בית פורומים חדשות מאנטורפן לונדון

שארפע מחאה אקעגן הרשע המסור!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/7/2010 13:28 לינק ישיר 
שארפע מחאה אקעגן הרשע המסור!!

די חרדי'שע תושבים אין אנטווערפען, אלע אן אויסנאם, חסידישע מאדערנע וכו', ליידן זיך שוין צוזאם אפאר יאר פון א מסור הידועה לשמצה הענרי ראזענבערג שר"י וועלכע גענוי ווי די אמאליגע משכילים זיכט צו בארעדן פרומע אידן, און זיך חנף'ענען צום גוי מיט אלע מיטלען.

ערשט צוויי וואכן צוריק האט ער פארשפרייט א גאר שעדליכן און מיאוס'ן ארטיקל אין די בעלגישע צייטונגען ווי ממש גענוי ווי דער דייטשער 'שטירמער' בארעדט ער כלל ישראל און ספעציעל תושבי אנטווערפען, אז זיי האלטן נישט ביים ארבייטן און מאכן נאר פראבלעמען וכו'. ליידער ליידער האט אפילו 'קול מבשר' איבערגעזעצט דעם ארטיקל בשם 'די בעלגישע צייטונגען', (א טאג שפעטער האבן אייניגע אידן תושבי אנטווערפען אריינגעשריבן בריוו צו די צייטונגען אפצוענטפערן די אלע מיאוסע און ביליגע שקרים).



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2010 13:30 לינק ישיר 

אויך פיהרט דער מסור הידוע א ביטערן קאמפף אקעגן דעם הערליכן וויזניצער ביהמ"ד אויף די יאקאב יאקאב גאס, ווי עס איז משמש ברבנות הרה"ג הנודע לתהלה פה מפיק מרגליות רבי מרדכי גרינפעלד שליט"א, צוליב דעם וואס די מתפללים האבן אויסגעפאלגט די הוראה פונעם רב הביהמ"ד נישט צו רעדן בשעת דאווענען און קריה"ת.

ער האט אנגעקלאגט דעם ביהמ"ד אין קאורט, און ס'האלט אינמיטן געריכטליכע פראצעדורן.

השי"ת זאל העלפן אז דער שגץ ורשע מרושע מיט זיינע טמא'נע הענט זאל נישט האבן קיין שליטה אויף א מקום קדוש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2010 13:35 לינק ישיר 

די אנטווערפענע תושבים האבן זיך כסדר געוואונדערט און אפן געפרעגט "הזאת נעמי?" צו דעם האבן מיר רבנים דיינים, א קהלה החרדית, א.א.וו. אז א מסור זאל קענען טוהן ככל העולה על רוחו, ואין פוצה פה ומצפצף???

לעצטענס איז אבער יא אנשטאנען א דורכברוך אין דעם הינזיכט, ווען אינעם וועכנטליכן נייעס בלעטל "למען תדע" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורכן יו"ר הקהלה החרדית "מחזיקי הדת", איז דער מסור ועוכר ישראל גאר שטארק אראפגעריסן געווארן פאר זיינע שענדליכע פעולות.

דעם פרייטאג פ' פנחס איז ארויסגעקומען אן אפיציעלער בריוו אויף לשה"ק און אויף די בעלגישע שפרייך, דורך די צוויי קהלות "הקהלה החרדית מחזיקי הדת" און "הקהלה היהודית שומרי הדת" ווי זיי פארדאמען גאר שארף זיינע מעשים תעתועים און ווארענען אים אן בכל החומר ער זאל זיך אפלאזן פון דעם דרך רשע, און רויפן אויס צו ציבור מען זאל זיך אפשיידן און אפטרייסלן פון אים!! עס האבן גע'חתמ'ט אויף דעם הרה"ג ר' אלי' שטערנבוך שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת, און הרה"ג ר' דוד משה ליבערמאן שליט"א אב"ד שומרי הדת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2010 15:13 לינק ישיר 

קענסט רעדן מער קלארע ווערטער?
ווער איז דער הענרי ראזענבערג? איז ער א שומתו"מ? וואו דרייט ער זיך? וואס איז זיין ציל?
וואס גייט אים אן אז מ'רעדט נישט בשעת'ן דאווענען אין וויזניצער ביהמ"ד?
און פארוואס האט קול מבשר באריכטעט זיינע מסירות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2010 15:40 לינק ישיר 

ליידער איז ער אפיציעל א שומת"מ. - ער דאווענט צומאל שב"ק אין ביהמ"ד "אהל יעקב" (בראשות רא"ח שטערנבוך בן הראב"ד מחזיקי הדת) ווי ער באקומט נישט קיין עליות  -  ער האט נישט קיין שום ציהל נאר צו צאפן דאס בלוט, יעדעס מאל אויף אן אנדער אופן  -  כ'האב געשריבן מיין השערה אז ער וויל געפעלן פאר גוי  -  זיין שווער איז יצחק (איטצא) קאסירער דער אמאליגער לעגענדארער וויזניצער פילאנטראפ (וועלכער האט געבויעט דאס ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ ב"ב), און עס שטערט אים די פרומער רוח וואס דער רב הגר"מ גרינפעלד האט אריינגעברענגט אין ביהמ"ד אין אנטווערפען (וואס אויך זיין שווער האט געבויעט פאר יארן צוריק), למעשה ווי עס פארשטייט זיך אליינס זענען אלע מתפללים גאר שארף אקעגן אים, ער האט נאר מיט זיך זיינע קינדער ועלכע זענען הולכים בדרכי אבות, ליידער.

'קול מבשר' האט ווי עס קוקט אויס זיך נישט גענוג נאכגעפרעגט איבער דעם ארטיקל, נאר עס תיכף מיד איבערגעזאגט, (אז דער חרדישער ציבור אין אנטווערפען וואקסט נישט וכדו'). די עוולה איז נאר פארוואס ער האט עס נישט מתקן געווען און זאגן אז ס'איז געווען ביליג אויסגעטראכט.

די טענה איז נאר אז ווען דער מסור הידוע לשמצה ראזענבערג שר"י האט פארשלאסן דעם וויזניצער שוהל בעפאר ראש השנה, און נאר נאך גרויס מיה איז עס צוריק געענטפערט געווארן, (ווען דער אדוואקאט האט געזאגט אין געריכט אז דאס לעצטע מאל ווען מ'האט פארשלאסן א שוהל איז געווען אין דייטשלאנד), האט קול מבשר אנפאנג באריכטעט און דאן אנגעכאפט א שטילשווייגעניש, אפשר צוליב פחד פונעם מסור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 11:50 לינק ישיר 

לא עליכם

ביסט א גילגול פון פנחס קורנפלד ? וואס האסטו דיך צי וילדעוועט ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2010 02:40 לינק ישיר 

זייער גוט, איך האף אז אלע חרדים וועלען מער נישט מורא האבען ארויסצורעדען. ווייל דו - לא עליכם - ביסט נעבעך אין א פארדאבענע תפיסה פון די חרדישע וועלט. עס וועט קומען די טאג, און עס וועט זיין אן אויפשטאנד קעגען די רבנים און מחנחים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2010 22:06 לינק ישיר 

exfrum

קענסט בלייבען ביי האבען - עס וועט דיר גארנישט העלפען
פרעה האט שוין געזאגט פון ירבה אין כלל ישראל שטייט און בליט
אין די סארט ווי די האבען שוין זייער דורות זיך לאנג אסימילירט צווישען גוים רח"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 20:52 לינק ישיר 

נייע צעדרייטע אין אנטוורפען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2010 23:28 לינק ישיר 

יםהמלח כתב:
נייע צעדרייטע אין אנטוורפען!


???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2011 19:42 לינק ישיר 

מסור, ארויס!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות מאנטורפן לונדון > שארפע מחאה אקעגן הרשע המסור!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext