בית פורומים כל העולם כולו

לענגסט דינענדער סענעטאר ראבערט בירד געשטארבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2010 00:27 לינק ישיר 
לענגסט דינענדער סענעטאר ראבערט בירד געשטארבן

דער לאנג-יאריגער דעמאקראטישער סענעטאר ראבערט בירד האט די נאכט אפגע'פגר'ט אין עלטער פון 92 יאר, זייענדעג דער לענגס-דינענדער פון קאנגרעס אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, דינענדיג פאר 51 יאר זינט 58' אלס סענעטאר, נאך 6 יאר אינעם רעפרעזענטאנטן הויז זינט 52' אין די וואלן וואס האט אויך אריינגעברענגט פרעזידענט אייזענהאוער.

סענעטאר בירד האט אפגעגעבן א חשבון פון אכצן-אהאלב טויזענט שטימען אינעם סענאט, אבער האט זיך גענצליך געטוישט פאליטיש גערעדט דורכאויס זיין סענאט דינסט. אין די צייט וואס דארכאויס די שפעטערע יארן אין סענאט איז ער געווען אן אויסגעשפראכענער ליבעראל, האט ער פאר זעקס און פערציג יאר צוריק אנגעהאלטן א פיליבאסטער פון איבער פערצן שטונדן קעגן דעם סיוויל רייטס ביל. אויך האט ער זיך אין זיינערצייט גאר שארף אויסגעדריקט קעגן דעם אקטיוויסט מארטין לוטער קינג.

סענטאר בורד האט געדינט אלס פארטיי פירער זינט 77' פאר 12 יאר, 6 דערפון אלס מאיאריטעט פירער. זיין פירערשאפט האט אריינגערעכנט די פרעזידענטשאפטן פון דזשימי קארטער און ראנעלד רעיגען, ביז ער האט געמוזט אפטרעטן צוליב א פליטת פה, איבערגעבענדיג דעם פירערשאפט פאר היינט פרעזידענט אבאמא'ס מיטל מזרח שליח דזשארדזש מיטשעל.

אלס סענאט מאיאריטעט וויפ פירער - וואו ער האט געדינט צווישן 71' און 77' באזיגענדיג טעד קענעדי - האט ער פאר זיבן-און-דרייסיג יאר צוריק אין 73' געוואלט איינפירן א געזעץ פארצוריקן דעם וואלן טאג מיט א מאנאט אויף דעם ערשטן דינסטאג אין אקטאבער, כדי צו פארקירצן די טייערע קאפיינס. די אגודת ישרא' האט דאן מיט די הילף פונעם רעפובליקאנעם סענעטאר פון ניו יארק דזשעיקאב דזשאוויטץ, איבערצייגט בירד צו טוישן דעם געזעץ, מיטן טענה אז דער געזעץ וועט אוועקרויבן די אידישע שטימען, צוליב דעם וואס דאס געפאלט אויס צווישן די ימים טובים. בירד האט טאקע געטוישט דעם פארשלאג אז מען זאל אפריקן די פריימערי וואלן אויף אויגוסט.

בירד איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פארגאנגענע וואך, וואו ער האט געהאט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער דעמאקראטישער גאווערנאר פון דעם ארימען סטעיט וועסט ווערדזשיניע וועט אצינד ברויכן אויסקלויבן אן ערזאץ פארן זיץ ביז 12' ווען בורד'ס טערמין לויפט אפ.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לענגסט דינענדער סענעטאר ראבערט בירד געשטארבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext