היראים פארגעס נישט שנאה מקלקלת את השורה, די קענסט טרעפן נעבעך נארמאלע מענטשען וואס ווען ס'קומט צו שנאה פאר דעם רבי'ן (סטרא אחרא בלע"ז) ווערן זיי משוגע ממש והייתי משוגע למראה עיניך
לאמיר נישט פארגעסן בלעם הרשע גער גרעסטער גוי פון די וועלט ווי רש"י זאגט חוזה דעת קל, גערעדט מיט'ן בורא כל העולמים כביכול, און ביי שנאה שמקלקלת את השורה צו כלל ישראל, איז געווארן וואס ס'איז געווארן, ווער ס'ווייסט נישט זאל לערנען חומש רש"י פ' בלק מיט מטות, וועט מען זהען וואס שנאה קען מאכן
אשרינו מה טוב חלקינו אז אונז חסידים אוהבים קען מען נישט מיט אזעלעכע שטותים משוגע מאכן אונז האבן נישט קיין שנאה, נאר אהבה והוא תהלתינו,
נשלח ב-13/7/2010 19:35
נאך א דוגמא פין די כת שקרנים
איינער האט מיך געפרעגט אין אישי, וואס איז פשט וואס איך שרייב וועגן די ג'גנבטע זאמד
ווען איך האב אים גענטפרט אז די זאלי'ס האבען געהאנגען צעטליך אין זייערע שולן מיט א בילד פין די סעפטיק ליגט לעבן ביה''ח ציגעשריבן אז די זאמד פין די רעביצין'ס סטעפס ניצט מען פאר די ביה''ח - א טעמע וועלכע האט דעמאלטס געקאסט א שמייכל פאר יעדן, ווי משוגע זיי קענען ווערן כאילו די ביה''ח מאנגעלט אין זאמד
שרייבט מיר יענער, ס'איז פוסט שקר, די סעפטיק ליגט נאך אין בעק פין מבצר הכוללים אין ק''י עד היום הזה, אין מ'האט די זאמד אוועקגעטראגען מיטן זאמד טראק דארט ווי ער טראגט אלע זאמד
בין איך יעצט נאכען דעווענען געגעבן א קוק, זעה איך ווי עס ליגט נאך טאקע דארט