איך ווייס נישט וואס דער וואלדמן וויל דא פונקטלעך, אבער ער האט דעם ענין נאר בעסער ארויסגעברענגט. הגם דער משל מיט'ן פרעזידענט איז בכלל נישט דומה צום נמשל. דהיינו: דער פרעזידענט ווערט דאך ערוועלט דורכ'ן פאלק, אין דער וואס האט די מערסטע עלעקטארעל שטימען - ראוי צו נישט ראוי - דער ווערט פרעזידענט, מופט זיך אריין אינעם ווייסען הויז, אין באקומט צוטריט צום שווארצען רענצעל, אין ס'נאר דא איין פרעזידענט. סאטמאר רבי ווידער, איז אינגאנצען אן אנדער קעיס. סאטמאר רבי איז נישט ווער ס'זיצט דא אדער דארט, סאטמאר רבי איז א מיטל נאכמער ווי א טיטל. דער גרעסטע ראי' איז, אז ס'דא צוויי וואס "רופען" זיך סאטמאר רבי. אין נאכמער, ביי איין צד איז דער אנדערער רבי א "ניקס" (מילד גערעדט..) וואס האט אפשר דער טיטל אבער ווייט פונעם מיטל. פונקט אזוי ווי חסידי קלויזענבורג-נתני' האבען א נאמען געגעבען זייער רבי "צאנזער רבי"..., אין הגם הרה"צ שליט"א מנתני' איז לכאו' שטארק ראוי פאר'ן טיטל קלויזענבורג'ער רב אבער פאר הייליגען טיטל "צאנזער רב" איז ער פונקט אזוי ראוי ווי ליפא רייך וואס רופט זיך אויך אזוי.
יעצט צו אונזער ענין:
תלמידים וחסידים פונעם הייליגען רבי'ן זי"ע האבען א שטארקען פראבלעם מיט העברעאיש. אין אזוי ווי הרב וואלדמן האט ארויסגעברענגט, איז "רביצין" נישט א טיטל פאר זיך נאר דאס איז די פרוי פונעם רב אין ס'איז ווי איין זאך, דערפאר וועט איר קיינמאל נישט הערען אן ארוני רעדען אויף "זייער" רביצין ווייל א חסיד פון א רבי רעדט נישט אויפען רבין'ס רביצין. אין דערפאר האבען א גרויס חלק פון סאטמאר א פראבלעם אז מהר"א זאל "זיין" סאטמאר רבי ווייל זיין פרוי איז זייער באקוועם מיט העברעאיש אין אויטאמאטיש איז עס א קשיא אויף די גאנצע זאך. אין הגם - ווי איינער האט דאך שוין געפרעגט דא - אפשר איז זי טאקע נישט שולדיג אז זי "קען" דאס שפראך, האט דאך יענער זייער גוט ארויסגעברענגט, אז ווען זי וואלט ממעט געווען פון עס רעדען נאר לצורך ממש וואלט געווען אן אנדער מעשה. אבער ווי ס'איז באקאנט, רעדט זי עס אפילו מיט מענטשען וואס פארשטייען אידיש/ענגליש, אין שעמט זיך עס נישט צו טאן אפילו פארנט פון היימישע אידען, אין אזוי אויך ליינט זי נאך היינט העברעאישע ביכער אין אויסגאבעס. דאס ווייזט אז זי איז זייער "באקוועם" דערמיט.
אז מ'פארשטייט די א.ד., קען מען גיין א טריט ווייטער:
ס'איז א דבר פשוט, אז איינער וויל איינפירען עפעס א פרומקייט ביי זיך אין שטוב, אויב ער האט א גוטע תורה'דיגע שלום בית און ער מיינט עס אמת'דיג, קען מען געווענלעך פועל'ן אין שטוב. אלזא אז מהר"א קען נישט אויסרייסען ביי זיך אין שטוב א זאך וואס איז א "יסוד" אין סאטמאר, דאס ווייזט אז די גאנצע זאך אינטערסירט אים ווי די פאריעריגע שניי, אדער איז די שלום בית...
נ.ב. כ'האב גארנישט ספעציעל קעגען איר פערזענלעך. וכל מה שכתבתי לעיל, איז נאר בנוגע די ענין פון עברית אין וואס פאר א שייכות דאס האט מיט איר מאן'ס רעביסטעווע. לגבי איר כשלעצמה אלס א פערזענליכקייט, - מיין מיינונג איז - וואלט זי נישט אזוי שלעכט געווען, ווי באקאנט זענען אירע שוועסטער באקאנט אלס וואוילע ערליכע אידענעס - טאקע נישט אינגאנצען לויט אונזער רוח - אבער ווי א.ד. טוט אן ערליכע אידענע זיך צושטעלען צו איר מאן'ס השקפה. ממילא אז זי האט אידישקייט [אין צימאל אויך מענטשליכקייט] פראבלעמען, איז עס נאר ווייל זי וואוינט מיט דעם אויסגערופענעם שרוג"ר מהר"א.
 |
|
|