| נשלח ב-28/6/2010 22:25 |
|
| |
די "סידור קידושין" עפאכע (און פארזעצונגען)
שלום עליכם מיינע טייערע און געטרייע ליינער און פריינט וואס האבען מיינע מאמרים געליינט אין די אלפים. צום אלעם ערשט מוז איך זיך פאר אייך פארענטפערן אז הלמאי איך בין פארשוואונדען געווארן פאר א לענגערע צייט. איך האב נישט געשריבען ווייל עס איז מיר אנגעקומען פארשידענע טירדות און נישט ח"ו ווייל איך האב גרינגעשעצט אין אייך, מיינע געטרייע ליינער. אבער ווינאר איך האב זיך געקענט מצמצם זיין מיין מוח'ל זיך ווידער צו זעצען צום קאמפיוטער און ווידער זעצען מיינע פינגערס אויפן קיבארד האב איך עס גלייך געטאן, בבחינת אומר ועושה. מיר געפינען זיך איצט אין זייער הייסע טעג – תרתי משמע... – וואס עס קען זיך דאכטען אז ר' אהרן איז איצט געווארען אויפגענומען אלץ "רב ור"מ אין קרית יואל", אדער אז בני יואל האט זיך אין די טעג געעפענט זייערע אייגענע מוסדות, אדער גאר עס איז איצט די טעג פון ח"י סיון תשנ"ט ווען דער ברך משה האט אויפגענומען זיין דריטען זון אלס אבד"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג. מיר זעט מער אויס אז ר' אהרן האט צוריקגעדרייט זיין זייגער צו א צוואנציג יאר צוריק. וואס איז געשען פאר צוואנציג יאר צוריק? דעמאלט אין יאר תשמ"ט האבען א קליינע הייפעלע פרומע אינגעלייט אין קרית יואל באשלאסען אז זיי ווילען בלייבן ארגינעלע סאטמארער חסידים, זיי ווילען ווייטער זיך פירען בדרך רביה"ק מסאטמאר בעל ויואל משה, דהיינו נאך צען יאר וואס רבינו הקדוש איז שוין געווען בעלמא דקשוט, האבן זיי נאכנישט געוואלט אנערקענען דעם פאקט אז עס איז דא א הנהגה אין סאטמאר וואס הייסט כ"ק אדמו"ר שליט"א,. אן אריין גיין צו זיי זענען גערעכט געווען צו נישט, איז אבער יא וויכטיג זיך אריין צו לייגען אין זייער מהלך המחשבה און צו פארשטיין זייער גאנג און זייער שיטה. אבער כדי צו פארשטיין צו געבען דעם סארט געדאנקען גאנג מוז איך אריין גיין אין אמאליגע היסטאריע פון סאטמאר, וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין הארץ פון יעדען סאטמארער חסיד ווען סאטמארער רבי איז געווען רביה"ק דער ויואל משה זי"ע. איין קליינע הקדמה פאר איך טונק מיך און אייך אריין אינעם ים של היסטאריע. אלעס וואס איך שרייב דא איז נאר פאר מענטשען וואס ווילען וויסען דעם אמת און ווילען וויסען היסטאריע און אלע אספעקטען איבער די נושא פון סאטמאר. בשו"א ווערען די שורות נישט געשריבען פאר ר' אהרן טייטלבוים אדער פאר איינע פון זיינע אנהענגער. ווען איך קען ווען אסר'ן בדיני תורה אדער בדינא דמלכותא אז קיין שום ארוני מעמבער זאל דאס נישט טארען ליינען, וואלט איך אנגענומען אלע סארט מיטלען. אבער דאס איז דאך נישט בידי, וועל איך גיין ווייטער מיין וועג און שרייבען פאר די וואס פארמאגען יא א אפענעם קאפ און מוח צו וועלען פארשטיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די היסטאריע, און צוליב וואס און וויאזוי האט מען זיך דערזען אין א מצב אז פון א מיאריטעט איז געווארען א מינאריטעט, און די מינאריטעט שרייט אויפן מיאריטעט אז זיי זענען מרבה ממזרים...
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/07/2010 22:45:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 22:30 |
|
| |
צו פארשטיין פארוואס ר' אהרן און זיינע אנהענגער זענען געווארען אפגעריסענע שונאים פאר דאס ווארט "היסטאריע", פארוואס קומט זיי דאס בלוט אין קאפ ווען מען שרייבט איבער היסטאריע, וועל איך אראפברענגען א מאמר פון א פריערדיגען "פארמעגליך" ארטיקעל וואס דאס וועט געבען עטוואס ליכט פארוואס און פארווען ר' אהרן מיט היסטאריע זענען ביטער צוקריגט. ר' אהרן האט זיך אריינגעלייגט אין א עקספלאראציע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען מימות מענטשהייט איז געבוירען געווארען. א רב מפורסם בישראל, א רב אין די גרעסטע חסידישע שטאט אין דער וועלט, א ראש ישיבה פון די גרעסטע חסידישע ישיבה אין דער וועלט, א פאפולערע פיגור, א מענטש וואס איז געווען ארויפגעקוקט, האט זיך אריינגעלאזט אין אוואנטורעס וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארען. היסטאריע פון דורות איז פאר א מנהיג ישראל, דער שו"ע. פון היסטאריע קען מען ארויסנעמען אלע הנהגה ענינים וואס האט נישט קיין מקורות אין שו"ע. פון היסטאריע ווייסט מען וויאזוי האבען זיך אידען געפירט אלע דורות, און וויאזוי די זיידעס האבען זיך געפירט, א.א.וו. אויב איינער קען נישט היסטאריע, קען ער נאך אלץ מצליח זיין אויב פארמאגט ער א אוזן קשבת, און ער לאזט זיך רעדען. דורך דעם וואס אנדערע מענטשען גיבען איבער, קען מען גאר פיל ארויסהאבען. און עס איז נישט פאראן קיין שום זאך אין דער וועלט וואס היסטאריע דערציילט נישט איבערדעם, און גיט נישט איבער פאר יעדע געשעעניש אין שפעטערע דורות. און וואס עס האט נישט קיין מקור אין די היסטאריע, קען שוין נישט גוט שמעקען. עס מוז זיין אז דאס טויג נישט. אלעס האט זיך שוין געמוזט אפשפילען ערגעץ אין די יארען וואס די וועלט שטייט, כאטש פון ווען מען שרייבט אראפ אויף פאפיר, אלע געשעענישן. אויסער ביי ספעיס פראגראמען. ווען אמעריקע האט געוואלט אנהייבען עקספלארירן די "ספעיס פראגראם" אין די פריע 60'ער יארען, איז אנטשטאנען א פראבלעם. אמעריקע קען נישט – ווי רוסלאנד – אומברענגען מענטשען פאר עקספלאראציעס. נו וויזוי קען מען געוואיר ווערען וואס דארט אויבען טוט זיך און וויזוי דער קלימאט דארט אויבן איז? היסטאריע איז דאך נישט שייך ביים ספעיס, ווייל עס איז גענצליך א נייע געשעעניש. איז מען ארויפגעקומען אויף א המצאה. מען וועט ארויפשיקען א – מאנקי! און ערגסטענספאל וועט דאס שטארבען. אויב וועט עס יא איבערלעבען דעם וועג ארויף און צוריק אראפ, וועט מען קענען דורך די מאנקי, באקומען די נויטיגע אינפארמאציע וויזוי אנצוהויבען צו שיקען מענטשען פאר ספעיס עקספלאראציע. לענינינו. ר' אהרן האט גענומען אויף זיך די עקספלאראציע וואס בלויז א מאנקי האט זיך געמעגט אונטערנעמען. ער האט זיך נישט געקענט פון קיינעם אפלערנען וויזוי פירט מען זיך ווען א זון וויל ירשענען ווען דער טאטע לעבט, און וויאזוי מען דארף זיך צו פירען, ווען דער טאטע לאזט זיך נישט. ר' אהרן האט באשלאסען אלעס צו ערלויבען אויף דער וועלט, יעדע פאריקטע המצאה האט אין זיין מח געטראפען א מקום מנוחה, ווייל אפשר אולי ואולי וועט דאס זיין וואס וועט באוועגען דעם וואגשאל וואו ער סווינגט זיך, צו קענען צוריק האבען גאנץ סאטמאר. עס איז נישט געווען קיין איין עוועניו, איין וועג, קיין איין דורכגאנג וואס עס איז נישט געווען אפען פאר אים צו עקספלאראטירן. סיי וואס עס איז איינגעפאלען פאר יעדען משוגענעם, פאר יעדען שנוק, פאר יעדען אומבאזעצטען מענטש, אפילו א נארישער בחורל, האט ביי אים געהאט א אוזן קשבת. ער האט געפענט אלע גרעניצען אלעס צו צולאזען, אבי, אפשר, ואולי דאס וועט זיין דאס וואס וועט אים מאכען דער "איינציגער" יורש. עס איז נישט געווען איין מאל ווען ער האט דאס אפגעשטעלט, ווייל דאס איז שוין צו ווייט, צו ווייל דאס פאסט נישט, צו ווייל דאס איז קעגען די תורה. אויב האט ער איינגעזען אז עס פאסט זייער נישט די טריט, האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סוגיא פון "מתוך" און געהאלטען אז די וועלט איז משוגע און יעדער שווערט זיך אז עס ווערט געטון זאכען פון זיך אליין. און ער ווייסט גארנישט. איצט וועלען מיר זיך קערען צו די סארט מענטשען וואס ווילען יא וויסען און פארשטיין פון היסטאריע, וואס עס שפילט זיך איצט אפ און וואס עס האט צוגעברענגט צו דעם מצב. סאטמארער חסידים האבען ביזן יאר תשל"ט פארמאגט א רבין וואס איז געווען אזא סארט צדיק, קדוש וטהור ווי דער הייליגער דברי חיים און אזא סארט ברייטער מנהיג הדור ווי דער בעלזער רב רבי ישכר דוב זכותם יגן עלינו. סאטמארער חסידים האבען פארמאגט א נאטורליכען שטאלץ ווייל זייער רבי האט זיי געגעבען סיפוק ברוחניות ובגשמיות וואס מיר היינט קענען דאס שוין אפילו נישט פארשטיין. עס האבען מודה געווען אלע נישט סאטמארער חסידים אז דער סאטמארער רב איז קיינמאל נישט געווען ח"ו א "לכבוד עצמו הוא דורש", עס האט יעדער געוויסט אז דער סאטמארער רב מיינט נאר און בלויז דעם כבוד שמים, און פאר זיין פערזענליכע כבוד און נאמען האט ער זיך אינגאנצען נישט געקימערט, דערפאר האט די גאנצע אידישע וועלט געהאט א זעלטענעם דרך ארץ פארן רבין זי"ע. מיר קאנען נישט פארשטיין וואס ביי די דעמאלטדיגע סאטמארער חסידים האט געמיינט א שובבי"ם תורה, א דרשה פאר תקיעת שופר, א כל נדרי דרשה, און דאס געדאווענעכץ די הייליגע טעג. מיר קאנען נישט פארשטיין וויאזוי דער רבי האט געפראוועט די הייליגע הקפות. די אידען האבען געזען אפענע "ג-טליכע התגלות" יעדען שני וחמישי. מען האט געקענט זען אזעלכע געשעענישען וואס היינט ווען מען הערט עס איבערדערציילען פון אונזערע זיידעס, דאכט זיך אז מען הערט דא געשעענישען פון הייליגען צאנזער רב זי"ע. און דערפאר זעט מען טאקע אז כאטש מען האלט שוין אריבער דרייסיג יאר פון זיין פטירה, מען האלט שוין צוויי און פערציג יאר פון ווען דער רבי האט שוין נישט געפירט קיין טישן, און כמעט נישט געזאגט קיין דרשות, מידי שבת בשבתו, דאך איז דער עלטערער דור נאך אלץ "דארטען". ביי זיי אין די אויערען קלינגט נאך אלץ דער "עד הנה", דער "אהבה רבה" און זיי זעען נאך די הקפות פון יענע יארען, און אזוי ווייטער און ווייטער. דער סיפוק וואס זיי האבען געהאט יעדע איינציגע מינוט פון יאר פון זייער רבי'ן לאזט זיי כסדר נישט מנוחה. עס בענקט זיי, און עס נאגט זיי נאכאנאנד. און מען קען זיך דאס איבערצייגען מיט דעם אז ווען מען זעט די מיטליעריגע אידען זיצען אינאיינעם, סיי ווען, רעדט מען נאר פון רבי'ן. נאכאמאל פון רבי'ן און ווידער אמאל פון רבי'ן. אין ניו יארק ערשיינען דריי אידישע צייטונגען און אלע האבען יעדע וואך מאמרים, תורות, מעשיות פון רבין, כאטש דער רבי איז שוין נישטא איין און דרייסיג יאר. וואס דאס זעט מען נישט ביי אנדערע רביים וואס כאטש זיי זענען גאר גרויסע צדיקים וקדושים. דער סאטמארער רב האט פארמאגט אין זיך א זעלטענע השלמה וואס בלויז געציילטע צדיקים רבי'ס האבען דאס געהאט נאך עטליכע דורות פריער. פארשטייט זיך אז דאס הסתלקות פון אזא רבי'ן האט איבערגעלאזט א חלל וואס קען נישט ערפילט ווערען דורך קיינעם און עס איז טאקע געבליבען א אפענער וואונד ביים עלטערען דור וואס ביי זיי איז דער רבי געווען ווי א טאטע, ווייל ער האט זיך מיט זיי אפגעגעבן נאכן קריג ווי א טאטע צו אייגענע קינדער, זיי האט יעדער געשפירט פערזענליך אז דער רבי האלט מיט זיין טאג טעגליכער לעבן מדי יום ביומו, און אפילו ביי יונגערע וואס גלייכען היסטאריע און וואס זוכען און נישטערען וואס זיי האבען אלץ פארפאסט און וואס זייערע עלטערען און זיידעס האבען יא פארמאגט.
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/07/2010 22:48:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2010 23:01 |
|
| |
דער רבי איז נסתלק געווארען און קהל יטב לב ד'סאטמאר האט אויפגענומען זיין פלומעניק דעם סיגעטער רב שפעטער דער ברך משה זצ"ל וואס זאל צוזאמהאלטען די עדה, וואס זאל ווייטער פירען די קהילה און מוסדות התורה און אלע אינסטיטוציעס וואס סאטמאר פארמאגט. אזוי האט מען זיך געפירט אין אלע דורות אז מען האט אויפגענומען א ממלא מקום וואס זאל ווייטער פירען דאס רבנות. אבער דא איז געווארען א שרעקליכער פראבלעם. נעמליך אז דער נייער רבי האט באמת אריין געטרעטען אין שטארק גרויסע שיך. פשוט, דער לאך אין הארץ ביים ציבור איז באמת געווען צו גרויס און די ערשטע מינוט. דאס מערהייט פון ציבור אין סאטמאר האט זיך טאקע צוגעשטעלט צום נייעם רב, מען האט געוויסט אז מען מוז מקבל מרות זיין כדי צו קענען פירען ווייטער דאס אלעס וואס דער רבי האט אויפגעשטעלט אין אמעריקע און אין אומעטום און דער ברך משה האט טאקע נאר דאס געוואלט. ווייטער פירען וואס דער רבי האט אויפגעשטעלט און עס האט אויך יעדער מודה געווען אז זיין ענווה איז געווען להפליא און ער איז נישט געווען א לככבוד עצמו הוא דורש. ער האט נאר געשטרעבט אז סאטמאר זאל ווייטער געפירט ווערן על דרך רבינו הקדוש און אלע מוסדות וואס דער רבי האט געפירט ווי למשל די עדה החרדית, כולל שומרי החומות, און נאך פילע, זאל זיך נישט רירען א זיז כל שהוא פון רבינס רצון. דער סיגעטער רב איז געווען גאר א גאון וצדיק א אויסגערגענליכער געלונגענער רב מיט א געוואלדיגע השלמה, א שטארקער תלמיד חכם בד' חלקי שולחן ערוך און גאר א קלוגער איד, ער איז געווען מושלם מיט געוואלדיגע מדות א גוטער מענטש, א צוגעלאזענער מענטש מיט ליבשאפט צו מענטשן, א ברייטער מענטש מיט חכמה ותבונה, ער האט געפירט דין תורות מיטן פיפטען חלק שולחן ערוך, ער איז געווען אן עסקן בעניני כשרות שחיטה מקוואות, ער איז געווען טעטיג אין די וועד הרבנים פון התחאחדות הרבנים, און האט זיך גוט פארטראגן מיט אלע רבנים פון שטאט, אויסער דעם איז ער געווען מורא'דיג נאנט מיטן רבין זצ"ל, וואס ער האט מורא'דיג מקרב געווען, ווען ער האט איבערגענומען די הנהגה פון סאטמאר, האט ער געפראוועט דעם ציבור מיט א מורא'דיגער ערענסטקייט, ער האט פארלאנגט פון ציבור וואס דער פעטער האט געוואלט, ער האט נישט פרובירט צו בויען זיין אייגן רעביסטעווע, ער האט ניטמאל פארשטאנען גוט צו רביסטעווע, ער האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם, און האט זיך אסאך מאל צוליב זיין פשטות און עניוות זיך פארפלאנטערט אין פריוואטע סכסוכים וואס ער האט פרובירט זיך אריינלייגן אין העלפן, אזאך וואס באלאנגט נישט פאר קיין רבי, ער האט געפירט די מוסדות מיט ערענסקייט, ער האט געדאווענט מיט א השתפכות הנפש, געפראוועט טישן מיט פשטות אן קיין שום תניעות, געזאגט דרשות אין תורות אלעס נאר איבערן פעטער, געפירט די מערכות פון סאטמאר מיט א אמתן געפיל און עס האט געטראגען א ערענסטען כאראקטער ווייל עס האט יעדער געוויסט אז דער רבי דער ברך משה איז נישט "לכבוד עצמו הוא דורש". אבער עס האט קיינער נישט געהאלטען אז דער ברך משה איז דער רבי זי"ע, און ער האט נישט פארפילט דעם טיפען חלל וואס איז געבליבען אפען פאר אייביג. דאך אבער האט דער עולם זיך צוגעשטעלט מיט א געטריישאפט, מען איז געקומען צופארען פון אלע מקומות אויף שיינע שבתים און ימים טובים, מען איז זיך אריין געזעגענען כסדר און מען האט געזען אין ברך משה א רב וואס האט באמת מיטגעפילט א צער פון א איד'ס צרה און א פרייד אין א איד'ס שמחה. עס איז טאקע געווען א שטיקל התנגדות צום ברך משה פון די ערשטע מינוט אן דורך געוויסע יחידים, צו איז דאס וואס די אלטע רעביצין ע"ה האט זיך נישט פארטראגען מיט אים, צו איז דאס פון אנדערע סארט פראבלעמען וואס מענטשען האבען אין זיך געטראגען, אבער מער ווייניגער האט זיך דער ציבור אין מערהייט יא פולקאם צוגעשטעלט צום ברך משה, כאטש עס איז ביי קיינעם נישט ערפילט געווארען דער חלל וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אויפן ציבור און אויפן יחיד. ווען דער ברך משה האט אויפגענומען זיין זון ר' אהרן פאר קרית יואלער רב, האט זיך דאס התנגדות פילפאכיג פארשטערקערט. און נישט ווייל ר' אהרן מיט זיין "תקיפות" גייט אפשטעלען דאס הפקירות אין קרית יואל, צו ער גייט ווערען א מוכיח וואס מען וועט נישט קענען פארטראגען, נאר צוליב זיין פערסאנאלעטי וואס האט פארעקעלט א גרויסע טייל פון סאטמאר. ער פארמאגט שוין נישט קיין שום מעלה ומידה וואס זיין טאטע האט יא געהאט. ער איז שוין נישט געווען א ערליכער איד, ער איז בכלל נישט געווען קיין גרויסער תלמוד חכם, א שטייגער ווי זיין טאטע וואס האט געפסק'נט שאלות אין ד' חלקי שו"ע און האט געהייסן אין בארא פארק פון די בעסטע מורה הוראות און האט געפירט דין תורות, דאס האט ר' אהרן בכלל נישט געהאט, ער איז געווען א חריף וואס האט געקענט זאגן פשט'לעך אבער קיין הלכה למעשה האט מען מיט אים נישט געקענט רעדן, קיין פרומקייט אדער ערליכקייט האט בכלל נישט געקלעבט אויף אים, ער האט זיך נישט משתתף געווען בשמחתן ובצערם פונעם ציבור, מדות מגונות מיט גאות ושחצנות האט ארויסגעשיינט אויף טריט און שריט, און דערצו זייער ווייט פון א חכם. אבער נאכמער וואס עס האט זייער וויי געטאן פארן סאטמארער ציבור איז געווען אז עס האט מיטגעהאלטען יעדער סאטמארער חסיד וואס עס האט זיך אפגעטאן ביים שידוך פון ר' אהרן און מען האט מיט רעכט געפילט אז אין רבינס שטעטעל צו מאכען אים אלס רב איז א דירעקטער פגיעה אין רבין וואס האט מיט זיינע לעצטע כוחות אויפגעשטעלט דעם שטעטעל, כדי צו זיין אפגעטיילט פון די גאס און פון די מיינוג וואס די גאס האט איבער ציונות און איבער די אגודת ישראל. און זיי האבן אלע געוויסט אז ר' אהרן וואס האט געוואוינט אין קרית וויזניץ עטליכע יאר איז אליין אפגעקילט פון די סאטמארע שיטה און לאכט ביי זיך דערפון,
תוקן על ידי המהדרין ב- 01/07/2010 22:49:34
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 22:52 |
|
| |
למעשה איז ר' אהרן געווארען רב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל, אבער דער שניט און ריס וואס דאס האט פאראורזאכט דעמאלט אין סאטמאר, שניידט און רייסט נאך היינט צוטאגס. איך וועל נישט נאכאמאל זיך אריינלייגען אין די יארען פון תשמ"ה ביז תשנ"ט, ווייל דאס האט שוין "פארמעגליך" באשריבען אין דעטאלען באגלייט מיט אנאליזען. אין יאר תשנ"ט איז דער "שניט און ריס" געקומען צום קלימאקס אז דער סאטמארער ציבור בכל מקומות משבותיהם האט דורכגעפירט א אלוועלטליכען רעוואלוציע אויף ר' אהרן'ס סאטמאר און אויף זיין אמביציע צו ווערען דער רבי אין סאטמאר על כרחו פון רוב ציבור. רוב פון סאטמאר האלט אז ר' אהרן איז אן אפלאכער פון פריערדיגע, א שטייגער ווי זיין שוואגער דער בעלזער. וועט מען קוקט גוט אריין אין די היסטאריע פון בעלז און וויאזוי זיי קוקן היינט אויס מיט זייער איצטיגער מנהיג זעט מען א זעלטענעם פאראדאקס צום מצב פון ר' אהרן מיט זיין חלק אין סאטמאר. בעלז איז אלעמאל געווען דאס שארפסטע קעגען ציונות און קעגען סיי וועלכע דרויסענדע און מאדערענע השפעה וואס די גאס האט געברענגט. דער בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע איז געווען אזוי שטארק קעגען די די ציונים אז ער האט מלחמה געהאלטען מיט די אגודת ישראל פארטיי, אזוי ווייט אז אין אלע בעלזער שטיבלעך אין אייראפע האט מען געמוזט ארויסנעמען די מסכתות אין ש"ס וואו דער "דף היומי" האט דאן געהאלטען. אין די היינטיגע אויפגעקלערטע וועלט וואלט מען אנגערופען דעם בעלזער רב א פאנאטישער, א קיצוני. היינט מיט לאנגע יארען שפעטער זעט זיך אזא בילד: עס שפילט זיך אפ אין די טעג די מערכה מיט די "עמנואל" בית יעקב שולע, און דער סלאנימער רבי האט געהייסען פאר זיינע חסידים ארויסצונעמען זייער מיידלעך פון דארט און שיקען קיין בני ברק אין בעלזער מיידל שולע. ווי נאר די רעגירונג האט געסטראשעט בעלז אז זיי וועלן אפשטעלען די געלטער פאר זייער שולע אויב זיי ווארפען נישט ארויס די מיידלעך, האט דער בעלזער נישט געטראכט איין רגע. די מיידלעך זענען פארשיקט געווארען. סיי אין אנטווערפען און סיי אין מאנטרעאל איז דא א מערכה מיט די דארטיגע רעגירונגען איבער טוישונגען אין די לימודים פון די שולעס. אין ביידע לענדער האט בעלז זיך גלייך און די ערשטע אונטערגעגעבען און מסכים געווען צו אלע מאדערנע טוישונגען אפילו עס גרעניצט זיך מיט די הייקעלסטע יסודות פון חינוך. און אין ביידע לענדער האט בעלז פארשווערט די מערכה וואס אנדערע מוסדות האבען געפירט מיט די רעגירונג, ווייל די רעגירונגען האבען געווארפן זאמד אין די אויגען אז אויב בעלז קען לערנען די לימודים, קענען אלע פרומע מוסדות. און, אין מאנטרעאל האט א קאטוילישע שולע געטאן וואס להבדיל בעלז האט נישט געטאן. זיי האבען זיך נישט געלאזט און א ריכטער האט טאקע געאורטיילט אז דאס צווינגען פון די קאנאדער רעגירונג צו טוישען די לימודים איז פונקט ווי די שפאנישע אינקוויזיציע האט געצווינגען זיך צו טויפען פאר פיר הונדערט יאר צוריק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 22:53 |
|
| |
וויאזוי איז אזא פרומע און קנאישע קהילה אנגעקומען צו אזא נידריגען מצב, ווייל זייער מנהיג האט אפגעלאכט פון פריערדיגע. ער האט מיט א סיסטעמאטישען סדר פון אפלאכען פון הייליגען סאטמארער רבי'ן זי"ע ביי "די שטייעדיגע תורה", ביזען אפלאכען פון יעדע מערכה וואס די עדה החרדית האט געפירט, ביז זיי האלטען ביים לערנען מיט זייער מיידלעך לימודים וואס איז נוגע לקדושתן של ישראל. היינט צו טאגס איז נישט נאר די ציונות מערכות פון בעלזא אן אפגעלאכטע זאך נאר אפילו ענינים פון צניעות אדער השקפה איז אין בעלזא דער ערשטע פלאץ אפצולאכן, למשל שייטלעך איז דער ערשטע חסיד'ישער פלאץ וואס א דיין זאל זיך אפיציעל ארויסשטעלן און שרייבן אפצולאכן פון דעם ענין מיט א זלזול פון קדמונים, פון די אנדערע זייט האט דער בעלזא'ר זיך גענומען אזאלעכע מצוות וואס די משכילים האבן געזוכט פארצייטענס, למשל לערנען דקדוק, וואס ווי יעדער ווייסט איז דאס געווען א מאדערענע זאך אינדערהיים צוליב וואס די משכילים האבן פרובירט צו מאכן פון לשון הקודש א שפראך מיט נארמאלע כללים, דעריבער האבן זיי געלערענט דקדוק, היינט צו טאג איז בעלזא דער איינציגער מקום וואס דקדוק פארנעמט א חשוב'ער ארט, און די בעלזא סידורים האבן אפילו משנה געווען געוויסע נוסחאות פון תפלה ווייל סהאט נישט געשטימט לויט די כללי הדקדוק, ביי ר' אהרן טייטלבוים זעט מען שטארקע ענליכקייטען צום שוואגער פון בעלז. ר' אהרן האט סיסטעמאטיש אנגעהויבען מיט א אפלאכעריי פון אלעס וואס סאטמאר האלט און פון אלעם וואס סאטמאר באדייט. איך וועל נישט אריין גיין צו דער קרית יואלער פאבליק סקול איז הלכהדיג מותר אדער אסור. אבער דער פאקט אז קרית יואל איז דער איינציגער מקום ווי עס געפינט זיך א בית חינוך אינסטיטוציע וואס זייער ריזען געביידע פארמאגט נישט קיין איין מזוזה איז א זאך וואס דער דרך פון ויואל משה ווערט סיסטעמאטיש אפגעלאכט. אז סאטמאר זאל זיך פאר געלט, און אפילו עס איז גרויס געלט, פארקויפען אזוי נידריג אז א מזוזה זאל זיך נישט געפינען אינעם גאנצען געביידע וואס געפינט זיך אינעם הייליגען שטעטעל, איז א סיסטעמאטישער אפלאכעריי אין אלעס וואס סאטמאר האט אמאל געקעמפט. ווער עס געדענקט ווען מען האט מייסד געווען דעם שטעטל אויף וואסערע קלייניגקייטן מען האט זיך געשטעלט מיט מסירות נפש, ווייל דער רבי האט געוואלט אז עס זאל זיין א פרומע שטעטל, צענדליגער קלענערע פירצות ווי דעם האט מען לוחם געווען, כ"ש א זאך וואס זעהט אויס ווי פירצה ביסודות הדת, דער ברך משה אליין'ס האט דאס קיינמאל נישט געלאזט איינפירן, ר' משה טובי' בראווער ווען ער איז געווען דער פירער פון ווילידש אוו קרית יואל האט פרובירט צו מאכן אן אייגענער פובליק סקול און דער רבי האט אים געזאגט אז עס פאסט נישט פאר סאטמאר, די זעלבע איז געווען אין וויליאמסבורג ווען ר' משה אברהם גרינפעלד האט געוואלט אזויווי אלע אנדערע מוסדות החינוך מאכן טשעפער וואן פראגראם, האט דער רבי דער ברך משה געזאגט פאר ר' לייביש מיט די הנהלה אז אין סאטמאר איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך, אבער דא האט ר' אהרן אויפגעשטעלט ברבים און מודה געווען בפני כל עם ועדה אז דער מוסד טאר מען על פי החוק נישט מחנך זיין קינדער על פי תורה, נאר מיט א תירץ פון הערידעש וואס מיינט אז מען מעג לערנען מיט קינדער איבער שופר בלאזן ווייל דאס איז א מסורה פון די אידישע געמיינדע אז מען בלאזט מיט אזא פייפער וואס הייסט שופר, אזויווי להבדיל די טערקן מאכן זייערע חגאות זייערע שטיק, מען זעט אין דעם אז ר' אהרן פארמאגט נישט קיין טראפ כאראקטער אין זיך. דאס וואס ער פארשאפט זיך טרערען ווען ער רעדט פון די קראנקע קינדער איז ליצנות פונעם העכסטען סארט, א פשוטער קאמיקער און א ציניקער. א מענטש וואס האט נאך נישט ארויסגעוויזען קיין שום געפיל פאר קיין שום מענטש; ר' אהרן טייטלבוים האט צוריסען משפחות בישראל מיט אן אכזריות נורא ואיום, אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער. ר' אהרן האט בזדון ארויסגעלאזט שמות רעות ונוראות אויף עטליכע אידען אין קרית יואל, אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער. ר' אהרן האט מיט א גלייכגילטיקייט צוגעקוקט ווי מען פייניגט זיינע קעגנער, ער האט אקטיוו געשטיצט שרעקליכע מעשי השחתה קעגען זיינע קעגנער, אזא איינער לאזט נישט קיין טרערען פאר קראנקע קינדער. און מיר קענען אויסרעכענען נאך צענדליגער מעשי השחתה ונבלה וואס ר' אהרן האט געטאן אין קרית יואל. דעריבער וויינט נישט אזא סארט פארשוין פאר קראנקע קינדער. און פאר געלט האט זיך סאטמאר געלאזט פארקויפן זייער נשמות מיטען פאלשען שלייער וואס הייסט "קראנקע קינדער". סאטמאר טאר נישט האבען א מוסד וואו עס ליגט נישט קיין אידישער סימן, א הייליגע מזוזה ביי די טירען. דאס איז אן אפלאך פון סאטמארער רבין און פון זיין שווערע הארעוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אין זיינע חסידים אז געלט-נעמען אויפן חשבון פון אידישקייט איז בל יראה ובבל ימצא. ווען ר' אהרן האלט זיינע דרשות של דופי יעדען שני וחמישי, לייגט ער אריין גיפט, האס, ליצנות און שקרים אויפן חשבון פון הייליגען רבין וואס מען זעט טאקע בחוש אז עס האט קאלט געמאכט אלע זיינע אנהענגער פון יעדע זיק של קדושה פון סאטמאר. ווען דער ר' אהרן שטעלט זיך אויף און זאגט אז דער פעטער האט נישט געטאן אין שחיטה און ר' אהרן זאגט אויף זיך אז אלע יארען איז געווען "ליבי נוקפיה" פון די שחיטה אויף גסות, איז דאס דברי שמד ממש. מ'שטיינס געזאגט, דער אלטער רבי וואס האט זיין לעבען אוועקגעגעבען פאר אידישקייט ער האט זיך מוסר נפש געווען צו בויען אידישקייט פאר באשעפערס וועגען, ער האט באקומען א בלוט שטורץ אין מח תשכ"ח פארן כבוד שמים, ער האט נישט געקימערט איבער אהערשטעלען אין אמעריקע כשר פלייש בתכלית הכשרות, אבער דער רבי אהרן וואס האט פון זיך נאך נישט אוועגעגבען א פיאסטער פאר א צווייטען איד, ווערט מען פון אים אליין געוואר אז זיין הארץ האט אלעמאל פארפעלט א קלאפ אז אידען עסען נישט אזוי מהודרדיג פלייש אין אמעריקע! ווי אבסורד קען א מענטש זיין דאס נאר אויסצוהערען? מען רעדט דא פון א מענטש וואס פון "טעיפס" הערט מען אז זיין שטוב איז נישט אזוי אפגעהיטן אין דברים של קדושה אט אזא איינעמס הארץ פארפעלט א קלאפ פאר אידישקייט? א צווייט מאל זאגט ער אז "דער פעטער" האט אנגעפירט אן אונטערערדיש "וועסטעל טאש"? פון וואו דער רבי מיט אלע רבנים אין יענעם דור האבען ארויסגענומען מפוקפקדיגע התירים פאר די פראבלעמאטישע "סאטמארער מצות".! א דריט מאל האט פאסירט נישט לאנג צוריק ווען ער האט זיך ווידער געעפענט דאס מויל אז "יענע" סאטמאר האט היי יאר געגעסען נישט מער און נישט ווייניגער חמץ אין פסח! עס איז אפילו נישט אינטערעסאנט דעם דרשן אפצופרעגען ווייל אין די צייט וואס זיינע אנהענגער האבען פראבירט זיינע ווערטער מאכען נארמאל אויסזען, האבען זיי זיך פיל מער פארפלאנטערט אין וואס זייער רבי האט זיי אריינגעפירט. ר' אהרן זאגט אז "זיי האבען געשניטען ווען עס האט גערעגענט" און דעריבער זענען די ווייץ געווארען מצומחות, משא"כ "אונז" האבען מיר געשניטען נאכען רעגען. איי, "אונז" מיט "זיי" האבען דאך געשניטען פון זעלבען פעלד, נו וויאזוי זענען "אונזערע" ווייץ געווארען "אויס" מצומחות? אבער קיין קשיות פרעגט מען נישט אויף קיין נאראנים. אבער די אלע דרשות האט איין ציל: ליצנות צו מאכען פון אלטען רבין און אלע זיינע אויפטואונגען אראפברענגען ווי טיפער און מיט זיין טיפשות טראכט ער אז דאס וועט ארויפברענגען אויף די זעלבע ארענע ווי די וועלט האט געהאלטען דעם אלטען סאטמארער רבין זי"ע. פון די מוסקאווי קאטשקעס וועלען מיר ממשיך זיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 22:55 |
|
| |
פארזעצונג מאנטיג אי"ה איך לאז מיך ארויס אין די קאנטרי
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2010 07:09 |
|
| |
הגאון האדיר שר התורה פוסק הדור בעל "עקלי דבש" שליט"א ווי באוויסט האט דער אלטער רבי אויפגענומען במשך 2-3 יאר דריי דיינים אינערהאלב די קהילה קהל יטב לב דסאטמאר. רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אין וויליאמסבורג, רבי יחזקאל ראטה אין בארא פארק און רבי געציל בערקאוויטש אין קרית יואל. שפעטער ווען דער אלטער רבי איז נפטר געווארן האט דער ברך משה אויפגענומען פרישע דיינים: רבי זלמן לייב פילאפ אין אברכים, רבי שלמה לייב וויינבערגער אין תהילות יואל, און רבי משה מנחם טירנויער אין מאנטרעאל. און נאך שפעטער, רבי חיים דוד כ"ץ אין בארא פארק, רבי חיים קלמן גוטמאן אין סאוט 8. איצט וועלן מיר זיך אומקוקן איבער די אלע דיינים ווערסעס רבי געציל. עס האט זיך גלייך ארויסגעשטעלט אז דער רבי געציל איז נישט דאס וואס די אנדערע זענען. זיי זענען גרויסע עובדי השם, משכמם למעלה מהעם, און זיי זענען טאקע מער פארהייליגט געווארן ביים ציבור ווי ר' געציל. אלע פון די דיינים אויסער רבי געציל האבן באקומען א ריזיגע נאכפאלגערשאפט פון סאטמארער חסידים. יעדער פון זיי איז געווארען פארעהרט און באמת פארהייליגט ביי דעם ציבור און די אינגעלייט האבען זיי אנגעפרעגט אלעס וואס זיי האבען געהאט צו פרעגען אויסער שאלות באיסור והיתר. זיי זענען געווארען רבי'ס ממש און צענדליגער אינגעלייט האבען געהאלטען פאר א זכיה צו קענען ארייננעמען אין זייער אויטא דעם דיין צו קענען פארען וואו אימער. און דאס זענען נישט געווען קינדער פון רביס. זיי זענען אלע געווען אייגען געווארען צדיקים גאונים וואס סאטמארער חסידים האבען געזען אין זיי קדושה וטהרה והתמדה רבה און עס איז געווען זכיה זיי צו באדינען. זיי האבען אלע געהאט אפגעהיטענע מיילער, נישט גערעדט איבריג, און סאטמארער חסידים האבען געהאט וואס צו ווייזען פאר זייער קינדער אז אזוי זעט אויס א דיין אין סאטמאר. עס איז נישטא איין קהילה אויף דער וועלט וואס פארמאגט אזעלעכע ריזן אין תורה און עבודה אין זייער קהילה. אלע פון זיי זענען גאונים אדירים, צדיקים און עובדי ה' מפורסמים. קיין איינע פון די דיינים לעבען נישט קיין פשוט לעבען. אלע פון זיי זענען ראוי צו נעמען קוויטלעך פון אידען. אלע מיט א אויסערגעווענליך אצילות, נשואי פנים, און קענען די תורה דורך און אדורך. יעדער פון די דיינים האט געהאט באזונדערע אייגענשאפטן מיט וואס ער האט זיך ספעציעליזירט. רבי ישראל חיים מנשה'ס יראת שמים און אצילות זיין בקיאות אין הלכה כחד מקמאי. רבי זלמן לייב'ס בקיאות אין יעדען שו"ת און זיין קלארקייט אין שו"ע און זיין עבדות השם בתמימות, רבי שלמה לייב'ס ישרות און צוגעלאזענקייט צו יעדען איד, זיין קלארע פסקים האט צוגעצויגען די מאסען. רבי משה מנחם האט מען געוויסט אנצוצייגען אז ער איז דער שענסטער תלמיד פון אלטען רבין אין אמעריקע. זיין פייער ביים דאווענען, זיין מוסר זאגען מיט תקיפות, זיין אומ'פשרה'דיגן צוגאנג צו יעדע אומאויסגעהאלטענע זאך, אויסער זיין גאונות וצידקות וואס איז געווען לשם ותפארת פאר גאנץ סאטמאר. רבי חיים דוד מיט זיין גאונות בתורה ובחסד, זיין צוגעלאזענקייט צו יעדען בארא פארקער איד איז להפליא. אזוי ווייט אז די אלע וואס שיקען אריין זייערע קינדער צו וואוינען אין בארא פארק נאך די חתונה ווייסען אז צו בלייבען א סאטמארער חסיד מיטן זעלבען פייער ווי אין וויליאמסבורג, מוז מען זיך אנקערן צו רבי חיים דוד'ן. ר' חיים קלמן פארמאגט אויסערגעווענליכי מדות נאות, זיין גאונות בתורה, זיין העלפן אידן איז להפליא. איצט וועלן מיר עטוואס אנאליזירען רבי געציל בערקאוויטש. ר' געציל איז א קלארער פוסק און אויסגעהאלטען אין ישרות. אבער, און דער אבער איז גאר א געפערליכער. מען האט אלעמאל געוויסט אז ר' געציל וועט פאר א דאלער אלעס זאגען. עס גייען ארום אויף ר' געצילס חשבון אן א שיעור מעשיות וואס מאלט אים אראפ ווי איינער וואס נאר דער דאלער האט געשפילט און שפילט ווייטער ביי אים די הויפט ראלע. ער איז קיינמאל נישט געווען אין דעם קאליבער ווי די אנדערע דיינים אין סאטמאר. נאכמער, אין קרית יואל נאך איידער די פאליטיק האט אויסגעבראכען, האבען פרומען אידן געפרעגט זייער שאלות ביי "רבי יואליש מארגענשטערען" היינט שארמאשער רב שליט"א. רבי יואליש האט אלץ געטראגען פיל מער א ערענסטערען כאראקטאר ווי ר' געציל. מען האט אלעמאל געוויסט אז ר' יואליש לערענט טאג און נאכט, ר' יואליש דרייט נישט מיט די צינג, ער איז נישט קיין צווייטזייטיגער מענטש וואס זאגט פאר איינעם אזוי און פאר אנדערען פונקט פארקערט. מען האט געוויסט אז ר' געציל ענטפערט פאר יעדען לויט זיין בערזעל. ער האט אוועקגעמאכט אנדערע דיינים וועם קרית יואל האט אויפגענומען אלס מוצי"ם. ער האט פון זיי אפען ליצנות געמאכט און יעדער ווייסט און געדענקט דאס זייער גוט. און דאס האט זיך אויסגעשפילט וויאזוי דער ציבור האט זיך אויפגעפירט כלפי אים. אפילו ווען מען האט אים געלאדענט צו א שמחה איז עס געווען ווייל "מען מוז" אים אונטערשטופן, ווייל אויב נישט וועט ער פסל'ן אלע שאלות... מען האט אים געגעבען א שענערען סכום ביי מכירת חמץ ווייל ער האט "געקוקט" וויפיל יעדער גיט. עס איז אלע יארען אנגעגאנגען א שטילע וויכוח איבער ר' געציל, צו ער איז א פשוטער קל, אדער א פשוטער לץ, אדער א פשוטער בעיבי. דאס אז ער איז א "פשוטער" איז נישט געווען די דעבאטע, די מחלוקה איז נאר געווען וואס מען לייגט אלץ צו, צו דאס ווארט פשוט. ער האט קיין איין טאג פון זיינע איבער 35 יאר דינען אלס דיין, נישט געטראגען אן ערענסטען פנים ביי קיינעם. דער וועג וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט איז אלעמאל געווען, אין בעסטען פאל, קאמיש. עפעס מאדנע איז געווען מיט אים. און עס איז אלעמאל און ביי אלעמען קלאר געווען אז ער איז נישט וואס די אנדערע דיינים זענען. עפעס "פאני" איז מיט אים". ער איז געשטאנען אלעמאל פאר "היטשעס" צו פארן אין ביהמ"ד אדער צו שמחות. עס האט קיינער נישט געהאלטען א זכיה אים צו טראגען. עס איז נישט געווען דער מענטש וועם ער האט געקענט אנרופן אים צו בעטען אז ער מוז איצט ערגעץ פארען. אויב האט ער געמוזט ערגעץ פארען, האט ער זיך ארויסגעשטעלט "היטשען" אדער גענומען א טעקסי. און דאס האט אנגעהאלטען ביז גאנץ לעצטענס ווען ענדליך האט רים די מאנראער קהל יטב לב, צוגעשטעלט א יונגערמאן פאר זעקס הונדערט דאלער א וואך, וואס ער זאל אים ארומפירען ווי אימער און ער זאל נישט מער שטיין פאר היטשעס. וואס אזא סערוויס האט קיין איין קהילה אין סאטמאר נאכנישט געדארפט צושטעלען פאר קיין איינעם פון זייערע דיינים. אלע דיינים האבען אן א שיעור יונגעלייט וואס האלטען פאר זכיה צו טראגען דעם דיין און אים משמש זיין סיי ווען. און פארוואס טאקע האט די קהילה צוגעשטעלט פאר ר' געציל אזא טייערע סערוויס, וואס אנדערע קהילות האבען דאס נישט באדארפט, האט אויך א גאר טיפע סיבה, און כדי דאס מסביר זיין וועלען מיר אייך צוריקפירען צו ח"י סיון תשנ"ט. עס איז היינט ח"י תשנ"ט און סאטמאר איז אפיציעל באקרוינט געווארען מיט א עתידות וואס דאס איז זיי ניטאמאל במחשבה ארויפגעקומען. מען האט באקומען א רב, דעם דריטען זון פון רבין דער ברך משה. דער זון איז אלעמאל געווען א צוריק געצויגענער, א שטילער, נישט גערעדט הויך, נישט געווען פארמישט אין פאליטיק, א חכם נפלא, א צוגעלאזענער, א בעל מידות, א מעביר על מידותיו, א פה מפיק מרגליות, א תלמוד חכם און פארמאגט נאך פילע מעלות וואס א סאטמארער רב דארף באזיצען. און ווינדער איבער ווינדער אלע אלע דיינים אין סאטמאר האבען זיך אין די רגע צוגעשטעלט צום נייעם רב. אלע דיינים האבען זיך אפען און אפיציעל אונטערגעווארפען אונטער דעם נייעם רב, רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. די דיינים האבען במשך די ערשטע און קריטישע צייטען געהאלטען דרשות און זיך ארויסגעשטעלט צום רבינס באשלוס "אז אויב וויל מען אז סאטמאר זאל בלייבען סאטמאר קען דאס נאר געשען אז רבי זלמן לייב ווערט רב!" מורא'דיגע ווערטער. ממש רוח הקודש הופיע בבית מדרשו. אינטרעסאנט טאקע, אבער אלע האבען זיך גלייך צוגעשטעלט גלייך צום נייעם רב. און נישט נאך זיך צוגעשטעלט, נאר זיי זענען געטריי פאר אים, זיי זעען אין אים א רב וואס איז ראוי צו פירען סאטמאר און ער איז פאר זיי כמים פנים אל פנים, געטריי און האלט זייער דעת תורה, ווי א רב דארף זיך פירען. די אמתע סיבה פארוואס זיי אלע האבען זיך צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב איז ווייל זיי האבען אלע יארען געציטערט וואס וועט זיין מיט סאטמאר ווען דער "עספערדזשערס סינדראם" ר' אהרן וועט איבערנעמען, און רוח הקודש הופיע בבית מדרשם, זיי האבען געזען מיט זייערער ווייט זעענדע אויגען וויאזוי ער פירט זיך נאך היינט אויף. (מען האט נישט געדארפט קיין בעל רוח הקודש עס איז גענוג געווען צו קוקען זיין הנהגה פון תש"מ ביז תשנ"ט.) און דעריבער איז צו זייער שמחה ח"י סיון תשנ"ט נישט געווען קיין גרעניץ. זיי האבען דאס אלע אפען געזאגט. עס איז נישט א פראגע אז דאס צושטעלען זיך פון אלע סאטמארער דיינים האט געבויעט דעם נייעם רב און זיי זענען געווען א טייל פון דעם גרויסען נס אז היינט 11 יאר שפעטער האלט מען אז ר' אהרן מיט זיינע ארונים זענען געווארען א מיניראטעיט אין וויליאמסבורג און זיין ישיבה אין קרית יואל האלט היינט מיט א צוויי הונדערט בחורים ווויניגער ווי די גרויסע ישיבה אין וויליאמסבורג פארמאגט. מאון זיי האבען געהאט א אינטערגאלען טייל אין דעם "אז אויב וויל מען אז סאטמאר זאל בלייבען סאטמאר קען דאס נאר געשען אז רבי זלמן לייב ווערט רב!" פארשטייט זיך אז ר' אהרן מיט זיינע יועצים האבען דאס אלעס געזען און פארשטייט זיך אז מיט זיין נארישען מח און מיט זיינע נארישע יועצים האט באשלאסען אז מען וועט זיך נישט ום שורש פון דעם פראבלעם וואס דאס איז ער זעלבסט. דאס אז ער מיט זיינע מידות משחתות האט פארטריבען יעדען ערענסטען איד פון זיך, דאס אז זיינע מידות מגונות צו אנדערע מענטשען האבען צוגעברענגט אז אלוועלטליך סאטמאר האט רעוואלטירט און אומגעווארפן זיין עתידות'דיגען "מלכות", האט ער נישט געוואלט זען, האט ער זיך געמומען צום טפל. ער האט באשלאסען מיט זיין זעלטענעם חוש הבהמיות מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם" אז אלעס זענען שולדיג די דיינים. און ר' אהרן מיט זיינע יועצים ווי לישע שמואל דער טאשען שניידער און מיט אהרן מתתי' דייטש דער חכם הארזים און מיטן "ספינער" שמואל ווידער, האבען געמיינזאם באשלאסען אז מען גיין ווייזען די דיינים. און זיי האבען זיך גענומען מיטען שרייבען אין בלאט וואס דאס איז דאך ר' אהרןס מעדעצין פון וואס ער האלט זיך ביים חיות, פארוואס אזעלעכע תורה ריזען, די סמעטענע פון סאטמאר, האבען זיך אינגאנצען צוגעשטעלט צום נייעם רב. צו ערשט איז שמואל ווידער ארויף געקומען מיט א ספין: די אלע דיינים האבן מורא געהאט פאר ר' אהרן ווייל זיי האבען געוויסט אז מיט ר' אהרן וועלען זיי האבען א שווער פעלד צו פירען אייגענע רעביסטעוועס; ר' אהרן איז א תקיף, א לידער, א פירער, און מיט אים קען מען נישט מאכען קיין מאנקי ביזנעס. ווען ער וואלט געווארען רבי, וואלטען אלע דיינים געמוזט קומען צו די טישען, קומען צו יעדע דאווענען, און זיי וואלטען זיך נישט געקענט פירען אייגענע מלוכות. און דערפאר האבען זיי זיך צוגעשטעלט צום נייעם רב. אבער עס איז דורך עטליכע יאר, האט דער מעדעצין אויפגעהערט צו ארבעטען אויף ר' אהרן. האבען זיי געמוזט אנהייבען שרייבען מער בייסיג און צוביסלעך אפען שרייבען קעגען די לאנגיעריגע רבנים און דיינים. און דא איז געווארען א פראבלעם אז ר' אהרן האט אויפגענומען דיינים ווי שלום לאנדא, לאוב שנעבאלג, בערענשטיין, מיטעלמאן, מענטשען בלי פנים ובלי שם. מוז מען זיך א עצה געבען ווי אזוי מען פארפירט די מאסען אז נישט ר' אהרן איז דער פראבלעם נאר די דיינים און די רבנים. זיי האבען אנגעהויבען צוביסלעך גראב שרייבען אויף די דיינים. מען האט אלע דיינים אנגעהובען משפיל זיין מיט די מיאוס'טע צונעמען – "פעיראל דיינים", ממילא יעדער פון די דיינים האט באקומען א צונאמען. בכלל זענען די ארונים זייער נאנט אדוק ומקושר מיט צונעמען. זיי האלטען אז ווען איינער באקומט פון זיי א צונאמען, איז דאס ווי א "קמיע" און יענער איז דערנאך. ביי זיי איז א צונאמען אלעמאל די ריכטיגע עצה. ביי יעדע פראבלעם וואס זיי האבען מיט סיי וועמען, ווערט באשלאסען א צונאמען, און אויטאמאטיש איז אויס פראבלעם. ווען ר' זלמן לייב איז געווארען רב אין סאטמאר וויליאמסבורג, האט ער גלייך צובאקומען א צונאמען "זאלי" און פערטיג. לכאורה איז געווען דער פלאן פון די סארט קראנקע עלעמענטען אז גלייך ווען ער באקומט דעם צונאמען, גיט ער אלעס צוריק פאר ר' אהרן וואס וועט צוריק ווערען "רב הצעיר ורב דקהילות קדושות די בכל אתר ואתר". זיי איז נישט איינגעפאלען אז צומארגענס פון דעם זינלאזען כינוי שם, וועלען ר' זלמן לייבס חסידים געבען א צונאמען פאר ר' אהרן דינן. דאס אז ווער עס האט אמאל געטראגען דעם נאמען "חסיד" וועט היינט הייסען "ארוני". עס איז פשוט זיי נישט בייגעפאלען, ווייל ביי זיי רעכענט מען איינס מיט איינס א חלה-דעקל. יעדער דיין און רב האט פון שמואל ווידער, באקומען עווענטועל א צונאמען, און מיט די צונעמען באנוצען זיך אלע ארונים. אנגעפאנגען פון "כסיל הערש" ביז "מיני מעידאף", און אזוי לעבען זיי אלע, אז נאכן צונאמען, זענען אלע "שונאים" דערנאך. דאס זעלבע קענען זיי טאן מיט בנינים. לאכטס נישט, ווייל עס איז בכלל נישט לאכעדיג. דער ביהמ"ד "ויואל משה" אין קרית יואל האט באקומען דעם צונאמען "סאסמאן", דער ביהמ"ד החדש אויף ראסס קאר. בעדפארד, האט באקומען דעם צונאמען "ביעם פלאזא" וכהנה וכהנה. אט למשל ווען ר' זלמן לייב וואלט אויך געליטען אויף "עספערדזשערס סינדראם" און נישט געקענט לעבען מיט רעאליטעט, וואלטען זיינע מענטשען געגעבען א צונאמען אויף ר' אהרןס הויז (אלע זיינע הייזער די בעל אתר ואתר) "נארן הויז", און מיר וואלטען אויך געגעבען א צונאמען פארן דיין פון קרית יואל, "געצעלע", און מיר וואלטען זיך אויך געשוואורן אז זיינע אלע מענטשען זענען ווי פארשווינדען אין וואסער, ס'טייטש, זיי האבען דאך שוין א צונאמען... אבער ב"ה געזונטע מענטשען לעבען נישט אין דמיונות און געזונטע מענטשען ווייסען אז איינס מיט איינס איז צוויי, דעריבער מאכען נישט געזונטע מענטשען אזעלעכע קראנקע שריט אויף יעדע טריט. צוריק צו די דיינים. אלע דיינים האבען באקומען נארישע צונעמען און זיי ווערען אין בלאט אראפגעריסען ווי זיי וואלטען ווען געווען אלישע האראוויטץ צו שמואל ווידער. דאס אז די אלע יונגעלייט זענען געבוירען געווארען דורך זייער פסקים, דאס אז זייערע עלטערען האבען זיך נישט גערירט אן די דיינים, איז נישט עפעס וואס מאכט אויס ביי די סארט אומרעאליסטישע מענטשען. און ווידער אמאל איז ביי זיי – איינס מיט איינס א חלה-דעקל. דא איז געארען א פראבלעם. די אלע סאטמארער דיינים זענען אריינגעגעסען ביים ציבור אין מח און אין הארץ, אלע פון זיי זענען באוואסט פאר גאונים וצדיקים, און דא נעמט מען אויף דיינעם ביי ר' אהרן אנשי בליעל, בלי שם ופנים, לאנגיעריגע ליידיגייער. איינער לאוב וואס זיין איינציגסטע מעלה איז אז ער טראגט שווארצע ברילען, שלום לאנדא וואס זיין נאמען טאר נישט דערמאנט ווערען צווישן באזעצענע מענטשען, אברהם וואלף שנעבאלג וואס איז סתם א באלאוני מאקאראני און מיט זיי וויל מען ערזעצען רבי ישראל חיים מנשה, רבי משה מנחם, רבי זלמן לייב פילאפ, רבי שלמה לייב, ר' חיים דוד, ר' חיים קלמן גוטמאן? אבער דאס איז נאך ביי זיי א קליינער פראבלעם. דער הויפט פראבלעם איז אז דער איינציגסטער נאמען וואס זיי פארמאגען יא, ר' געציל אז עפעס א דריי פערטעל לא יוצלח. ביי יעדען אין די קאר רעדט ער קעגן ר' אהרן, ער מאכט אפען חוזק מיט אלע "שונאים", טראגט נישט קיין ערענסטען נאמען ביי קיין איינעם אין קרית יואל, און דא שעמט ער זיך אליין אז אלע זיינע ידידים זענען נישט מיט אים, און ער ווייסט אויך אז ר' אהרן איז א דורכגעפאלענער ביי אלע ערענסטע סאטמארער חסידים. און פארשטייט זיך אז דאס אז ער ווייסט און זעט אז ער האט אין קרית יואל נישט קיין איין מענטש וואס האלט אים פאר אן אדם גדול און דארף שטיין פאר היטשעס ווי א נאר, אין די צייט וואס אלע דיינים האבען אין די ערשטע רגע געהאט צעדליגער אנהענגער, האט אים צוגעברענגט צו מחשבות זרות אז ער איז אויסגעשפילט צווישען דעם עולם. אויף דעם ארויף האט ר' אהרןס קהילה באשלאסען צו שיסען צוויי האזלעך מיט איין קויל. מען וועט צושטעלען פאר ר' געציל א יונגערמאן פאר גוט געלט, דורכדעם וועט ער שוין נישט שטיין פאר היטשעס, און ממילא וועט ער שוין נישט זיצן מיט "שונאים" און פאר זיי רעדען קעגען ר' אהרן. דאס איז איינס. די צווייטער שריט איז געוען פון די יועצים החכמים, צו אויפבויען ר' געציל ביזען דאך. מען האט פון איין טאג אויפן צווייטען אנגעהויבען צו שרייבען אין בלאט טיטולען אויף ר' געציל וואס מען האט שוין נישט געשריבען אויף קיין מענטש זייט באבי סאלי. ער איז געווארען דער שר התורה, דער פוסק הדור, דער גאון הגאונים, דער חכם הארזים, דער גרעסטער משיב תשובות, אזש מען פרעגט אים אן שאלות פון "די גאנצע וועלט". (בכלל, טראגט דער טיטול "די גאנצע וועלט" א גרויס געוויכט ביי די "עספערדזשערס סינדראם" נאכפאלגער. אלעס וואס זיי טוען, זאגען, שרייבען, טראכטען, חלומ'ן, איז פאר "די גאנצע וועלט". למשל, דאס אפגעריסענקייט פון זיך לאזן פאטאגראפירען טאג און נאכט, און דאס פובליצירען אין אלע צייטונגען, מאגאזינען, וועב סייטס, און בלעקבעריס האלט ר' אהרן און זיינע עספערדזשערס סינדראם חסידים אז "די גאנצע וועלט" וועט איצט איינזען אז ער איז דער סאטמארער רבי און נאר ער. און מיט דעם ווארט "די גאנצע וועלט" האלט מען צוזאם דאס חסידות און מען שטעלט זיי ארויפ אויפן פארטש פון גרויסען ביהמ"ד אין קרית יואל, איינמאל און נאכאמאל, ווייל ווי נאר "די גאנצע וועלט" וועט זען דעם "מחזה הוד" וועט זיך אויטאמאטיש אויסלעשען און פארווישט ווערען דער יונגערער ברודער. פאר דעם ווארט "די גאנצע וועלט", לאזט מער ר' אהרן נישט מאכן א
"באגלייטען" מוצאי יו"ט, ווייל דאס קומט נישט פאר אויף די טרעפ פון קרית יואלער ביהמ"ד, נאר אויף א צושטופטען היוז סטריט און פאר דארט קען מען קיין שיינע בילדער נישט מאכען און "די גאנצע וועלט" קען נאך ח"ו איינזען אז ער איז נישט אזוי מעכטיג, ענדערש זאל מען בכלל נישט מאכען א באגלייטען און מען קען נאך אין דער זייט פארקויפען די קעלבער אז דער רבי האט נישט ליב די סארט כבוד און זי פארקויפען דאס ווייטער פאר "די גאנצע וועלט"... חלה דעקלעך... ווען מען הערט א חלה דעקל זיך טענה'ן וועט מען אלעמאל הערען כאטש א צען מאל דאס וארט "די גאנצע וועלט". "די גאנצע וועלט" ווייסט אז ר' אהרן איז א תלמיד חכם, "די גאנצע וועלט" ווייסט ווער עס איז דער עכטער סאטמארער רבי, "די גאנצע וועלט" ווייסט ווער עס האט מענטשען, א.א.וו. און נניח אז "די גאנצע וועלט" האלט קליפ און קלאר אז ר' אהרן האט דעם עולם, "די גאנצע וועלט" האלט אז ר' אהרן איז דער סאטמארער רבי. נו וואס איז יעצט? אז אויב אין סאטמאר האלט מען אז ר' אהרן איז נישט זייער רבי, אויב אלע דיינים האלטען אז ר' אהרן איז נישט אן ערליכער איד, אויב האט היינט צו טאגס דער יונגערער ברודער דאס מערהייט פון סאטמאר די בכל אתר ואתר, מה לי לצרה הזאת? וואס מאכט אויס ווען עס אפילו הונדערט פראצענט אמת אז "די גאנצע וועלט" האלט אז ר' אהרן איז דער סאטמארער רבי? "די גאנצע וועלט" מאכט נישט אויס ווען פון אינעווייניג האלט מען גאר אנדערש. על אחת כמה וכמה ווען עס איז בכלל נישט פארהאן אזא זאך ווי "די גאנצע וועלט". אבער דאס איז נאר א זייטיגער דערהער. צוריק צו ר' געציל וועם דער בלאט האט אויפגעבויעט אז פון "די גאנצע וועלט" פרעגט מען אן שאלות.) כדי אויפצובויען דעם ר' געציל אז אים פרעגט מען אן שאלות פון "די גאנצע וועלט", און דורכדעם וועט ר' אהרן געבויעט ווערען ווייל ר' געציל איז דער איינצציגסטער דיין פון אמאליגען סאטמאר וואס איז ארבליבען מיט אים, האבען זיך פארטיי פירער צוזאמגעזעצט אז ר' געציל מוז ארויסקומען מיט א ספר "שאלות ותשובות" וואס פון דארט וועט מען ווייזען אז ער איז פיל מער ווי אלע אנדערע סאטמארער דיינים, ווייל זיי האבען נאכנישט ארויסגעגעבען א שו"ת ספר. "עקלי דבש" ערשיינט – א שאנדע און א בושה פאר א סאטמארן דיין דער בלאט עם הארצים האבען אראפגעלייגט דעם ספר ווען עס איז ארויסגעקומען פון דרוק אז דא רעדט מען טאקע פון א אנגענומענע פוסק הדור, און אין דער ספר זענען דא "שאלות ותשובות" ווי די פוסקי דורינו פרעגן אן חוות דעתו הבהירה פונעם "בעל עקלי דבש" איך בין געווארן זייער סורפרייזט. א ליצנות פון ערשטען סארט. עס ווייזט גלייך אז די בלאט חברה האבען דאס ארויסגעגעבען. א גרויס חלק פונעם "תשובה ספר" באשטייט פון "שיעורים" אין קרית יואלע ישיבה גדולה, און דערויף האט ער אויך א תשובה צו יעדע מגיד שיעור עקסטערע: א תשובה צו מאיר אליעזר פריעדמאן, ר' אברהם וואלף פרידמאן, ר' מרדכי דוד קאהן, ר' שלמה זאבעל, ר' זעליג שפילמאן ז"ל, ר' ברוך לעווי, ר' שמחה שלום שטיינבערגער. דערנאך א חלק פון די "תשובה" ספר באשטייט פון "שיעורים" אין קרית יואלע כולל, און דערנאך א תשובה צו די כולל יונגעלייט עקסטערע: א תשובה צו ר' יואל קאהן, ר' שלום יוסף קליין, ר' שלום משה ליפשיץ, ר' שלמה שווארטץ, ר' שבתי קאהן, ר' אברהם מאיר עקשטיין, ר' יואל גליק. דערנאך שיינע תשובות צו די תושבים אין קרית יואל: צו ר' שלמה בצלאל וויינבערגער איבער א ליינונג אונטערן טלית, צו ר' בערל פריעדמאן איבער צוריסענע ציצית אין די זייט ביי די צוויי לעכער (דאס איז די ערשטע תשובה אינעם שו"ת עקלי דבש) א תשובה צו ר' שאול לייב זאלדאן, ר' שמואל שלמה טעלער, און צו ר' עקיבאלע גאנץ איבער קוקעריץ. דערנאך איז דארט געדרוקט עטליכע הגהות והערות וואס דער וועלטס גאון האט געשיקט צו בעלי מחברים אויף זייערע ספרים און עס אריינגעלייגט אינעם שו"ת וקרא שמו בישראל "תשובה": צו ר' נח אייזיק אלבום, צו אודווארי רב (כ'גלייב אז אויב אודווארי רב האט אים געענפערט אויף זיינע הגהות וואלט ער דאס אוודאי אריינגעלייגט), צו רבי אברהם חיים שפיטצער און דערנאך צו אנדערע פוסקי דורינו: צו ר' מרדכי בעק, צו ר' מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, צו ר' יודא אליעזר אונגאר (האט א ביהמ"ד אין מאנסי). דערנאך האט ער אסאך אזויגערופענע "תשובות" איבער "שמועסן" ביי צוזאמטרעפן, ווי ער איז ממשיך דעם שמועס דורך נאכשיקן א "תשובה"...: א לאנגע "תשובה" צו ר' יודל ראזענבערג ע"ה וואס איז א המשך איבער א שמועס אין מחנה רב טוב. א לאנגע תשובה צו הרב ר' בנציון שטראססער א המשך איבער א שמועס וואס זיי האבען געהאט אין מצה בעקעריי. א תשובה צו הרב ביק אב"ד מעזוביזש וואס איז א המשך איבער א שמועס ביי די יארצייט סעודה., א תשובה צום אנטווערפן-באבוב'ער דיין איבער א שיחה (שטייט נישט ווען). א תשובה צו הר"ר ישראל דוד הארפענעס דאס איז שוין בנוגע זיין הלכה וואס ר' געציל האט "געהערט" פון "ר' יודא לייב פלאהר". א תשובה צו רבי משה ניישלאס פון סקווירא א המשך איבער א שמועס אין פאפא שטעטל איבער די סוגיא פון גרעיפ זשוס אייסעס... דאס אלעס זענען תשובות אויף שמועסן ביי צוזאמטרעפן. און קיין איינע פון די "תשובות" זענען נישט אויף א שאלה וואס זיי האבן אים אנגעפרעגט.
איצט זענען די תשובות אויף וואס ער שרייבט יא "בדבר השאלה"
3 תשובות אינעם גאנצן ספר "שו"ת אגלי דבש" וואס זענען "תשובות" אויף "שאלות"
1) תשובה בדבר השאלה איז צו ר' יעקב צבי ריבא
2) תשובה בדבר השאלה איז צו זיין מחותן הרב אשר מרגליות (פון וויען) 3) תשובה בדבר השאלה איז נאכאמאל צו ר' יעקב צבי ריבא
דערנאך א "תשובה" צו רבי ישראל'טשע האגער, איבער א "פראבלעם" וואס ער האט אים מעורר געווען איבערן "קרית יואלע'ר עירוב". די ענטפער אויף דעם פראבלעם איז א תשובה אין "שו"ת עקלי דבש". ער האט געגעבן א הסכמה צום ספר פון "הרב" אברהם וואלף שנעבאלג (מו"ץ ארונים ווימ"ס). די הסכמה איז א "תשובה" אין "שו"ת עקלי דבש". תם ונשלם ספר "שאלות ותשובות" עקלי דבש. בלאט ליצנות אויפן העכסטען פארנעם. אבער ווי עס זעט אויס דער מצב היינט צו טאגס האט געהאלפן פאר די חלה דעקלעך אז ר' געציל זאל זיך צושטעלען אינגאנצן צו זיי, אבער דאס איז געקומען מיט א טייערען פרייז פאר ר' געציל: ער האט פארלוירען דאס נאמנות, ער איז נכשל געווארען צו זיין א מאכיל טריפות במזיד, רח"ל, וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער האט זיך פולערהייט צוגעשטעלט צום כת לצים ביי די סידור קידושין ליצנות ווי מען זעט אז ער איז געווארען א פאלנער לייצן, א פאלנער זייפן וואס איז בעד בצע כסף געווארען דער זעלבער לץ ווי שמואל ווידער, לישע שמואל און מאטעס. עס איז געווען נישט צו לאנג צוריק א מעשה מיט א בית השחיטה (נישט קעי דזשעי) וואס דער בעל מכשיר איז געווען די "או יו" (און נישט ר' געציל). די שוחטים זענען געווען פיינע אידן (נישט נח גפן). דער בית השחיטה איז נכשול געווארען מיט א שרעקליכען מכשול אז זיי האבען בטעות געשחטען און נאכדעם פארקויפט קאטשקעס וואס האבען נישט קיין מסורה, נאכמער זיי האבען קלארע סימני טומאה. נאכען זיי כאפן האבען זיי מורא געהאט אז דאס קען זיי שאטען פאר זייער נאמען און זייער ביזנעס האבען זיי אין זייער צייטונג וואס זיי גיבען ארויס, דאס קודם ארויפגעווארפען אויף זייער קאמפיטישאן אז מכלמרשט יענע בית השחיטה האט געשחטן די טמא'נע קאטשקעס. כאטש די "או יו" האט געוויסט גלייך אז זיי זענען די וואס זענען נכשול געווארען, דאך האבען זיי געלאזט זייער צייטונג דאס דרוקען, טראץ זיי האבען קלאר געוויסט אז עס קען זיין אז מענטשען האבען געקויפט די קאטשקע פלייש. שפעטער ווען די "או יו" האט איינגעזען אז זיי מוזען זיך אונטערגעבען פון די דרוק וואס זיי האבען באקומען פון סאטמאר ווען די פרומסטע קהילה האט אויפגעוויזען אז דער בית השחיטה האט יא געשחטען טמא'נע קאטשקעס און נישט די בית השחיטה אויף וועם זיי האבען דאס געוואלט ארויפוואפען, האט זיך די בית השחיטה געמוזט ברעכען און זיי האבען אריינגעלייגט א קליינע מודעה אין א אנדערע צייטונג אז עס קען זיין מעגליך אז עס דא פראבלעם מיט די קאטשקע ממילא זאל מען דאס נישט נוצען ביז ווי ליאנג עס וועט קאלרער ווערען פאר די "או יו". די מודעה איז נישט געווען פוןד י"אי יו", נאר פון פארוואלטונג פון די שלאכט הויז. די "או יו" האט זיך כמעשה ארויסגעדרייט פון די שטינק. אבער זיי האבען נישט געקענט פארשווייגען אז סאטמאר האט זיי געפאקט ביי די מעשה, האבען זיי אין זייער צייטונג אנגעהויבען זינגען עטליכע סארט ניגונים. איין סארט איז געווען אז סאטמאר האט געפעלשט די לאבראטאריע. צווייטע סארט איז געווען אז אלע שלאכט הייזער, אריינגערעכענט סאטמאר, שעכט מען די טמא'נע קאטשקעס. די דריטע סארט ניגון איז געווען אז די כשרע קאשטקעס זענען אויך טריפה. די פערטע ניגון איז געווען אז די טרפה'נע קאטשקע וואס זיי האבען געשחטען איז גאר די וואס נאר דאס מעג מען עסען. און די "או יו" איז אפיציעל שטיל די גאנצע צייט כאטש אז גרויסע רבנים זענען ארויסגעקומען אז אויב האט מען געקאכט די טרפה'נע קאטשקעס מוז מען כשר'ן אלע כלים, דאך האבען זיי באשלאסען אז ענדערש ווי ראטעווען אידן פון מאכלים אסורים, וועלען זיי ענדערש ראטעווען זייער נאמען. איין זאך האב איך זיך טועה געווען אז די בית השחיטה איז יא געווען "קעי דזשעי", דער בעל מכשיר איז געווען ר' געציל בערקאוויטש, און דער שוחט איז יא געווען נח גפן... האט נאך אזא סארט דיין עפעס נאמנות? פארזעצונג קומט אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 00:37 |
|
| |
דער "עקלי דבש" און זיין קאנטראסטער געפירעכץ ווען מען קוקט צוריק אין די היסטאריע פונעם "עקלי דבש" זעט מען אז ער איז קיינמאל נישט גענוצט געווארען ביי סיי וועלעכע ערענסטע פראבלעם, נישט ביי א יחיד און נישט ביים רבים. עס איז נישט קיין סוד אז אין קרית יואל זענען שוין ארויסגעלאזט געווארען אויף וואוילע יונגעלייט און וואוילע משפחות, שמות נוראים אויפן שרעקליכסטען און נידעריגסטען פארנעם. עס זענען פארהאן עטליכע מעשיות וואס זענען ידוע לכל און עטליכע וואס זענען נאר ידוע פאר געציילטע עסקנים. די אלע מעשיות זענען געווען לכתחילה אויפגעבאקען געווארען דורך עמטליכע אינסטיטוציעס פון די קרית יואל. איין אזא שם רע האט בשעתו, פאר 12-13 יאר צוריק, אויפגערודערט די חסידישע וועלט. און דעמאלטס האט ר' אהרן און זיין ווייב געהאט א אקטיווע געמיינע ראלע אין מוציא שם רע זיין אויף א ראש משפחה, און ווען דער געריכט האט אויפגעוויזען אז די מעשה איז לא הי ולא נברא האט נאך אלץ ר' אהרן נישט געוואלט מודה זיין אז ער האט געבאקען די מעשה און ער האט דעם איד עד היום הזה נישט איבערגעבעטען. און מיט עטליכע יארן שפעטער האט ווידעראמאל פאסירט אזא שם רע אויף אן אנדערען יונגערמאן, אבער דעמאלטס האט שוין ר' אהרן מיט זיין ווייב געשפילט א שפיל כאילו זיי ווייסען גארנישט. נאר ברוך מרדכי מארקאוויטש מיט זיין ווייב, וואס זענען גאר נאנט צו ר' אהרן מיט זיין ווייב, זיי האבען עס מכלומרשט אנגעפירט. אבער עס האט קיינער נישט קיין ספק אז ר' אהרן מיט זיין ווייב, דער סקול דיסטריקט און אפילו די מוסדות זענען גאר שטארק אינוואלווד, כאטש זיי ווייסען אלע אז די מעשה איז בלויז א שרעקליכער שם רע און אין קארט האט מען דאס אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס. און אזוי אויך האט דער סקול דיסטריקט שוין ארויפגעלייגט אזעלעכע שמות נוראים אויף עטליכע משפחות, וואס זענען נאר ידוע פאר געציילטע עסקנים. פארשטייט זיך אז מיט ר' אהרן איז נישטא וואס צו רעדען ווייל ער איז א הויפט שפילער ביי די סארט קארופציע, און ער איז אלעמאל געווען א קארופטירטער מענטש פון קאפ ביז פיס. ממילא פון אים איז דאך נישטא וואס צו רעדען ווען עס קומט צו אזא שרעקליכע הוצאת שם רע. אבער דער "עקלי דבש" וואס האט פאר עסקנים מודה געווען אז ער ווייסט אז די אלע אלע אלע מעשיות, אויף סיי וועמען, פארמאגען אין זיך נישט א שמץ של אמת, דאך איז ער נישט געווען גענוג ערענסט דאס אפצושטעלען. יא, ער האט פאר דעם געזאגט אזוי און פאר יענעם געזאגט אזוי, אבער ווען עס איז געקומען זיך ארויסצושטעלען פארן באשעפערס וועגען, איז ער נישט געווען דערביי. כאטש ער האט געזען ווי יודיש בלוט גיסט זיך, כאטש ער האט געזען אז מען גייט אין געריכט שלא ע"פ רשות בי"ד, כאטש ער האט געזען ווי יודישע משפחות גייען לטמיון, דאך איז ער נישט גרייט געווען אויף גארנישט. ממש א קאלטער לייצן, אזא סארט וואס האט נאר געציטערט אז עס קען אים קאסטען א פעני אויב ער וועט זיך ארויסשטעלען קעגען ר' אהרן אפילו ווען עס איז נאר אומדירעקט. ביי סיי וועלעכע סכסוך וואס א יוד האט קעגען קהל צו קעגען די מוסדות, איז ער נישט קיין אדרעס. ער וועט זיך משוגע מאכען אז מען זאל גיין צום דיין סופר, אדער צו זאבעל, אבער ער וועט זיך ארויסדרייען פון צו העלפען א איד. דער "עקלי דבש" קען אויפהייבען זיינע צען פינגערס און זאגען אז "מיינע הענט זענען נאך נישט אריינגעלייגט געווארען אין קאלט וואסער צו העלפען א איד!"
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 00:38 |
|
| |
דער "עקלי דבש" א לייצן און א זייפן פון ביליגסטען סארט דער זעלבער קאלטער לץ און מאדנער בריאה דער גאון הגאונים און דער שר התורא ר' שלום אליקים געציל בערקאוויטש, האט אבער באשלאסען אז ביי די סידור קידושין גייט ער יא איינמאל ווייזען וואס מיינט ערענסטקייט און וואס מיינט זיך ארויסשטעלען פאר די תורא... יעדער וואס האט שוין געהערט די "בארימטע דרשה" פון דעם דיין וואס דער רבי זי"ע האט געשטעלט אין קרית יואל, קלאפט זיך אן אין א "חרם דרבינו תם", און עפעס א "שבות יעקב" און בעיקר אין דאס ווארט "אסור", "אסור און אסור". מען האט זיך דערזען מיט א גאר נייעם דיין אין קרית יואל. איינער וואס קען האקען אין טיש, איינער וואס קען אמאל ארויסזאגען דאס ווארט "אסור", איינער וואס ציטערט פאר א חשש עבירה. וואס איז דא געשען פלוליצונג? און עס דויערט נישט לאנג, גלייך נאכען דרשה פון "אסור" אסור" אסור", קומען ארויס אלע סאטמארער דיינים, און שרייען פאר ר' געציל אז ער איז א פאלנער לייצן און א זייפן! ר' געציל האט פאבריצירט זיין "אסור" ,אסור" "אסור" אויף א מכלמורשטען "רבי ז"ל" אין די צייט וואס ביי די "עספערעדזשעס סינדראם" חסידים מעג מען נאר אנרופען דעם רבין דער "בעל דברי יואל", אבער ביי די דרשה האט מען זיך באנוצט מיטן ווארט "רעבעזיכרוינעליבראכע", אבער דא איינמאל, האט מען אראפגענומען דעם גנב פון די תליה און מען האט זיך באנוצט מיט דעם "פאנאטישען אויסדרוק" רעביזיכרוינעליבראכע. עס ווייזט זיך ארויס עס איז נישט פארהאן קיין "חרם דרבינו תם" און עס איז נישט פארהאן קיין שבות יעקב און עס איז נישט פארהאן קיין שו"ת דברי יואל. אין כאן לא שמתא, ולא ארור. דא איז דא איין פראבלעם: מען האט זיך א עצה געגעבען מיט דער פראבלעם אז דער זאל אין קרית יואל געהערט פאר ר' אהרןנס מוסדות און דעריבער איז ער געווען דער מסדר קידושין, ווייל אויב וואלט מען אים נישט גענומען פאר סידור קידושין, וואלט ער באפוילען צו פארהאקען די לעקטער אויף די חתונה, אבער אז עס איז שוין דא א זאל וואס באלאנגט נישט פאר ר' אהרן און ער קען שוין מער נישט טעראריזירען דעם ציבור, איז ער שוין טאקע נישט מער דער מסדר קידושין, און דערפאר קאפעט ער מיט די הענט און די פיס, און ר' געציל פאר זיינע 12 הונדערט דאלער א וואך און פלוס זעקס הונדערט דאלער פאר זיין דרייווער, איז אלעס גרייט צו טון, נאר דאס געלט זאל ער נישט פארלירען...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 00:39 |
|
| |
היסטאריע וואס "עספערעדזשעס סינדראם" חסידים טארען נישט וויסען ווי שוין געשריבען עטליכע מאל אין די פריערדיגע ארטיקלען, מוז יעדער מנהיג, יעדער פוסק, זיך אויסקענען מיט היסטאריע פון פריערידיגע דורות, ווייל אלעס אלעס איז שוין געשען אמאל. אין חדש תחת השמש, זאגט דער חכם מכל אדם, און אלעס קען מען נאכקוקען ווי אזוי מען האט זיך געפירט אין אזא אדער ענליכע פאל. פאר די וואס זענען נאר עטוואס באקאנט מיט מחלוקת אין דערהיים אין די שטעט איבער רבנות, שוחטים, דיינים, ווייסען אז ביי די ערשטע וועלט קריג האט זיך איבערגעדרייט א וועלט ווען דער בעלזער רב האט זיך באזעצט אין די שטאט מונקאטש. עס איז נישט דא דאס פלאץ צו אריינגיין אין יענע מחלוקה אבער דער תמצית איז אז דער מנחת אלעזר מיטען בעלזער רב רבי ישכר דוב, זענען געווען אויף מעסער שטעך. ווייסט נישט ר' געציל בערקאוויטש אז רבי ישכר דוב איז געווען דער מסדר קידושין ביי זיינע חסידים אין מונקאטש כאטש דער מנחת אלעזר האט נישט מסכים געווען? און דאס אז ר' אהרן קומט נישט צו צום מנחת אלעזר, איז דאך איבריג צו שרייבען. דער מנח"א איז געוען א קדוש אלקי, א גברא רבא, א קנאי באמת, אן עובד השם כחד מקמאי, דאך האט דער בעלזער רב זיך נישט גערעכענט מיט אים און אליין מסדר קידושין געווען. דאס איז א מציאות וואס יעדער חדר יונגעל קען געוואר ווערען. האט איינער ערגעץ געטראפן א פנקס פון די שטאט מונקאטש מיט א ליסטע פון ממזרים? איז נישט איינגעפאלן פאר די מונקאטשער לייצים אז מען קען דא מאכען א שמוץ שפיל אז דער בעלזער חסיד, דער חתן, וואוינט אן א חופה וקידושין? מען דארף דאך וויסען אז דער מונקאטשער רב האט אלעס געטאן צו שטערען דעם בעלזער רב פון זיין מסדר קידושין: ער האט געשיקט איינע פון זיינע דיינים צו די חופה, אז ער זאל מסדר קידושין זיין און נישט צולאזען דעם בעלזער רב. יענער דיין, דארף מען נישט צו דערציילען, האט געכאפט אזעלכע מכות אז ער מיטען כוס זענען געלעגען אויף דער ערד נעבען די חופה און דער בעלזער רב האט מסדר קידושין געווען, אבער דא האט דער מונקאטשער רב געענדיגט. עס זענען נישט געווען די אפגעריסענע האט ליינס און די קאלבישע פרויען וואס זאלען נאכשרייען די פאר פאלק. פארוואס, ווייל דער מונקאטשער רב איז נישט געווען קיין לץ! ווייל עס איז נישט פארהאן א הלכה אז נאר דער רב מעג מסדר קידושין זיין. עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עס באלאנגט פאר איין ת"ח פאר אן אנדערען ת"ח. און דערפאר האט דער מונקאטשער רב עס געגעסען און נישט געשריבען קיין אפגעריסענע פנקס'ער. אפגערעדט פון דעם אז דער מונקאטשער רב איז געווען א חכם מחוכם, וואס האט געוויסט אז די בעלזער חסידים וועלען לאכען אין די פויסטען פון סיי וואס ער וועט זאגען אדער שרייבען אויף זיי. דער מונקאטשער רב איז נישט געווען אזא אקס ווי ר' אהרן וואס האלט אז מיט א פנקס וועט זיך א ריזיגע פארטיי זיך שרעקען. איין זאך וואס מען קען יא טראכטען איז, אז ווען דער מנח"א האט ווען א מעקסיקאנער טעראריסט ווי "מאסרי" וואלט ער קען זיין יא געשריבען א פנקס מיט די נעמען פון די בעלזער חסידים... עס דרייט זיך ארום א ווערטעל: ר' אהרן האט געזאגט שושן פורים היי יאר, אז אלע בתי שחיטה האבען מעקסיקאנער און פארטא ריקאנער זאלצערס אבער אין אונזער בית השחיטה המהודרת איז נאר דא יודישע זאלעצערס. זאגן די גוט זאגער, אז ר' אהרן קען נישט האבען קיין מעקסיקאנער און פארטא ריקאנער זאלצערס ווייל זיי זענען פארנומען מיטן טעראריזירען די מענטשהייט, ווייל נאר זיי זענען זיך נאך גרייט פאר אים צו שלאגען... דאס איז געבליבען פון דעם מעכטיגען ר' אהרן פארוועם די וועלט האט אמאל אזוי געציטערט: מאסרי דער פארטא ריקא... דאס אז ר' געציל, אוי אנטשולדיגט, דער "עקלי דבש", זאל זיך דערקייקלען צו א ביליגען און געמיינעם לייצן, דאס איז יא א חידוש, און דער איינציגער לימוד זכות אויף אים איז אז ער חברט זיך מיט ר' אהרן און אויף איינעם וואס פאלט אריין מיט א שלעכטע חברותא איז שוין נישט שייך קיין קשיות. אויב וויל איינער א ראיה אז ר' געציל דער "עקלי דבש" איז א לייצן וזייפן, קען איך אים געבען זייער א שטארקע ראיה. זייט די ערשטע חתונה ווי ר' אהרן איז נישט געווען בעה"ב אין זאל, טוט זיך אויף טישן און בענק אז די פאר פעלקער וואוינען אן א חופה וקידושין. און דאס פרעדיגט מען פאר אלע וואס ווייסען גארנישט אויף דער וועלט אויסער פון משה גבאי און סידור קידושין. די קעלבער ווייסען נישט פון גארנישט אויף דער וועלט, און פאר זיי פארקויפט מען אז רח"ל מ'שטיינס געזאגט, עס וואוינען אין קרית יואל פארפעלקער ווי הפקרים און מופקרים. און, עס איז שטיל. קיינער לאזט זיך נישט הערען אויסער "מאסרי"! איך מיין, ווי איז ר' געציל? ווי זענען זיינע תשובות פאר די גאנצע וועלט? עס איז נאך מן הסתם נישט געווען אזאנס אין דער וועלט ביי פרומע אידען אז יונגען און מוידען וואוינען אינאיינעם אין דירות אין א פרומע שכונה! אתמהה. וואו איז די מסירת נפש? פארוואס זאל זיך נישט טרעפען איין יונגערמאן, איין ת"ח, איין איד, וואס זאל אריינטאנצען אין יענעמס דירה אפצושטעלען דאס געפערליכע הפקירות! אזאנס? דאס קען דאך שאטען פארן צוקונפט פונעם גאנצען יהדות החרדית, און מען איז שטיל? ווי איז לאוב? ווואו איז שלום לאנדא, וואו איז בערענשטיין? ווי איז דער עקלי דבש? דער תירוץ איז אז יעדער יעדער, אריינגערעכענט "עקלי דבש" אז עס איז שטיק ליצנות. יעדער רב, יעדער ת"ח מעג מסדר קידושין זיין סיי ווי, און עס איז נישט קיין שאלה ח"ו, אבער וואס טוט מען אז ר' אהרן מיט זיין "עספערדסשעס סינדראם" איז צושפילט? שפילט ר' געציל פאר זיינע וועידזשעס אויך א שפיל. איינער איז יא געבליבען ערענסט: מאסרי דער פארטא ריקא!...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 18:00 |
|
| |
פארמעגליך איכה
|
|
|
|
|