מען האט שוין דא ארויס געברענגט די וואך דא אז ווען ר' שלמן לייב איז געווען פאר צוויי א האלב יאר צוריק אין אנטווערפן
האט ער געזאגט אז פארדעם הייסט די נסיעה מסע הקדוש וועגן מען גייט אויף טיען הייליגע זאכן, מען גייט אויף הערן נעמען געלט פין די שטאט פארן בית רחל
לכאורה שטעלט זיך דא אפאר פראגן
1) פארוואס דייקא טאר אנטווערפן נישט נעמען געלט פין די שטאט אין ניו יארק יא
2) וואס איז געשעהן די צוויי אין א האלב יאר פאר וואס איז ר' זלמן לייב איינגעשלאפן אין נישט געשאפט דאס געלט .
3) פארוואס האט מען געפענט א ניי מיידל שולע אין אנטווערפן
4) וואס טוט זיך מיט די זאלי פארטיי אין אנטווערפן
5) וואס איז יעצט געשעהן אז יעקב דוד דאמב מיט מעכיל שלעזניגער האבן זיך גענימען שרייען חינוך הטהור, חומה בצורה
מען גייט ראטווען יודישקייט אין אנטווערפן
צי פארשטיין דעס מיז מען מאכן א שטיקל הקדמה
ר' זלמן לייב פארטיי איז אנדערש ווי א יעדע חסידות אין די וועלט, דהיינו זיין קאליציע באשטייט פין אסאך קליינע פארטייען
א טייל עולם וויל דעם רבי'ן ז"ל, א טייל וויל דעם ברך משה, ברך ליפא, אלטע פיגא, בני יואל,אהרן זאל פייגערן, גערעגטע מענטשן,סתם הפקר מענטשן.
ר' זלמן לייב איז דער פרעמיער מינסטער פין די קאליציע, אין ער זיצט אין שמירט וועזעלין א גאנצען טאג
זינטאג פאר משה פריעדמאן, מאנטאג פאר יחזקאל בראך, דינסטאג פאר זלמן לייב וואלדמאן,
מיטוואך פאר מנשה פילעף, דאנרשטיג פאר אברמי לעפקאוויטש, פרייטאג פאר מרדכי קאהן.
ער איז אין ערגעץ נישט בעל בית ער וועט איינגעטיילט אויף טריט אין שריט וויפיל מאל ער דארף זאגן די רבי ז"ל
( ווייל פעטער ז"ל טאר ער נישט זאגן ) וויפיל מאל ער מעג נאך א זאגן א ברך משה
ווי שטארק ער מעג קלאטשן אין ווי הויך ער מעג וויינען אין וי שטארק ער מעג זיך שאקלען.
אנטווערפן איז נישט אנדערש.
אין אנטווערפן האט סאטמאר א גרויסע מיידל סקול אבער היות אנטווערפן איז א ארים שטאט אין קען זיך אליינס נישט אויס האלטן מיז מען צי קומען נעמען געלט פין די שטאט.
אבער כדאי צי באקומען געלט פין די שטאט מיז לערנען זייערע לימודים, אין למעשה איז בושה צי רעדן דערפין אז מען לערנט ממש ווי אין א פובליק סקול, רוב טאג ווערט געלערנט די גוי'שע לימודים, אין קליינע פראצענט לויזט די שטאט לערנען יודיש.
דא אין אמעריקע האט מען איינגערעדט אז די סאטמאר סקול אין אנטווערפן איז א דארן אין אויג פאר די ציונים זיי האלטן עס נישט אויס אבער למעשה לאכט די גאנצע שטאט דערפין וויסנדיג די קלארע פאקטן וואס מען לערנט דארט די גוי'שע לימודים.
האט זיך געשפאן א גרויסע ריס אין סאטמאר אין ביים פרימען עולם וועגן די לימדי חול, דער עולם האט געשריגן אז די קינדער ווערן ממש פאר גוי'שט אין מען מיז אן הייבן געהעריג צי לערנען מיט די מיידלעך.
ר' זלמן לייב האט באמערקט דעם ריס אין איז געפארן קיין אנטווערפן מפשר צי זיין אז ער איז גרייט צאם שאפן די נויטיגע פאנדן פאר די מיידל סקול, אין לויט ווי איך הער איז ער טאקע געווען גרייט ווייל ער האט פארשטאנען די קאנסקעווענצן וואס ס'וועט אנמאכן אינערהאלב זיין פארטיי וואס ס'האט למעשה טאקע צי ריסן זיין פארטיי דארטן.
ווען מרדכי שטויבער האט דאס באמערקט האט ער דיפלאמטיש ארויס געפירט ר' זלמן לייב פין אנטווערפן
ווייל מרדכי איז לעגאל פרינצפעל איז די סקול אין אזוי ווי יעדע סקול וואס לעבט פין די שטאט באקומט דער פרינצפעל א
פענשין פאנד נאך כך וכך יארן
אין אנטווערפן מיז מען זיין 15 יאר א פרינצפעל וואס ס'זאל אריין פיטן די קרייטעריע פין די לימודי חול
די 15 יאר איז יעצט אפגעלאפן אין יעצט קען שוין מרדכי שטויבער מאכן זיין געלט אין אויס לעבן זיינע יארן רואיג
פאר צוויי א האלב יאר צוריק האט ער נאך נישט געקענט אויף הערן מיט דעם סיסטעם ווייל יא האקט זיך אויטמאטיש אפ זיינע פאנדן, אין משה פריעדמאן מיט מרדכי שטויבער האבן געמאכט א יד אחת אז ר' זלמן לייב זאל נישט צי פיל פארפירן
למעשה האבן די פרימע יא געפענט א ניי שולע בפיקדות כ"ק האדמו"ר מפעשווארסק שליט"א
אין די זאלי פארטיי איז ציריסן אין ציפליקט אין אנטווערפן ס'איז דא א טייל זאלי'ס וואס האבן אפגעלאזט אינגאנצען די זאליס אין אריבער צי די אהרונים
היוצא לנו מזה פאר מרדכי שטויבער פענשין פאנד האט מען מפקיר געווען יודישקייט אין חינוך הטהור אין אנווארפען ס'איז נאך א טרויעריג בלעטעל אין די זאלי היסטאריע.
הא לן והא להו.
תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 01/07/2010 02:22:53
נשלח ב-3/7/2010 01:21
איך האב פריער געהערט א זאלי צאם שעלטן פעשווארסקער רבי מיט די ערגסטע קללות אז דער פעשוואסקער רבי איזס כפוי טובה פאר די זאליס ער לאכט זיך אויס פין זיי ס'אינטערסירט אים נישט הגז"ל מיט זיין חסידות, ער האלט נישט ביים העלפן די זאלי מוסדות.
איך האב געהאט די טאג פין מיין לעבן.
נשלח ב-2/7/2010 21:48
איך פארשטיי נישט איך בין צימישט, ווער האט אראפ גענימען די מזוזות, די מוסרים אדער?...
נשלח ב-2/7/2010 21:21
א דערמאנונג פאר'ן עולם ווען קאשיוער רב איז געווען א שייגעץ, ווען וויזניצער רבי איז געווען א שייגעץ, ווען ר' יחזקאל ראטה איז געווען א צדיק
ר' לייביש לייזער איז דא געווען אין אמעריקע צוויי מאל דעם ווינטער אין ר' זלמן לייב האט זיך מיט אים געטראפן פארוואס האט ער גארנישט גערעדט צי אים דערוועגן.
נשלח ב-2/7/2010 19:23
לאעליכם די האסט שוין עפעס א אלטע היסטאריע לגבי די סקול אין אנטווערפן עפעס ביזטו ביזי פארענטפרן מרדכי שטויבער ס'גייט מיך נישט אן וואס די טוסט
אבער לאז ארויס אינזער רבי'ן פשווארסקע רבי שליט''א האלט האלט אז ר' זלמן לייב האלט נישט ביי גארנישט אין ער האט זיך עס איבערצייגט אין די קרוב צו 10 יאר וואס עס גייט שוין די מערכה וועגן די בית רחל ספעציעל אין די 2 יאר זייט זיין נסיעה אויף אנטווערפן אין הערשט יעצט ווען די נייע שולע תורת אמך נעמט אוועק אסאך פרומע מיידלעך פין בית רחל אוודאי הייבט ער אן וויינען
אז די ווילסט דוקא בעקן מרדכי, נאו פראבלעם זיי מיך נישט חושד, איך בין נישט פין דרעזנער'ס שטיצער אבער לאז ארויס פשווארסקע רבי פין דיין שמוץ קאסטען
נשלח ב-2/7/2010 15:44
איך וויל נישט בארעדן קיין צדיקים, אבער דאס גאנצע התנהגות פון פשעווארסקער רבי שליט"א ביי די פרשה, און איבער זיין עפענען אן אייגענע שולע, איז א גרויסע וואונדער.. וד"ל (כ'ווייס בבירור גמור אז רז"ל האט זיך פרובירט צו פארבינדן מיט אים דעם ווינטער בנוגע זיך אפזאגן פון די שטאטיגע געלטער, און ער האט "נישט" געקענט צוקומען!)
בכלל האט מען דאך אפיציעל געעפענט א נייע שולע אויף ווילאנג "בית רחל" זאגט אפ די שטאטיגע געלטער, נו? מ'איז דאך שוין ארויס פון די שטאט? למעשה גיייט די נייע שולע 'תורת אמך' ווייטער אנגיין קומענדיגע יאר ביתר שאת ויתר עוז!
נשלח ב-2/7/2010 15:17
פעשוואסקער רבי איז זייער אן ערנסטער מענטש ער וואלט אין די זייט געלייגט זיין וויקעשין פאר חינוך הטהור.
נאר ער ווייסט אויכט דעם שקר אין בלאף אין די פאליטיק וואס די ליגט ממילא פארט ער זיך אוועק אןי האלט נישט ביים מיט פארן קיין לאנדאן.
נשלח ב-2/7/2010 13:22
איך כשלעצמי קלער אז דאס אפרופן די נסיעה איז וויבאלד די זאליס האבן ארויסגעלאזט א שמועה אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א גייט מיטפארן מיט רז"ל קיין לאנדאן דעם קומענדיגן ב' מטו"מ, ווי מ'גייט שאפן געלט פארן חינוך הטהור (...?), למעשה דעם ב' מטו"מ פארט דער פשעווארסקער רבי שליט"א אפ אויף אפרוה קיין עסטרייך...
תוקן על ידי לאעליכם ב- 02/07/2010 13:24:27
נשלח ב-2/7/2010 13:16
ס'איז נישט ממש ווי דו שרייבסט אז מ'לערנט "אגאנצן טאג גוי'איש", די עלטערע קלאסן ווערן בכלל נישט אויסגעהאלטן פון די שטאטישע אינסטאנצן.
די יונגערע קלאסן וועלכע ווערן יא אויסגעהאלטן פון די שטאט לערנען אביסל מער גוי'איש, ווי אידיש.
און ליהוי ידוע די "ערשטע" וועלכע האבן אנגעהויבן צו פארפירן אקעגן די "בית רחל" שולע אין אנטווערפען (אויף וועלכע מ'קען זאגן בצדק וביושר אז ס'איז פון די סאמע שענסטע וואס 'סאטמאר' פארמאגט) איז געווען די רשעים מיט מדות מושחתות, ווי קאשוי און לייטנער!
נשלח ב-1/7/2010 20:09
נאך וויפיל באבע'ס האט ער ווייל איך הער אז ער מאכט נסיעות נאר ווען ער האט נאך א באבע צו קענסלען