און סלאנים האט זיך אויך געוואלט ארויס זען פונעם פלאנטער, אבער קיינער האט נישט געוואלט נאכגעבן א אינטש, דער בג''ץ האט געשריגן אז די חרדים דארפן זיך אויסלענרנען צו פאלגן דעם בג''ץ, און אז אנדעם קען מען נישט פירן א מדינת החוק, און סלאנים האט געטענה'ט אז אין חינוך הבנות ווילן זיי נישט הארכן דעם בג''ץ נאר דער פסק פון די רבנים איז מכריע, למעשה אין דעם אינזיכט האט דער בג''ץ געווינען, אמת, זיי האבן אביסל נאכגעגעבן פון זייער שארפן פארלאנג, אבער זיי האבן זיך געקשן'ט אז מען דארף צוריק גיין אין סקול "צוזאמען" מיט די ספרדים, און דאס האט סלאנים נאכגעגעבן טראץ וואס זיי האבן געשריגן אז אפילו מען לייגט זיי ביי די וואנט און מען גייט זיי שיסן וועלן זיי דאס נישט נאכגעבן, און דער חילול השם פון זייערע לויערס וואס האבן גערעדט בכבוד בית המשפט וואס דאס האט דער בג''ץ געוואלט הערן, און דאס גיט זיי א ניצחון, יא, מיט א שטיקל פשעטיל קען מען רעדוצירן, אדער אפילו עלימינירן זייער געווינס, אבער ווער איז אינטרעסירט אין פשעטליך און הסברים, אויבן אויף האט דער בג''ץ געווינען, כן נראה לפי עניית דעתי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 22:05 |
|
| |
משהמענטש די קענסט פראבירן צו ארבעטען אויף די חברה דא אבער נישט אויף מיר אז די ווילסט וועל איך דיר לייגן דא לינק'ס פון ידיעות אחרונות, מעריב, ערוץ 1, ערוץ 2, ווי זיי האבן א צהלת פנים אז ענדליך האבן זיך די חרדים געבראכען פאר'ן בג"ץ און פארוואס? פאר אפאר גרייצער'ס
|
|
|
|
|