| נשלח ב-30/6/2010 22:47 |
|
| |
ניו העמפשער: ר' אהרן קומט אן אויף "בליץ" באזוך!
היינט פארט דער סבלן ר' אהרן טייטלבוים אפ קיין ניו העמפשער אויף א בליץ באזוך, פשוטו כמשמעו מ'גייט בליצן בילדער און ווידיאו'ס פון זיין עבוה"ק פון די סעקונדע וואס ער שטייט אויף אינדערפרי ביזן זיך גיין לייגן.
9:00 א בילד מיט צוקנייטשטע פאות וואקענדיג צו די מקוה (מ'רעדט דאך פון א איד וואס ברעטשעט ביי אהבה רבה יעדן פארטאגס נאך ברכת התורה...)
9:30 א בילד וואקענדיג אין שול מיט די געקרייזעלטע פאות ווי א גרויסע יונגל, שטארק אנגעלאנט אויפן זילבערנעם שטעקן מיטן קרוין.
9:35 פנחס אלימלך ווייס באמערקט דעם פאטאגרעפירער און וויל אים ארויסווארפן, דער הויז בחור קומט צו לויפן אז דאס איז דעם רבין'ס רצון, פנחס אלימלך לאזט נאך.
9:40 א בילד ווי ר' אהרן גלעט די ציצית ביי ברכי נפשי שטארק פאר'מוח'ט.
9:42 א בילד ווי ער טוט זיך אן דעם תפילין של ראש, פונקן פייער שפריצן פון זיינע שארפע אויגן.
10:00 א בילד שטייענדיג אנגעלאנט אויף זיין שטענדער ווי א 90 יעריגער רבי.
10:15 א בילד ווי ער איז עולה לתורה און ווי ער נעמט איר ארום מיט א זעלטענעם ליבשאפט.
11:00 די טלית אויפן פלייצע מיטן ביבער הוט אויפן קאפ לייגט צוזאם די תפילין און שמוסט מיט זיין מח דאקטער און פסיכילאג אונסדארפער פון מאנטריאל.
11:15 גייט שפאצירן מיט הירצקא שטיין און נאך אפאר שלאנקיגע אקסן, רעדט הויעך און שפאצירט שטייט די ווידיאו זאל אלעס קענען אפכאפן, און מ'זאל עס דערנאך קענען דרוקן און משלחן של מלכים.
12:00 קומט אן אהיים, באמערקט אז דער פאטאגרעפער איז דארט שטעלט ער זיך אויף די טרעפ און עפענט א גמרא און הייבט אן דרייען מיט די פינגער מתוך בשעת ווען זיין דאקטער אונסדארפער שמייכעלט זיך אונטער.
2:00 ערשיינט ווידעראמאל אין אויפנאמ'ס שטוב מיט נאסע לאקן, עס ווארט אים אפ יוסי בראך מיט די פרישע באריכטן וואס ער האט שוין אלץ פארווירקליכט פון ר' אהרן'ס חלומות, פון ארעסטירן אליעזר קעסטנבוים ביזן אריינפירן יו.טי.עי. אין פעדעראל קארט.
3:00 תתחדש כנשר נעורכי, זעצט זיך אריין אין א קליינעם טענט, ווי די אלטע גוטע צייטן, און באקומט א לעקציע פון פסיכילאג אונסדארפער.
5:00 יואל לאנדא פון סאטמאר טעקסט און סאטמאר לייוו אויף טוויטער, דער שר הפיקטשערס יואל פריעדמאן און די ווייס ברודער קומען זאגן אז הערשי רובינשטיין ווארט שוין אין שול און מ'דארף גיין זיך שטעלן צו די פאזעס.
5:30 ערשיינט אין שול מיט א גאר ברייטן גארטל און פארשמועסט זיך, פלוצלינג באמערקט ער אז רובינשטיין כאפט ווידיאו זעצט מען זיך אראפ לערנען הויעך אויפן קול און דרייען מיט די גראבע פינגער אויף ארויף.
המשך יבא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2010 06:55 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס דער וואלדמן וויל דא פונקטלעך, אבער ער האט דעם ענין נאר בעסער ארויסגעברענגט. הגם דער משל מיט'ן פרעזידענט איז בכלל נישט דומה צום נמשל. דהיינו: דער פרעזידענט ווערט דאך ערוועלט דורכ'ן פאלק, אין דער וואס האט די מערסטע עלעקטארעל שטימען - ראוי צו נישט ראוי - דער ווערט פרעזידענט, מופט זיך אריין אינעם ווייסען הויז, אין באקומט צוטריט צום שווארצען רענצעל, אין ס'נאר דא איין פרעזידענט. סאטמאר רבי ווידער, איז אינגאנצען אן אנדער קעיס. סאטמאר רבי איז נישט ווער ס'זיצט דא אדער דארט, סאטמאר רבי איז א מיטל נאכמער ווי א טיטל. דער גרעסטע ראי' איז, אז ס'דא צוויי וואס "רופען" זיך סאטמאר רבי. אין נאכמער, ביי איין צד איז דער אנדערער רבי א "ניקס" (מילד גערעדט..) וואס האט אפשר דער טיטל אבער ווייט פונעם מיטל. פונקט אזוי ווי חסידי קלויזענבורג-נתני' האבען א נאמען געגעבען זייער רבי "צאנזער רבי"..., אין הגם הרה"צ שליט"א מנתני' איז לכאו' שטארק ראוי פאר'ן טיטל קלויזענבורג'ער רב אבער פאר הייליגען טיטל "צאנזער רב" איז ער פונקט אזוי ראוי ווי ליפא רייך וואס רופט זיך אויך אזוי.
יעצט צו אונזער ענין:
תלמידים וחסידים פונעם הייליגען רבי'ן זי"ע האבען א שטארקען פראבלעם מיט העברעאיש. אין אזוי ווי הרב וואלדמן האט ארויסגעברענגט, איז "רביצין" נישט א טיטל פאר זיך נאר דאס איז די פרוי פונעם רב אין ס'איז ווי איין זאך, דערפאר וועט איר קיינמאל נישט הערען אן ארוני רעדען אויף "זייער" רביצין ווייל א חסיד פון א רבי רעדט נישט אויפען רבין'ס רביצין. אין דערפאר האבען א גרויס חלק פון סאטמאר א פראבלעם אז מהר"א זאל "זיין" סאטמאר רבי ווייל זיין פרוי איז זייער באקוועם מיט העברעאיש אין אויטאמאטיש איז עס א קשיא אויף די גאנצע זאך. אין הגם - ווי איינער האט דאך שוין געפרעגט דא - אפשר איז זי טאקע נישט שולדיג אז זי "קען" דאס שפראך, האט דאך יענער זייער גוט ארויסגעברענגט, אז ווען זי וואלט ממעט געווען פון עס רעדען נאר לצורך ממש וואלט געווען אן אנדער מעשה. אבער ווי ס'איז באקאנט, רעדט זי עס אפילו מיט מענטשען וואס פארשטייען אידיש/ענגליש, אין שעמט זיך עס נישט צו טאן אפילו פארנט פון היימישע אידען, אין אזוי אויך ליינט זי נאך היינט העברעאישע ביכער אין אויסגאבעס. דאס ווייזט אז זי איז זייער "באקוועם" דערמיט.
אז מ'פארשטייט די א.ד., קען מען גיין א טריט ווייטער:
ס'איז א דבר פשוט, אז איינער וויל איינפירען עפעס א פרומקייט ביי זיך אין שטוב, אויב ער האט א גוטע תורה'דיגע שלום בית און ער מיינט עס אמת'דיג, קען מען געווענלעך פועל'ן אין שטוב. אלזא אז מהר"א קען נישט אויסרייסען ביי זיך אין שטוב א זאך וואס איז א "יסוד" אין סאטמאר, דאס ווייזט אז די גאנצע זאך אינטערסירט אים ווי די פאריעריגע שניי, אדער איז די שלום בית...
נ.ב. כ'האב גארנישט ספעציעל קעגען איר פערזענלעך. וכל מה שכתבתי לעיל, איז נאר בנוגע די ענין פון עברית אין וואס פאר א שייכות דאס האט מיט איר מאן'ס רעביסטעווע. לגבי איר כשלעצמה אלס א פערזענליכקייט, - מיין מיינונג איז - וואלט זי נישט אזוי שלעכט געווען, ווי באקאנט זענען אירע שוועסטער באקאנט אלס וואוילע ערליכע אידענעס - טאקע נישט אינגאנצען לויט אונזער רוח - אבער ווי א.ד. טוט אן ערליכע אידענע זיך צושטעלען צו איר מאן'ס השקפה. ממילא אז זי האט אידישקייט [אין צימאל אויך מענטשליכקייט] פראבלעמען, איז עס נאר ווייל זי וואוינט מיט דעם אויסגערופענעם שרוג"ר מהר"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2010 20:21 |
|
| |
Ahrons Cavresa Unsderfor Learning in new hampshier with r tovya weiss and elezer weinshtok from ky and r' vulf bash from williamsburg.jpg

|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2010 03:53 |
|
| |
מיינסט אוואדי צו זאגן אז ער איז נישט "ראוי" צו זיין סאטמאר רבי, ער איז נישט "קוואליפיצירט" צו זיין סאטמאר רבי, מסכים,
פארדעם איז דאך דא 2 סאטמארע רבי'ס, אבער אין מציאות איז ער ליידער יא א סאטמאר רבי, דאס איז א פאקט,
למשל, סדא וואס האלטן אז דער בעלזער איז נישט ראוי צו זיין בעלזער רבי, מיינט נאך נישט אז ער איז נישט, אפי' די פרוי זאל רעדן סיי וועלכער שפראך
סדא וואס האלטן אז אבאמא איז נישט ראוי צו זיין פרעזידענט, קען זיין, אבער אין מציאות איז ער פרעזידענט, אפגעזען צו ער איז קוואלאפיצירט צו נישט,
קען זיין אז למשל ר' ישעי' יעקב שטויבער, אדער ר' א"מ גאלדבערגער, איז די מערסטע קוואליפיצירט צו זיין סאטמאר רבי, [איך כאפ נאר אן משל], מיינט דאס זיי זענען סאטמאר רבי ווייל סיי האבן די קוואליפיקאציעס?
די זעלבע ר' אהרן איז סאטמאר רבי, דאס איז א מציאות, דאס אז לויט פילע מענטשן איז ער נישט ראוי ווייל זיין פרוי רעט עברית, דאס איז טאקע א גרויסע ליידער
אילו זכינו וואלט ר' ישעי' יעקב שטויבער געווען דער סאטמר רבי ועכשיו שלא זכינו ווערט סאטמאר געפירט דורך די 2 סיגעטערס בנים קדושים,
כאפסט וואס איך מיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2010 03:26 |
|
| |
אוודאי "מאכט איר נישט אויס סאטמר רבי'נס ווייב" אבער ס'מאכט איר מאן אויס סאטמארער רעבע, ס'ארבעט נישט ביינאזאם.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2010 00:23 |
|
| |
האסט מיך נישט פארשטאנען, קען זיין איז די גרעסטע ציוני, אבער דאס מאכט איר נישט אויס סאטמר רבי'נס ווייב,
די רביצין טיטול איז נישט מצד עצמו, דאס איז פאר זיין די ווייב פון א רבי,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2010 00:17 |
|
| |
הייסט דאס רעדן עיווריט איז נישט קיין בחירה, אינטערעסאנט וואס האט אויסגעפעלט מאמר לשה"ק אין ויוא"מ
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2010 00:03 |
|
| |
סאשע איז סאטמר רביצין, ווייל זי איז די פרוי פון סאטמר רבי, אפי' זי רעט אגאנצן טאג עברית צו פויליש צו רוסיש, דאס האט שוין פאסירט מ' יום קודם יצורת הוולד, דאס איז דערנאך,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2010 23:37 |
|
| |
גערעכטער קוק פון דיינע ווערטער ווי די אליינס שרייבסט אז לערנן עברית האט רביה"ק געהאלטן אז ס'איז יהרג ואל יעבר. און יעצט האט דען סאשע נישט געלערנט עברית. און אפילו וועסט טענהן אז זי איז נישט שולדיג ווייל איר טאטע האט איר געשיקט. אבער צו זיצן אויף די בענקל פון סאטמארע רביצין איז זי נישט ראוי. ווען זי וואלט ווען היינט צוטאגס נישט גערעדט די טמאנע שפראך וואלט איך נאך געשוויגן אבער אז זי איז נישט משפיל די שפראך. נאר זי נוצט עס זייער אפט אזא איינער האט נישט קיין שום זין אז זי זאל זיין די סאטמארער רביצין.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2010 22:57 |
|
| |
מאמי, אוי איז גוט געווען די ערעפלען רייד, ס'געווען זוי סאך fun,

|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2010 22:27 |
|
| |
סא אין תש"ע איז מען דן צו ס'איז א פראבלעם דאס אז די א.ג. רעבעצען סאשע רעדט בעיווריט, גאנץ ווייט דעגרייכט אין סאטמאר, האט איינער מיילעך שווארצען'ס טעלעפאן נאמבער ער גלייכט צופירן מלחמות'ן מיט רעבעצין'ס, איז א שפיגל די פראבלעם אדער עיווריט,?
אגב אדורכלערענדיג די ויואל משה בחברותא מיט גערעכטער האט איך נישט געפונען עפעס קעגן די לאנג איילענד ווייץ ווייסט איינער די מראה מקום?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2010 19:47 |
|
| |
הילף ביטע
ננייטיג געזוכט הילף פאר גערעכטער, ווער עס איז גרייט צו וואלונטירן צו העלפן קאנטראלירן די אויסברוך פון דעם תלמיד חכם גערעכטער (ער אליין איז מודה אז ער איז נישט קיין ע"ה) זאל ביטע זיך אנרופן ווי שנעלער
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2010 19:36 |
|
| |
אזוי! הא? אינגעל!, שוואנץ!, בעבי!, מצומצם!, און וואס נאך?, קענסט מיך אנרופן וואס פאר א כינוי דו ווילסט, אבער קיין עם הארץ בין איך נישט,איך נעם נישט די שיטה הקדושה פון דעם מסלף השקרן מנשה פילפ, איך נעם נישט די שיטה הקדושה פון דעם צודרייטן געלן בדחן (ר"ת בג''ץ) און איך נעם נישט די שיטה הקדושה פון דעם לאניטיק אלתר משה ג''ב, איך האב דורכגעלערנט דעם ויואלמשה פון דעקל צו דעקל, איך קען דאס בע''פ, און איך פראביר פון ענק צו צוען אפאר ווערטער און ס'קומט מיר אן שווערער פון ארויס צוען א אלטן קראנקן באק צאן, איר פארשטייט צו די שיטה הקדושה פונט ווי ענקער עם הארץ פארשטייט א שטיקל גמרא, איר פאקט סטעיטמענטס וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און איר האפט אז מען וועט זיך נישט כאפן, איינער שרייבט אז דער רבי זי''ע האט געזאגט אז ס'איז ענדערשט זיך צו ביקן 100 מאל צום צלם ווי "רעדן" איין ווארט עברית, נו דאס איז א שקר פון א סטעיטמענט, און א נארמאלער מענטש פארשטייט גלייך אז עס איז נישט מעגליך אז דער רבי האט דאס געזאגט, ווייל דער רבי איז נישט געווען א סתם אזוי ארויס געשאסן א עקסטרעמע סטעיטמענט, יעדעס ווארט איז געווען געמאסטן יעדעס ווארט איז געווען א הלכה למשה מסיני, און צו זאגן אז א ווארט עברית איז ארגער פון 100 מאל בוקן צום צלם איז אבסורד, נו, די תם אוואטע'דיקע זאליס האבן זיך גענומען אויף מיינע ביינער, וואס הייסט?, וויאזוי קען מען שרייבן אז דער רבי זי''ע האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט רעדן עברית, איי אפשר צייגט מען מיר ווי איך האב דאס געשריבן? אבער ביי די זאליס איז בכלל נישט קיין חילוק פון אמת צו שקר, אבי די רעבעצין סאשע איז א צלם בוקער, און א פאלנע ציוניסקע, און מען פליקט מיך אראפ, מיט "דאכט זיך אזוי", דאכט זיך אהער און מיט דאכט זיך אהין וויל מען מיך אפווענדן.
אויפאיינמאל שפאצירט אריין דער נערמאלער, שארט זיך ארויף דעם הערמל פון העמעד מאכט אפאר פויסטן אין הייבט אן צו באכן, ער הייבט אן צו שרייען שוואנץ, אינגל, און מצומצם, טייערער פריינט, אויב בין איך מצומצם ביסטו היבש צוריק געבליבן, האב איך דען נישט געוויסט פון די דרשה וואס דער רבי זי''ע האט געזאגט וועגן "לערנען" אויף די טמא'נע שפראך?, דער רבי האט א לאנגס און א ברייטס וועגן לערנען די תוה''ק אויף עברית וואס איז ביי עם געווען ביהרג ואל יעבור, אבער דאס איז קלאר דייקא ביי לערנען און נישט ביים רעדן, און אפילו רעדן אלץ די ערשטע שפראך אויף עברית איז אויך אסור, אבער דאס מיינט נישט אז רעדן עברית מיט איינעם וואס רעדט נאר עברית איז אסור בתכלית, אין ארץ ישראל ווען מען גייט אין די באנק, צו אין פאסט אפיס צו אין סיי וועלעכע עמטליכע אפיס, וואס פאר א שפראך מיינט איר רעדט מען דארט? און איז דען דא דערויף א איסור חמור, ווען דער ירושלימער רב שליט''א פארהאנדעלט מיט די פאליציי וואס קומט פאר גאנץ אפט, רעדן זיי דען אידיש? אלזא, מאכט א חשבון, ווער איז מצומצם, און ווער איז גערעכטער נומבער איינס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2010 23:42 |
|
| |
בנוגע דער גערעכטער קוקט ער מיר עכט אויס צו זיין א ארוינישע אינגל וואס הערט אויס ערליך טעלער'ס שוואנצאנעס,
מען דארף זיין א עכטע מצומצם און שוואנץ צו זאגן אז דער רבי זי"ע האט נישט געהאט קיין פראבלעים מיט'ן רעדן עיווריט וכו' איך עקל מיך עס אפילו איבערצושרייבן.
בנוגע די דרשה פון רבינו זי"ע איז געדריקט דאכט זיך אין די חידושי תורה פון די דינער'ס
דער רבי רעדט דארט ארום קעגן דעם וואס אין געוויסע סקול'ס דא אין אמעריקע לערנט מען אויף עיווריט, רבינו הקדוש והטהור שר התורה וצדיקו של עולם חכימאי דיהודאי איז מסביר דארט מיט קלארע ווערטער ווי פאלגענד: מילא איינער וואס וואוינט אין ארץ ישראל און לערנט עיווריט איז דאס גאר א געפערליכע זאך פון די ארס טמא פון די טריפה'נע לשון המינים, נאר דארט קען מען זיך עכ"פ איינרעדן אז מען וויל דאס קענען ווייל דאס איז די לשון המדינה. אבער דא אין אמעריקע צו לערנען עיווריט איז נישט פאר קיין שום אנדערע סיבה נאר ווייל מען סימפאטיזירט מיט דעם די שייכות און סימפאטיע צו די רשעים און אפיקורסים.
און אויף דעם האט דער רבי זי"ע געזאגט אז צו לערנען איין ווארט עיווריט איז ארגער ווי זיך צו ביקן צום צלם טויזענט מאל, ער דארף נישט האבן דעם ארוינישן טיפש זאל מסכים זיין צו נישט. די הייליגע ווערטער פון רבינו הקדוש איז חי וקים.
דאס איז בנוגע די אויסדריק און הלכה וואס דער רבי זי"ע האט דאן געזאגט, אבער בכלל וועגן די לשון המינים איז א גרויל צו ענטפערן אפילו פאר דעם ארוינישל אז דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעים דערמיט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2010 18:49 |
|
| |
;נדפס פעמיים בטעות
|
|
|
|
|