|
|
| נשלח ב-8/7/2010 23:37 |
|
| |
אגוטןטאג; ר' אהרן האט אפשר נישט אונטערגעשריבן די קלאגע, אבער זיין 'ידו מגעת' האט אונטערגעשריבן אויף א טשעק פאר א לויער ביי די הצלת רבינו קעיס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 01:03 |
|
| |
איך זע אז עס גייט דא זייער לאנגע תגובות וואס אויף די מינוט קען איך מיך נישט צו דעם צושטעלן...
דער סך הכל איז, אז ר' אהרן האט זיך אויפגעפירט מיט א בזיון צו זיין טאטע און מאמע! און ראדני-קינג פרובירט מסביר זיין מיט שיינע משלים אז רופן דעם טאטן אין קאורט, און נישט באזוכן אדער זיך אומקוקן אויף די מאמע, הייסט כבוד "עד שידו מגעת". (געלויבט השי"ת אז "ידו" איז היינט נישט "מגעת" אזוי ווייט ווי אמאל...)
(פונקט אזוי קען מען "מסביר זיין" אלע רשעות'ן, למשל, אפשפארן די רביצין'ס ביהמ"ד איז א כבוד פאר די רביצין, אז אין איר הויז זאל מען נישט עסן קאקאש קעיק, וכדומה).
דער ביטערער מציאות איז, אז רא"ט האט זיך געשלאגן אויף די רבי'סטעווע, און ווען דער טאטע איז אים געשטאנען אין וועג האט ער אים פרובירט צו צומאלן, און פון די מאמע האט ער זיך די גאנצע צייט בכלל נישט וויסענדיג געמאכט.
פארשטייט זיך ביי אים איז שטענדיג א צווייטער שולדיג, ווי א ווילד יונגל וואס דרייט איבער דעם חדר, און דער רבי איז שולדיג ווייל ער האט אים נישט צוגעשטעלט א חברותא...
נאר וואס דען, חז"ל זאגן "חס הקב"ה על כבודן של צדיקים", השי"ת האט געהאלפן אז דער רבי זי"ע דער ברך משה, האט געהאט געטרייע גבאים, און געטרייע קינדער, וועלכע האבן זיך באמת איבערגעגעבן פאר אים יומם ולילה, וואס מען דארף נישט "מסביר זיין" אויף טאג אז ס'איז נאכט.
און די אלע אטאקעס וואס רא"ט האט אנגעפירט קעגן טאטן האבן אים אין ערגעץ נישט געברענגט, זיין ברידער כ"ק רבינו שליט"א איך ממשיך בדרכי אבותיו הקדושים, לשם ולתפארת, מיט אלע זיינע חכמה'לעך און איבערקערנישן, האט ער נישט געקענט טוישן דעם רצון השם, "ואין פוסקין לאדם גדולה אלא מן השמים, כדאמר פרק הספינה אפילו ריש גרגותני משמיא מוקמי ליה שנאמר והמתנשא לכל לראש".
מען האלט היינט 10 יאר נאך זיינע ווילדע איבערקערנישן, וואו איז ער אנגעקומען? אז ער איז געשטאנען ווי א שעפעלע אויף "ראדני" און געהערט ווי דער שמש "פעלדמאן" רופט אויס דעם "קינג" כ"ק אדמו"ר שליט"א!
ווען זיין טאטן'ס כבוד וואלט חשוב געווען אין זיינע אויגן, וואלט ער געשטאנען כהיום הזה טויזנט מאל שענער בלי שום ספק. אבער אז פאר זיינע תאוות השררה והכבוד, האט ער מלחמה געהאלטן "עד שידו מגעת" מוז ער זיך נעבעך פארענטפערן אז כיבוד אב איז טייטש רופן דעם טאטן אין קאורט.
נאך איין קלייניקייט מוז איך צוגעבן, אז אמאל פלעגט ר' אהרן האבן א מנהג אז יעדן מענטש וועמען ער האט געטשעפעט און יענער איז געווארן ברוגז, האט ער דאס ארויפגעווארפן אויפן טאטן, יענער איז געווארן "דעם טאטנס א שונא".
פאר אפאר וואכן צוריק האט ער אויפגערעגט א ציבור אידן, מיט אפשפארן זייער בית המדרש, און מאסן מענטשן זענען ארויס אויף די גאס מוחה זיין קעגן רא"ט, האט דאס א שייכות "מיט'ן טאטן", דער טאטע איז שוין בגן עדן 4 יאר?
דאס ווייזט זיין געוואלדיגע כיבוד אב!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 03:36 |
|
| |
ראדני שרייבט
כבוד מאסרי, איך עפרישיעט דיין לאנגער אנטווארט, אבער דיין גאנצער אנאליז איז געבויט אויף א פארפוילטער פאלשער הנחה, אז מקלאמפערשט איז די רבי פערזענליך גאר געווען דער וואס איז געווען אינוואלווד אין די מערכה,
אז דער רבי איז געווען אינוואלווד אין די מערכה איז דער פאקט עס איז נישט קיין הנחה, די ווילסט עס אראפמאלען ווי א הנחה, אבער למעשה איז דאס דער פאקט, דער רבי האט דאס געזאגט ברבים און ביחידות פאר כשרע עדות און ווען חיים לעזער גראס האט גענומען די העזה צו סטראשענען דעם רבין מיט א 100 יעריגע מלחמה האט אים דער רבי געזאגט, אלא מאי זאל מען זיך פאר דעם אפשטעלען? מען טוט וואס מען דארף צו טון, בערך כהאי לישנא. דאס איז א שפראך פון א מענטש וואס ווייסט קלאר וואס ער טוט און ער וויל דאס.
די איינציגע טענה וואס די ארונים קענען האבען איז אז מען האט אים איינגערעדט, נא, מען האט שוין געהערט אזוינס אז מען רעדט איין א טאטע\רבי דאס טוישט נישט דעם מציאות אז דאס איז זיין מיינונג און דאס איז מחייב א קינד מצד כיבוד אב און א חסיד מצד כיבוד רבו.
יעדער מענטש און יעדענס מיינונג ווערט נשפע פון פארשידענע זאכען, דאס איז די טבע האנושי, איינעם קען מען גרינגער איינרעדען און איינעם שווערער, אבער דאס בלייבט נאך דעם מענשטס מיינונג און איז מחייב די סרים למשמעותו.
אמת אז שפעטער איז געווען צייטען וואס דער רבי האט שוין אסאך מער פארגעסען און אסאך מאל אפילו פארגעסען אז אהרן פירט אן די מלחמה קעגען אים, אבער דאס נעמט נישט אוועק דעם פאקט אז אין תשנ"ט, ס' און נאך שפעטער איז ער געווען ביי זיך און קלאר געזאגט זיין מיינונג איין מאל און נאכאמאל ברבים און ביחידות אז דאס איז זיין רצון.
דאס זענען אומלייקענבארע פאקטען וואס נאר א...... אוי איך מוז שוין ווייטער נוצען דעם ווארט...... חלה דעקיל קען פארלייקענען.
קענסט מחולק זיין מיט די החלטה פון דעם ברך משה זצ"ל מוזט עס נישט מקבל זיין, אז זיין זון איז דאס נישט מקבל מוזטו זיכער נישט מקבל זיין, אבער קיין פאקטען קענסטו נישט טוישען אפילו די וועסט ברענגען עטליכע מאל בערוב ימיו ווען ער האט פארגעסען.
יעצט אז מיר האבען עסטעבלישד דעם פאקט, ביזטו מסתם אויך מודה אז אהרן האט נישט געטון עד שידו מגעת און דיין גאנצע געביידע צופאלט...
דער הנחה איז פאלש, און כדי דאס אייך צו אויפווייזן וועל איך טאקע אנכאפן די אקס ביי די הערנער, און נעמען דיין אייגענע ארגומענטן און עס צוריק אויסדרייען צו דיין ריכטונג, די רעדסט פון די הויז אין מאנרא, וועל איך אייך פארציילן א פאקט וואס דאס וועט טאן די ג'אב.
פאקט:
דער סיכסוך פון דעם הויז איז אנגעקומען צו א בי"ד, ווי משה גבאי מיט ליפא האבן מקלאמפערשט "אין נאמען פון רבי'ן" געריפן דוד עקשטיין און וומ"ב רב צו די"ת, ווי נאר די די"ת האט זיך אנגעהויבן, האט דער נתבע געטענה'ט אז אויב דער רבי אליינס איז טאקע דער בע"ד איז דאך נישט מער ווי יושר צו אריינגיין צום רבי'ן און איהם פערזענליך פרעגן צו ער האט עפעס טענות איבער די הויז, ווי נאר זיי האבן דאס דערהערט זענען זיי תיכף אנטלאפן ווי די שווארץ פעפער, און ווי געזאגט איך בין מוותר אויפן הויז אבער איך לאז נישט א פרעמדער זאל רעדן מיטן רבי'ן
איך ווייס נישט צו דיין "פאקט" איז אמת איך בין נישט באהאווענט אין די פרטים פון די מעשה, אבער נניח אז די ביזט גערעכט.
משה גבאי מיט זענטער רב זענען געקומען מיט אן הרשאה פון רבי'ן, עס איז נאך נישט געהערט געווארען אין די וועלט אז א מורשה, מיט אן אויסגעהאלטענעם כתב הרשאה זאל נישט זיין באגלייבט, אם כן לא שבקת חיי לכל ברי' עס איז מעשים בכל יום אז מען סיינט פאוער אף אטורניס לעגאל און כתב הרשאה ביי דין תורה.
איך קען נישט גלייבען אזא מעשה אויף א בית דין, אז זיי האבען פארלאנגט אז זיי ווילען רעדען מיט דעם מרשה ווען עס איז דא א כשר'ע כתב הרשאה.
נאך מער, די פאקט האט דאך יעדער מודה געווען אז מען האט דעם הויז איבערגעשריבען שלא ברשותו, עס איז נישט געווען קיין ספק אין דעם.
יעדער פארשטייט אז אויב וואלט דער ברך משה געוואלט שיקען א מורשה צו דין תורה, וואלט ער געשיקט ר' משה גבאי מיט זענטער רב.
עס לייגט זיך נישט אויפען שכל אז בי"ד זאל אויף אזא אופן פארלאנגען צו וועריפייען מיטען ברך משה צו עס באדערט אים טאקע אז מען האט אים באגנב'ט דעם הויז א זאך וואס איז זעלבסט פארשטענדליך.
אבער אויב איז די מעשה יא אזוי ווי די זאגסט ווייזט דאס אויף א גרויסקייט און רעספעקט פון ר' משה גבאי מיטען זענטער רב פארען הייליגען ברך משה.
עס איז זעלבסט פארשטענדליך די בזיון און חרפה וואס דאס וואלט געווען אז דער ברך משה זאל דארפען זיצען ביי א בית דין (אפילו אויב דער בית דין וואלט אראפגעקומען צו אים אין שטוב, וואס זיי וואלטען מן הסתם נישט געטארט טון מכח בצדק תשפוט עמיתך שלא ישנה בין הצדדים) און זאגען אז יא מיין זון און אייניקעל האבען מיך באגנב'ט.
האבען זיי געארבעט צו פארווישען די מעשה ווי איידער צו מבזה זיין דעם ברך משה און אראפשלעפען צום בית דין.
ראי' לדברי אז זיי האבען זייער שטארק חס געווען אויף דעם כבוד פון דעם ברך משה בכגון דא איז ווי פאלגענד.
בשנת תשס"ב האט באראש איינמאל און נאכאמאל פארלאנגט אז ער וויל האבען אן אפידעוויט פון דעם ברך משה וואס זיין רצון איז. ער איז געווען ביי די הנחה אז דער ברך משה איז דער העכסטער אויטאריטעט אין סאטמאר און ער האט א רעכט צו טון וואס ער וויל, אבער ער האט נישט געהאט קיין שום באווייז וואס דעם ברך משה'ס רצון איז.
ער שרייבט אין זיין פסק, אז טראץ זיין כסדרדיגע פארלאנגען האט ער נישט באקומען קיין שום אפידעוויטס פון דעם גרענד ראביי איבער דעם סיכסוך און פאר דעם האט ער געפסקט אז אלעס בלייבט סטאטוס קווא ביז דער ברך משה וועט קלאר מאכען זיין שטעלונג און פון דארט שלעפט זיך דער סיכסוך עד היום.
יעדער בר דעת פארשטייט אז ר' משה גבאי האט אין יענע יארען געקענט ברענגען אן אפידעוויט פון דעם ברך משה, פונקט ווי דער ברך משה האט געזאגט זיין מיינונג ביי קהל, פונקט ווי ער האט געזאגט זיין מיינונג ביי פארשידענע געלעגענהייטען האט מען געקענט באקומען פון אים אן אפידעוויט אין די אנהייב ס' יארען.
נאר וואס דען, ר' משה גבאי האט חס געווען על כבודו און טראץ דעם פארלאנג פון די לויערס האט ער נישט געוואלט מבזה זיין דעם רבן של ישראל און אים אריינשלעפען אין דעם געריכטליכען סיכסוך, ער האט דאס באטראכט ווי א בזיון לדורות אז עס וועט בלייבען דאקומענטירט אז דער רבי אליינס איז געווארען אריינגעשלעפט אין א געריכט דורך דעם בכור שוטה.
דער שאדען פון דעם צוגאנג איז אין לשער, ר' משה איז מן הסתם נישט גערעכט געווען, די מחלוקה וואלט שוין לאנג געווען פארטיג, עס וואלט געווען צוויי עקסטערע קהלות שוין פאר 6 יאר צוריק אויב ר' משה וואלט געלאזט נעמען אן אפידעוויט, אבער ער האט עקסטרעם חס געווען אויף דעם כבוד פון דעם רבין און מיר צאלען נאך היינט דעם פרייז פאר דעם.
אויב איז "ראדני"ס מעשה אמת אז דאס איז געווען דער סוף פון יענע דין תורה, איז דאס מן הסתם געווען פאר די זעלבע סיבה כדי נישט אראפצושלעפען דעם רבין צו דעם שטאפעל ווי די ארונים האבען אים געוואלט אראפשלעפען.
איך האלט אז אט דער אינצידענט געבט א טיפער בילד פון די גאנצע השחתה און קאראפטירטע ווירטשאפט ענקער צד האט געפירט, ענק האבן זיך אלס פארשלייערט מיט ליגנטס און קאראפציע, פון סמכות עליונה, אבער ווי נאר ס'געווען סיי וועלכער מעכליכקייט צו אויפווייזן ענקער פאלשקייט, האבן ענק געטאן אלעס אויף די וועלט צו עס אפשטעלן,
ביי קהלס אסיפה האט חיים אליעזר גראס פרובירט מיט אלע סטראשונגען צו טוישען דעם מיינונג פון דעם סמכות עליונה, ר' משה גבאי האט אים שוין געוואלט שטיל מאכען האט דער רבי געזאגט פאר משה, לאז אים אויסרעדען, און דער אמת האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט נישט ווי ארון און ראדני האבען געוואלט, דער רבי האט קלאר געמאכט זיין מיינונג איינמאל און נאכאמאל אז דאס וויל ער. דעם בילד וואס די ווילסט אראפמאלען איז אינגאנצען פאלש.
פארדעם, איז זייער וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן דעם שאול פערלשטיין קאסעט, ווייל דער קאסעט, דעקט טאקע אויף דעם אמת וואס איז פארגעגאנגען בחדרי חדרים, אז לא די וואס די גאנצע סמכות עליונה איז געווען א ליגענט, נאר מ'האט נאך געהאט די העזה צו פייניקן און אים דערקיטשן, אלעס נאר פאר אייגענע פארשטינקענע שנאה קעגן ר' אהרן, וואס זאל אייך זאגן דער קאסעט דיסטרויט ענק.
די מאלסט אפ דעם קאסעט ווי גלייך מען זעט דארטען עפעס געפערליכע זאכען, סך הכל הערט מען ווי אזוי ר' שאול דערציילט פארען רבין די פאקטען וואס די ארונים האבען אפגעטון, אויב איז דאס געפערליך צו פארציילען, ווי געפערליך מוז שוין זיין דאס צו טון?
(דער קאסעט פון וואס די רעדסט איז אינגאנצן שלא מן הענין, אויסער א גזירה שוה "קאסעט" "קאסעט" קומט עס בכלל נישט אהער דא)
די משפחה קאסעט קומט אהער צו ווייזער ענקער לעכערליכקייט, אז א געשטיקעלטע קאסעט אין 2009 ווען מען קען דאס מאכען אויפען קאמפיוטער אין א מינוט, גלייבסטו אז דאס איז קראנט, אבער א נישט געשטיקעלטע קאסעט פון 1985 בערך ווען מען האט נאך נישט געקענט פעלשען אזוי ווי היינט דאס גלייבסטו נישט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 04:07 |
|
| |
| מאסרי כתב: |  |
די מאלסט אפ דעם קאסעט ווי גלייך מען זעט דארטען עפעס געפערליכע זאכען, סך הכל הערט מען ווי אזוי ר' שאול דערציילט פארען רבין די פאקטען וואס די ארונים האבען אפגעטון, אויב איז דאס געפערליך צו פארציילען, ווי געפערליך מוז שוין זיין דאס צו טון?
|
|
דאס איז אן אייזנ'עם ווארט.
ס'האט זיך געלוינט דעם גאנצן אשכול, פאר דעם איינעם פראז אליין.
א גרויסן דאנק.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2010 23:10 |
|
| |
Aron is finelly going 2 meet his mother 2night by "Nakdishoch" 1'st time in 10 years ..Tikets 4 sale 4 2nights show @KolSatmar.com/CryBaby
|
|
|
|
| נשלח ב-11/7/2010 05:49 |
|
| |
פון די ארונישע מעסיזש: bichyes was by rabbiny shabos morning by ahvuh rabuh he was not cant say the worts EBAVIR AVOSINE SHABOTCHE VEACHO. . .
|
|
|
|
|