בית פורומים כל העולם כולו

היינט: סיום מס' יומא, והתחלת מסכת עשירי, קרית ויא''מ מאנטיסעלא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/6/2010 00:54 לינק ישיר 
היינט: סיום מס' יומא, והתחלת מסכת עשירי, קרית ויא''מ מאנטיסעלא

פין בחצרות סאטמאר

צענטראלער סיום מסכת יומא והתחלת מסכת סוטה און היכל זכרון יחאל מיכל און קרית ויואל משה מאנטיסעלא נ.י.

 

אין די שעות קומט פאר דער צענטראלער סיום מסכת יומא און התחלת מסכת סוטה במעמד אלפי אנשי שלומני ובראשום כ"ק מרן רבינו שליט"א דער מעמד קומט פאר און ביהמ"ד הגדול זכרון יחיאל מיכל מאנטיסעלא נ.י. ווי מען איז מסיים דעם ניינטען מסכתא און מען הייבט אן דעם צענטען מסכתא.

 

דער מעמד וועט זיך אנהייבן אום 4:30 ווי ס'וועט פארטיילט ווערן א סעודה של מצוה פאר'ן גאנצען קהל הקודש נתנדב געווארן לע"נ הרה"ק ר' אלעזר מרישא זי"ע וועמעס יארצייט פאלט אויס היינט.

 

אלס יו"ר וועט דינען הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שלעיט"א מנהל רוחני פון מכינה לישיבה אין מוסדותינו הק' אין ב"פ דערנאך וועט אויפטרעטען הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם דומ"ץ דקהילתינו 18'טע עוו. מיט סיפורי צדיקים לרגל דעם יארצייט פון דעם פועל ישועות הרה"ק ר' אלעזר מרישא זי"ע, דערנאך וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א מסיים זיין די מסכתא און אנהייבן די צענטע מסכתא, אלס נואם הכבוד וועט דינען הרה"ג מזקני ראשי ישיבות רבי משה גרין שליט"א ר"י ד'מאנסי, מרן רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש אום 6:00 נאכמיטאג ברכת המזון וועט זיין אי"ה אום 7:30 דערנאך וועט פאר'ן די באסעס צוריק אויף ווילאמסבורג.

 

-והעשירי יהיה קודש-

♦♦♦

שירו לו שיעור חדש

 

און די טעג ווען אלפי אנשי שלומינו הייבן אן די צענטע מסכתא און ראם פון חבורת יסודי התורה האט מען און שטאט מעלברוין אוסטראליע אנגעהויבן א נייער שיעור דורך הרה"ח ר' יעקב אפנהיימער הי"ו, אזוי אויך וועט געפראוועט ווערן דער סיום אויף מסכת יומא דעם דינסטאג און שטוב פון הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו ראה"ק דקהילתינו הק' און מעלברוין אוסטראליע.

 

אזוי אויך קומען פאר מערערע סיומים ווי שוין געמאלדען פאריגע וואך







דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2010 02:27 לינק ישיר 
ירושלים

מעמד סיום מס' יומא בבית מדרשינו אין ירושלים עיה"ק

ומעמד התחלת כתיבת ספר תורה לזכר נשמת הרה"ח ר' בנציון דאווידאוויטש ז"ל

 

האדמו"ר מ'דעעש ב"ב שליט"א - נואם הכבוד

 

 

הגה"צ אבד"ק סעקעלהיד שליט"א ברידער פון יבדלחט"א הרה"ח ר' בנציון דאווידאוויטש ז"ל

 

הר"ר משה צבי סופר הי"ו מאכט דעם סיום

 

הרה"ג דוב בער קליין שליט"א

 

מוה"ר מנחם מענדל פאלאטשעק הי"ו 

 

א חלק פון ציבור ביים מעמד

 

הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א ביים התחלת כתיבת ספר תורה

 

סעקעלהיד'ער רב שליט"א ביים כתיבת אותיות

 

הרה"ג ר' יושע אשר כהנא שליט"א ראה"כ רבנים בכולל למצייונים ויואל משה

 

 הר"ר משה צבי סופר הי"ו ביי ברכהמ"ז




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2010 02:27 לינק ישיר 
בחצרות סאטמאר

 

סיום מסכת יומא והתחלת מסכת סוטה נעכטען אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל - אין קרית ויואל משה מאנטיסעלא נ.י. 

מיט א שמחה של מצוה איז נעכטען נאכמיטאג פארגעקומען דער געהויבענער מעמד סיום מסכת יומא און התחלת מסכת סוטה וואס ווערט געלערנט דורך אלפי אנ"ש אין די ראמען פון "חבורת יסודי התורה" וועלכער איז נתייסד געווארען דורך מרן רבינו שליט"א.

 

דער מעמד האט זיך אנגעהויבן גאהר פונקליך ווען אלס יו"ר האט געדינט הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל רוחני פון כיתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק, דערנאך האט אויפגעטערעטן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו. אין ב"פ מיט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אלעזר מרישא זצ"ל נכד פון דעם הייליגען רבי אלימלך זי"ע, וואס דער סעודת הסיום איז נתנדב געווארן לעילו נשמתו לרגל די יומא דהילולא זי"ע.

 

נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א האט מסיים געווען די מסכת און געזאגט דעם הדרן, האט אויפגעטרעטען דער נואם הכבוד הרה"ג רבי משה גרין שליט"א ראש ישיבה ד'מאנסי, איבער דאס חשיבות פון לימוד התורה דרבים.

 

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען די דברות קודש ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון לימוד התורה און אז יעדער איינער זאל זיך אנשליסן אין די חבורה.

דער רבי שליט"א האט ערווענט די געוואלדיגע סגולה פון לימוד מס' סוטה וואס וועט העלפן אויף די היינטיגע נסיונות היצר.

 

מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקרי'.

 

מיט פולע הויפענעס חיזוק איבער דאס חשיבות פון לימוד התורה ברבים איז דער עולם זיך צוגאנגען מחיל אל חיל ווייטער ממשיך זיין פון איין מסכת צו צווייטען.

 

-שישו ושמחו בשמחת התורה- 

 ♦♦♦

 

היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאוועט שחרית אין ישיבה גדולה - שיעור ג' ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר ליפא גרויס הי"ו פון וויליאמסבורג.

 

היינט נאכט וועט זיין די לעצטע געלגענהייט פאר זמן כניסה ביי מרן רבינו שליט"א בעפאהר דער רבי שליט"א גייט אי"ה  אויף אפרוה.

 

זמן כניסה היינט נאכט איז פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

 ♦♦♦

 

סיום מס' יומא געפראוועט געווארען אין אלע צענטערן

מאנטריאל

אין מאנטריאל איז דער סיום פאהרגעקומען אין קרית ברך משה זוממער קרי' ווי עס איז זיך צוזאמענגעקומען א שיינער צאהל אנשי שלומינו לומדי וחברי חבורת יסודי התורה צו א רייך צוגעגרייטע סעודה לכבודה של תורה.

 

עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער הי"ו מנהל התאחדות אברכים  וועלעכער האט מיט א ווארימע דרשה אנגעווארעמט די לבבות אנ"ש ווייטער אנצוהאלטן און גיין מחיל אל חיל אין די ראמען פון די הייליגע חבורה.

 

דער סים און אמירת ההדרן האט געמאכט הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מנהל במתיבתא הק' וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פאהרן צו דינען אלס נואם הכבוד ביי דער מסיבה.

 ♦♦♦

 

מאנטשעסטער

אין שטאט מאנטשעסטער איז פאהרגעקומען נעכטן דער סיום אין היכל בית מדרשינו ווי עס איז סערווירט געווארען א שיינער סעודה מיט די השתתפות פון פולע אנשי שלומינו פון די שטאט.

 

הגה"צ אבד"ק קהלתינו שליט"א האט מסיים געווען און געזאגט דעם הדרן, און האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המאורע.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יצחק אדלער שליט"א מגי"ש בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו אין מאנטשעסטער.

 ♦♦♦

 

ירושלים עיה"ק

נעכטען איז פארגעקומען דער סיום מסכת יומא און בית מדרשינו און ירושלים עיה"ק אינאיינעם מיט'ן מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לע"נ פון הרה"ח ר' בנציון דאווידאוויטש ז"ל וואס ווערט געשריבן דורך קהלתינו הק'.

 

אום 9:00 אזייגער האט זיך אנגהויבען די סעודה של מצוה אלס יו"ר האט געדינט הר"ר מנחם מענדל פאלאטשעק הי"ו מגי"ש בבית מדרשינו, דערנאך האט אויפגעטרעטען מיט דברי פתיחה הרה"ג ר' דוב בער קליין שליט"א מרבני הכולל, מיט'ן סיום מסכת איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה צבי סופר הי"ו פטרון מס' סוטה אין ירושלים לע"נ זיין טאטע הרה"ח ר' שמואל בנימין ב"ר מרדכי אפרים פישל ז"ל.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטען אלס נואם הכבוד כ"ק האדמו"ר מדעעש בני ברק שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די שבח פונע'ם חבורה וואס איז נתייסד געווארן דורך מרן רבינו שליט"א דער ממשיך פונע'ם גאלדענעם שלשלת פון בית סיגוט-סאטמאר, און אויך האט דער נואם הכבוד שליט"א ארומגערעדט אז עז איז בלי שום ספק אז דער גאנצער מערכה וואס שפיעלט זיך אפ אצינד אין ארה"ק איז נאר בכוחו של אותו זקן מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

 

דערנאך האט הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א אנגעהויבן מיט'ן כתיבת ספר תורה. און האט אויפגעטראטען מיט קורצע דברי ברכה.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטען הרה"צ ר' משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א אב"ד סעקלהיד ב"ב א ברודער פון הרה"ח ר' בנציון ז"ל מיט דברי הערכה אויף זיין ברודער.

 

אום 11:00 אזייגער האט הגה"צ דער דיין שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' משה צבי סופר הי"ו מיט ברכת המזון.

 

עס  ווערט איבער געגעבן פונעם וועד לכתיבת ספר תורה אז ווער ס'וויל זיך משתתף זיין מיטן זכות פון דעם ספר תורה קען רופן מוה"ר דוב בער דאווידאוויטש הי"ו אויף 057-312-1060.

 ♦♦♦

 

בני ברק

אין בני ברק איז נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן די שיינע מעמד "סיום מסכת יומא" אין היכל ביהמ"ד ויואל משה דחסידי סאטמאר בני ברק יצ"ו, עס האט געהערשט אַ יו"ט'דיגן שטימונג לכבוד די סיום המסכתא וועלכע איז געלערנט געווארן דורך נאנט צו דריי הונדערט בני הקהילה בליעה"ר אין די ראמען פון די וועלט'ס בארימטע חבורת "יסודי התורה".

 

איינגעלייטעט די מעמד הסיום האט דער חשוב'ער טשערמאן הר"ר חיים דוב בלוישטיין הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די שמחת הקהילה היינטיגן טאג מיט'ן מסיים זיין נאך אַ מסכתא וועלכע איז געלערנט געווארן מיט גרויס התמדה און חשקות התורה דורך די הונדערטער לומדי השיעורים.

 

ווי אויך האט דער געניטער יו"ר מזכיר געווען לשבח די הויפט בעלי שמחה די חשוב'ע מגידי שיעור כאו"א בשמו הטוב יבורך וועלכע לערנען פאר די שיעורים, איבערהויפט האט ער אויסגעלויבט בשם כל הקהל הקודש דעם מייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, און אזוי אויך זיין ציר נאמן הגה"צ דער ראש הישיבה שליט"א וועלכער באגלייט די גאנצע סדר הלימודים און ער שטייט בראש פון די חשוב'ע אוממידליכע עסקני החבורה שליט"א.

 

מיט'ן סיום ואמירת ההדרן איז נתכבד געווארן דער עלטסטער פון צווישן די מגידי שיעור פון יסודי התורה הרבני הנכבד הרב בנימין זאב ווייס שליט"א.

 

עס איז געווען אַ ערהארבן בילד מלא התרגשות צוזעהן ווי הונדערטער אידן אנגעהויבן פון אינגעלייט אונטער די צוואנציג יאהר און אזוי ווייטער ביז די בעה"ב וזקנים אינעם טיפן עלטער פון אכציג יאהר און ארויף לאויט"א, אלע אינאיינעם בשבת אחים גם יחד זענען בעלי שמחה אינעם סיום המסכתא און זאגן צוזאמען מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש די תפילת והערב וואס מ'זאגט בסיום מסכת.

 

דאן האט דער טשערמאן אויפגערופן איינער פון די חשוב'ע מגידי שיעור הרב שמעון יואל בראך הי"ו זוהן פון הרבני הנגיד מוה"ר שלמה יודא בראך הי"ו דער נדבן פון די סעודה של מצוה לגומרה של תורה.

 

דערנאך האט זיך די ציבור צוגעהערט מיט אַ שטילקייט צו די שיינע דרשה פונעם נואם הכבוד כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א א נאנטער ידיד פון די קהילה זייענדיג א מתפלל אין ביהמ"ד, ער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט דברי חיזוק והתעוררות איבער די גרויסקייט פון קביעות עתים לתורה.

 

ביים ענדע פון זיינע ווערטער האט דער סטריקוב'ער רבי שליט"א מרבה געווען בשבח פון די חבורת יסודי התורה וועלכע קלינגט אפ מיט איהר געוואלדיגע הצלחה אין די גאנצע עולם התורה והחסידות, ומייסדה בראשה כ"ק מרן רבינו שליט"א וועלכער האט געגרידעט די הייליגע חבורה.

 

דערנאך האט אויפגעטרויטן דער ראש ישיבה שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט אז די סיום מסכת איז פאסיג ביים אריינטרעטן אין די ימי בין המצרים, ווי אויך האט ער באגריסט דעם נדבן הסעודה הרבני הנגיד ר' שלמה יודא בראך הי"ו, און אזוי אויך האט ער באגריסט הרבני הנגיד ר' זלמן לייב וואלדמאן הי"ו א לאנג-יעריגער תומך נלהב פאר די סאטמארער קהילה אין ב"ב מיט זיין זוהן ר' יוסף זאב הי"ו א קביעות'דיגער שטיצער פון די חבורת יסודי התורה אין ב"ב.

 

ביים ענדע האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען מ'זאל ווייטער מתפלל זיין פאר די רפואה פון די באבע הרבנית הצדיקת תליט"א.

 

נאך די דרשה האט זיך די ציבור ארויסגעלאזט אין א ריקוד של מצוה בשמחת התורה, מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן דער ראש ישיבה שליט"א, נאכ'ן בענטשן האט זיך די עולם צושפרייט מיט אַ געהויבענעם גייסט און התרוממות הנפש זייענדיג פעסט אנטשלאסן אנצוגיין ווייטער מיטן לימוד הש"ס ביתר שאת וביתר עוז.

  ♦♦♦

 

יומ"א טבא לרבנן

  ♦♦♦

 

מעמד סיום מס' יומא והתחלת מס' סוטה בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל בקרית ויואל משה

בילדער דורך:

SOS IMAGES

 

הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - יו"ר

 

הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ דקהלתינו 18'טע עוו.

 

 

 

דער רבי שליט"א ביים הדרן

 

הרה"ח ר' שמואל אברעלאנדער הי"ו סגן ראה"ק ביי קדיש

 

מרן רבינו שליט"א באגריסט ידי"נ הרה"ג דומ"ץ פאפא ב"פ שליט"א

 

ביי לחיים

 

 

דרשת הרה"ג רבי משה גרין שליט"א ר"י ד'מאנסי - נואם הכבוד

 

 

 

ביי די דברות קודש פון מרן רבינו שליט"א

 

 

 

 

 

 

הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקרי' ביי ברכת המזון

 ♦♦♦

קרית ברך משה - מאנטריאל

 

הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו

 

א חלק פונעם ציבור

 

 

 

הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מנהל במתיבתא הק' - נואם הכבוד

 ♦♦♦

בני ברק

 

הרב חיים דוב בלוישטיין הי"ו - יו"ר

 

הר"ר בנימין זאב ווייס הי"ו מגי"ש בחבורת יסודי התורה ביים מסיים זיין

 

הרב שמעון יואל בראך הי"ו זוהן פון הרבני הנגיד ר' שלמה יודא בראך הי"ו וועלכער האט מנדב געווען די רייכע סעודה של מצוה

 

כ"ק אדמו"ר מ'סטריקוב שליט"א - נואם הכבוד

 

הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א

 

דער ראש ישיבה שליט"א ביי ברכת המזון

 

הרבני הנגיד ר' יקותיאל יודא וואלדמאן הי"ו און זיין זוהן הנגיד ר' יוסף 

וואלדמאן הי"ו נעמען א ברכה פון כ"ק  האדמור מ'סטריקוב שליט"א

 

א חלק פון הערליכן ציבור ביים מעמד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2010 04:04 לינק ישיר 

יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 01:09 לינק ישיר 

אלע מעלדונגען זענען פין בחצרות סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2010 01:06 לינק ישיר 

סיום מס' יומא ביי שיעור פון הרה"ג ר' אפרים יצחק הילמאן שליט"א אין וויליאמסבורג
נעכטען איז פארגעקומען א שיינע סיום מס' יומא פאר די שיעור פון הרה"ג ר' אפרים יצחק הילמאן שליט"א ווי עס האט אויפגעטרעטען הגה"צ דער וויליאמסבורג'ער רב שליט"א, און דער מגיד שיעור פון די חבורה, און דערנאך איינע פון די חברי השיעור מוה"ר אברהם יושע ווייס הי"ו, און דער גאסט רעדנער פה מפיק מרגלית הר"ר פישל שעכטער שליט"א.
 ♦♦♦


סיום מס' יומא ביי שיעור פון הר"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו אין בארא פארק
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א סיום מס' יומא פון די שיעור וואס ווערט טעגליך פארגעלערנט יעדן אינדערפרי  הר"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו, ווי דער מגי"ש האט מסיים געווען און געזאגט דעם הדרן, און דערנאך אויפגעטערעטן, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל התאחדות אברכים הרה"ג ר' נפתלי הירצקא קליין שליט"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2010 01:02 לינק ישיר 

מעמדי סיום פון חבורת "יסודי התורה" אין אלע צענטערן איבער די וועלט
אצינד גרייטן זיך טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט מסיים צו זיין מס' יומא אין די מסגרת פון די חבורת יסודי התורה וועלכער איז נתייסד געווארן דורך מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און גלייכצייטיג אנצוהייבן מס' סוטה אלס דער צענטער מסכת אונטער די ראמען פון די חבורה.


צענטראלער סיום
דער צענטראלער סיום וועט אי"ה פארקומען קומענדיגן זונטאג במעמד אלפי ישראל אין ביהמ"ד הגדול פון קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א – מייסד החבורה.


מאנסי
אין מאנסי וועט אי"ה פארקומען דער סיום אין בית מדרשינו הגדול דעם דאנערשטאג נאכט פ' בלק הבעל"ט.
 
מאנטריאל
אין מאנטריאל קומט אי"ה פאהר דער סיום אין קרית ברך משה דעם קומענדיגע'ן זונטאג, ווי הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ במתיבתא הק' וועט זיין דער נואם הכבוד.


לאנדאן
אין לאנדאן קומט אי"ה פאהר דער סיום היינט נאכט אין בית מדרשינו הגדול, (זעה בייגעלייגטע מודעות).


אנטווערפן
אין אנטווערפן קומט אי"ה פאהר דער סיום מארגן אווענט באולם זכרון בנימין ווי דער רבי שליט"א וועט אי"ה משמיע זיין דברות קודש דרוך א הוק-אפ, (זעה בייגעלייגטע מודעות).


ירושלים עיה"ק
אין ירושלים עיה"ק וועט אי"ה דער סיום געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן זונטאג פ' פנחס הבעל"ט אין בית מדרשינו אינאיינעם מיט א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה לע"נ הרה"ח ר' בנציון דאווידאוויטש ז"ל מחשובי בני הקהלה. (זעה בייגעלייגטע מודעות).


בני ברק
אין קהלתינו הק' אין בני ברק וועט דער סיום מס' יומא פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג אווענט הבעל"ט אין גרויסן ביהמ"ד אין שיכון. (זעה בייגעלייגטע מודעות).


-עבידנא יומא טבא לרבנן-




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2010 00:59 לינק ישיר 

סיום מס' יומא אין ביהמ"ד בית ברוך – קרית יואל
נעכטן אווענט איז אין ביהמ"ד בית ברוך אין קרית יואל פארגעקומען א שיינער סיום במסכת יומא וואס איז געלערנט געווארן אין מסגרת פון חבורת יסודי התורה, וואס ווערט טעגליך פארגעלערנט דורכ'ן רב הביהמ"ד הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן כ"ק מרן רבינו שליט"א, אינאיינעם מיט א שבע ברכות לכבוד'ן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל, לרגל השמחה בביתו בנישואי נכדו הבה"ח ני"ו זוהן פון יבדלח"ט ר' ברוך בענדיט ז"ל לע"נ וועמען דער ביהמ"ד איז געבויעט געווארען.


א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן לכבוד'ן מעמד, צו ערשט האט אויפגעטרעטן האברך ר' זאב אהרן טעללער הי"ו וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן מעמד, דערנאך איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד.


דער רב שליט"א האט געמאכט די סיום און געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש לרגל המאורע, בתוך הדברים האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער אלס חבר החבורה האט אויך היינט מסיים געווען די מסכת.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נדבן הביהמ"ד ר' אברהם הי"ו וועלכער האט צווישן זיינע ווערטער געבעטן די מתפללים ווייטער צו שטיין על המשמר צו לערנן און דאווענען און נישט שמעסן ביים דאוונען און קריאת התורה.


דערנאך האט אויפגערעטן די רב הביהמ"ד שליט"א וועלכער האט אין זיינע ווערטער שיין משלב געוען דעם סיום מיט די שמחת השבע ברכות.


דערנאך האט דער באוואוסטער משמח אלוקים ואנשים הר"ר הערשל פריעדמאן הי"ו משמח געווען לכבוד די שמחה, מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, און מיט די ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג נפתלי צבי קאהן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', הר"ר אייזיק פוקס שליט"א, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו ראה"ק, מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו מראה"ק, מוה"ר יצחק פעדער הי"ו, און מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן דער רב שליט"א.


דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט אין א פרייליכע טאנץ פון וואס דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט א גייסט פון שמחה דקדושה און התרוממות הנפש.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2010 00:55 לינק ישיר 

סיום מס' יומא אין אנטווערפן
מיט א ברודערליכע אחדות און אונטער א געהויבענעם אטמאספערע, האבן אנ"ש תושבי אנטווערפען יצ"ו מיטגעהאלטן דעם גרויסן מעמד "סיום מס' יומא" און התחלת מס' סוטה, וועלכע איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג אווענט אינעם גרויסן זאל אונטערן ביהמ"ד זכרון בנימין.


א רייכער סעודה כיד המלך איז מנדב געווארן דורך הרה"ח ר' משה חיים סאמעט הי"ו מחשובי אנ"ש אין אנטווערפן, וועלכער האט מנדב געווען די סעודה אלס סגולת "סעודת הושע בן בארי" לרגל א סעודת הודאה נאכ'ן זיך ערהוילן ב"ה.


עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שמעון קטינא שליט"א מגי"ש חבורת יסודי התורה אין אנטווערפן, וועלכער האט דערנאך האט מסיים געווען און געזאגט דעם הדרן.


דערביי זענען אויך פארגעשטעלט געווארן פארן חשובן ציבור די בוי-פלענער אויפן בנין הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפען יצ"ו דורך העסקן הדגול מוה"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו, און דער ציבור האט דערביי געהאט די געלעגנהייט צו זאגן הערות און קאמענטארן פאר הנהלת קהלתינו הק'.


בחרדת קודש האט דער ציבור אויסגעהערט די ווארימע ברכות הקודש וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט משמיע געווען דורך א הוק-אפ, דער רבי האט אנגעהויבן די דב"ק אז אין אנטווערפען איז שוין ביינאכט, י"א תמוז ווען עס איז די יומא דהילולא פון הרה"ק ר' צבי הירש מזידיטשוב זי"ע, און עס איז אוודאי מסוגל ווען אידן קומען זיך צוזאם מסיים צו זיין א מסכתא און אנצוהייבן א נייע מסכתא. דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ווען אנ"ש קומען זיך צוזאם מסיים צו זיין א מסכתא, ווען אין די היינטיגע שווערע זמנים קען מען זיך נישט האלטן אן די כח התוה"ק, און נאר די תורה איז מגין אין די שווערע זמנים, נאכזאגנדיג וואס רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע פלעגט צו זאגן "ואין לנו שיור רק התורה הזאת", דער רבי האט ארויסגעברענגעט אז "אינו דומה מועטין העושין את המצות למרובין העושין את המצות" ווען אין אנטווערפען און אזוי אויך אנ"ש בכל מקומות מושבותיהם ענדיגן אין די טעג די מסכתא און הייבן אן א נייע מסכתא, דער רבי האט דאן ממשיך געווען אז "בשורה טובה תדשן עצם" אז מען האט שוין ב"ה זוכה געווען צו שליסן דעם מקח אויפן גרויסן בנין, און מען גרייט זיך שוין עס איבערצובויען מען זאל זיך קענען אריינציען אינעם בנין ווי שנעלער, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט מיט התרגשות: "עס וועט אי"ה זיין א שיין לעכטיג חסידיש בית המדרש אין אנטווערפען לשם לתפארת ולתהלה", ווי אנ"ש וועלן לערנען אינאיינעם און דינען דעם באשעפער אינאיינעם ע"ד המקובל לנו מאבותינו ורבותינו, דער רבי האט מחזק געווען דעם ציבור און די עסקנים "גייט'ס ווייטער אן מיט די הייליגע ארבייט" און אויסגעפיהרט אז יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידיכם, און מען זאל קענען לערנען און ענדיגן מסכתות בבריות גופא ונהורא מעליא.


-דעתן עלך מס' יומא-




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היינט: סיום מס' יומא, והתחלת מסכת עשירי, קרית ויא''מ מאנטיסעלא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext