בית פורומים כל העולם כולו

יו זשעי קעיר ברייטערט אויס הילפס-מיטלען פאר וויליאמסבורג איינוואוינער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/7/2010 22:38 לינק ישיר 
יו זשעי קעיר ברייטערט אויס הילפס-מיטלען פאר וויליאמסבורג איינוואוינער

נייע סאציאלע וועד געגרינדעט – פוד סטעמפס דורך די טעלעפאן איז די ערשטע אויפטוה און די רייע פון פרישע לעזונגען

 

 

ברוקלין – פון די הויפטקווארטירן פון די יונייטעד זשואיש קעיר הילף ארגאניזאציע קומט די בשורה טובה , אז די איבערגעגעבענע עסקנים און פירער פון די סאציאלע הילף אפטיילונג ארבעטן העפטיג אויף נייע לעזונגען צו פארלייכטערן דעם ציבור בעסער צוציקומען צו רעגירונגס הילף דורך א נייע סאפיסיטיקירטע טעלעפאן ליין וואס וועט ארויסהעלפן און אויפקלערען אלע וואס דארפן צוקומען צו אלע ערליי שטאטישע הילף מיטלען.

 

די אפיס פאר סאציאלע הילף וועט איינשטעלן א טעלעפאן סיסטעם מיט איינריכטונגען ווי עס וועט אלעס געמאלדען ווערן און די אידישע שפראך און האלטן כסדר אפדעיטעט דעם ציבור איבער אלע נייע אנטוויקלונגען.

 

די אויפטוה פונעם טעלעפאן סיסטעם איז, אז מען דארף נישט אליין זיך אראפשלעפן צום אפיס און אויספילן די פראגעס פערזענליך נאר עס וועט זיין דורך טרענירטע סטעף אויפן טעלעפאן און עס וועט פארשנעלערן און פארגרינגערן אלע פראצעדורן צו באקומען די נויטיגע הילף וואס מען איז בארעכטיגט.

 

די נייע אויפטוה איז א רינגעלע און די אנגייענדע אקטיוויטעטן וואס די אפטיילונג לייגט אריין און די טעג צו פארברייטערן און פארגרינגערן אלע ערליי הילף פארן היימישן ציבור.

 

יו זשעי קעיר, שטייט שוין עטליכע יאר פארן ציבור צו העלפן און פארזיכערן אלע שטאטישע הילף זאל אנקומען צו די וואס זענען אנגעוויזן און די פארשידענע הילף פראגראמען און לעצטענס האבן די פירער באשטימט א געטרייע וועד פאר די סאציאלע אפטיילונג וואס וועט העלפן דעם ציבור און די שווערע עקאנאמישע צייטן.

 

און ליכט פון די נייע כוחות, איז געמאלדן געווארן אז די אפיס וועט ערמעגליכן אז מען וועט קענען אפלייען פאר די פוד סטעמפס פראגראם און די ניו יארק סיטי געגענט דורכן טעלעפאן אונעם אפיס ווי מען וועט באקומען א ספעציעלע אפאונטמענט, ווי טרענירטע סטעף וועט שטיין צום דינסט עוועילעבעל פאר די באטרעפענדע און אלעס ערלעדיגן דורכן טעלעפאן די גאנצע פראצעדור ווי אויך די שטאטישע אינטערוויא, די נומער איז 718-705-9000  עקסטענשאן 1   .

 

עס איז די וואונטש פון די יו זשעי קעיר פירער און די נייע סאציאלע אפטיילונג וועד, אז מיט די אלע פעולות וועלן טויזנטער אידן אפאטעמען מיט פארלייכטערונג און קענען העלפן די אידישע הייזער וואס קוקען אזוי ארויס דערפאר אז זאלן זיין מיט אביסל הרחבת הדעת.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2010 22:10 לינק ישיר 


א שיינע באשרייבונג און די בחצרות סאטמאר אימייל וועגן דעם נושא

  [email protected] 







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2010 22:56 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יו זשעי קעיר ברייטערט אויס הילפס-מיטלען פאר וויליאמסבורג איינוואוינער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext