בית פורומים אידישע געדאנק

ובא השמש וזרח השמש: הרב מענדעלע טייטלבוים אויפגענומען פאר רב הצעיר אין קרית יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/7/2010 00:00 לינק ישיר 
ובא השמש וזרח השמש: הרב מענדעלע טייטלבוים אויפגענומען פאר רב הצעיר אין קרית יואל!

פרייליכע נייעס הערט מען אצינד אז ר' מענדעלע טייטלבוים בנו בכורו פון ר' אהרן מלפנים אב"ד סיגוט וויליאמסבורג ואח"כ אב"ד סאטמאר אנטווערפן ואח"כ ראש ישיבה בבעיסוואטער ואח"כ אב"ד דרייצען הופפער, איז אין די טעג געקרוינט געווארן בתור רב הצעיר אין קרית יואל, אזוי אז ווען דער טאטע וועט נישט זיין דאהי און דער עולם לעכצט דאך (מדברי ר' אהרן חוהמ"פ תשנ"ט באסיפת ראשי הקהילה בבית מרן רבינו בעל ברך משה זצ"ל) וועט ער זיין דער רב הצעיר (טיטל נאכנישט אויסגעארבעט געהעריג ווארום ר' אהרן וויל נאכנישט זיין רב הזקן) און טון אלע רבנישע פונקציעס אין קרית יואל.
 
פונקטליך וואס האט באוואויגן ר' אהרן צו טון דעם קלוגען שריט ווייסן מיר נאכנישט, עס איז אבער יא אינטערעסאנט וויאזוי עס איז געלונגן פאר ר' מענדעלע צו באקומען דאס רבנות נאך וואס אין טאטן'ס שטוב האט ער א היבשע צאל שונאים וד"ל.
 
ר' מענדעלע האט שוין באקומען א הויז אין קרית יואל, נעקסט צום בנין קרן ויואל משה וואו ער וועט אויפנעמען דעם ברייטן ציבור וואס לעכצן.
 
די וואך שבת זענען ארויסגעפארן אלע נאנטע מענטשן פון ר' מענדעלע קיין קרית יואל צו וויילן דעם ערשטן שבת במחיצתו דינענדיג אלץ רב הצעיר פון קרית יואל.
 
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה זיווה והדרה - פני הדור כפני המנהיג...



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-5/7/2010 17:57 לינק ישיר 

רבותי ! פאוואליע!

זייט נישט אזוי אנגעצויגען!

ר' מענדעלע איז א חשובער אינגערמאן, ער 100% ראוי צו זיצן אויף זיין פאטערס שטיעל. ער איז נישט ווייניגער פון עהם, ער איז געבוירען דא אין אמעריקע ביי חשובע משפחה מגזע קדושים און געגעסן אלע יאהרן פון די זעלבע שחיטה ווי זיין פאטער און די זעלבע מצות ווי זיין פאטער.
ער האט דערצו נאך א הוספת זכות מער פון זיין פאטער, אז ער איז נישט אזא גרויסער עזות פנים געוועהן פאר'ן קאשויער רב ז"ל און פאר אנדער גדולי הדור ווי זיין פאטער. ער קען געזונטערהייט זיין א מנהיג פאר זיין פאטערס חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2010 21:44 לינק ישיר 

ער פראוועט שוין אפאר יאר שבתות התוועדות מיט די תלמידי הישיבה ווען די רבי איז אויף וואקאציע ווייל עס איז זייער שווער צו צומאכן די ישיבה פאר 3 שבתים און איין צי! וואס האבן ענק זיך יעצט דערמאנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2010 19:32 לינק ישיר 

דערמאנונג פאר אלע קליין קעפיגע אהרוינים וואס פרעגן תמימות'דיג "ווי זעסטו אז ער ווערט רב הצעיר?"

חול המועד פסח תשנ"ט איז געווען א מיטינג אין קהל און דערנאך זענען די קהל'ס לייט אריבער צום רבי'ן, די גאנצע מדובר איז געווען אז ר' אהרן זאל קומען קיין וו"ב ווען די רבי איז נישט נישט שטאט... פון קומען ווען די רבי איז נישט דא איז אומפארשטענדליך געווארן א "רב הצעיר" און א "רב דקהלותינו הקודושות די בכל אתר ואתר"

עיין פארמעגליך

איך האף אז יעצט איז אייך גרינגער צו פארשטיין די מהלך פון אייערע קארפן קעפ.


תוקן על ידי נפל ב- 04/07/2010 19:38:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2010 19:15 לינק ישיר 

איך זע אז דו קענסט נישט גוט ליינען, דער אשכול הייבט זיך אן "פרייליכע נייעס קומט אצינד".
 
יא מיר פרייען זיך פאר ר' אהרן אז אלעס קומט אים אהיים, מענדעלע וויל שוין אויך פארכאפן די רעביסטעווע בחיי האב, אקוראט ווי ער האט געוואלט אוועקכאפן בחיי אביו רבינו הברך משה זצ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-4/7/2010 19:09 לינק ישיר 


דא האסטו דעם ארגינעלער אימייל פון בחצרות סאטמאר מיט'ן נייעס



קרעדיט בחצרות סאטמאר
[email protected]

און וואס שטערט דיר אז ער גייט דארט פירן ער נעמט עפעס צו פין דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2010 07:58 לינק ישיר 

דאס זאל נאך שטיין אויך?... דאס דארף שוין נישט שטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2010 07:37 לינק ישיר 

ווי שטייט אז ער האט ביי זיין טאטע שונאים און ווי שטייט אז זיינע אלע שטוב מענטשן זענען ארויסגעקומען אויף שבת און זייט ווען הייסט א שבת התוודות מיט די תלמידי הישיבה אז ער ווערט אויפגענומען פאר רב הצעיר (בד"וו ער פירט שוין א היבשע פאר יאר שבתים מיט די ישיבה)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2010 06:15 לינק ישיר 

שלום עליכם onlyemes, דא האסטו פון די אהרונישע אימעיל'ס.
 
קרית יואל יצ"ו מיט פרייד ווערט אויפגענומעו ביי אנשי שלומינו תושבי קרית יואל אז במשך די זומער וואכען וואס רבינו שליט"א וויילט אויף אפרוה און ניו העמפשור, וועט הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א וויילן אין קרית יואל, דער רב שליט"א וועט דאווענען די וואך שבת אלע תפלות אין היכל הישיבה אויך וועט דער רב שליט"א פראווענען די סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה.    -לקראת שבת לכו ונלכה-



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-3/7/2010 02:27 לינק ישיר 

איך זעי אז די קענסטיך גוט אויס דארטן אפשר קענט איר מיר פונקליך מסביר זיין ווער עס זענען זיינע שונאים און ווער זענען זיינע שטוב מענטשן? און אפשר קענט איר מיך אויך זאגן ווי ער ער וועט פראווענען איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווי ער פירט די וואך איך האב זייער ליב זיינע טישן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2010 02:27 לינק ישיר 

איך זעי אז די קענסטיך גוט אויס דארטן אפשר קענט איר מיר פונקליך מסביר זיין ווער עס זענען זיינע שונאים און ווער זענען זיינע שטוב מענטשן? און אפשר קענט איר מיך אויך זאגן ווי ער ער וועט פראווענען איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווי ער פירט די וואך איך האב זייער ליב זיינע טישן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ובא השמש וזרח השמש: הרב מענדעלע טייטלבוים אויפגענומען פאר רב הצעיר אין קרית יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext