די לווי' איז שוין דורך, דער שוי שפילער האט שוין היינט צופרי פריש געוויינט ביי אהבה רבה נאך ברכת התורה און די טרערען דורכגעווייקטע סידורל איז שוין ליציטירט געווארען פאר די אילי ההון פון די חסידות כמבואר בה"ראיון" אין די משפחה צייטונג, די רינגטאונס קלינגען שוין אויף די וואשינגטאן באסעס, וויטריאל האט שוין צוריק אנגעטון א קאפעל און די ארוניםל'ך זענען פרייליך אז די לווי' איז געלונגען, די רעבעס געוויין האט ממש צובראכען די שטיינערנע הערצער אזש "די זאליס זענען געבליבען געפלעפט" און מען האט אפילו צוגעפיקסט משה גבאי אז דער אמסטערדאמער האט זיך מספיד געווען צוזאמען מיט דעם טאטען, מרס אשכנזי און די צענדליגער אייניקלעך "וואס מען האט נישט צוגעלאזט צום באבען" לפני מיטתה של הרבנית ע"ה.
די פסוקי יחוד "בראשות בנה הגדול" די נשמת "בראשות בנה הגדול" און די בכיות "בראשות בנה הגדול" איבערגעקייט צענדליגער מאל אויף אלע טוויטער אקאונטס פרייליך צו מאכען די קעלבלעך האט זיך שוין אויך געענדיגט, און יעצט הייבט זיך שוין אן די שבעה "בראשות בנה הגדול" אויף אוהעל קאורט.
צו באשרייבען די בעיבישקייט פון זיך אליינס מספיד צו זיין, איז איבעריג, אונז סאטמארע חסידים ווייס מיר שוין דעם סוד 25 יאר אז אהרן קען נישט טראכטען פון עפעס אנדערש אויסער פון זיך, ער איז זיכער אז די אלע אידען וואס זענען געקומען אפגעבען כבוד האחרון פאר די רעביצין זענען געקומען לכבודו און לעכצען צו הערען רוב גדלו ותפארתו און זיין אויסגעארבעטע מדת הסבלנות.
אז מענדעלע גייט נאך דעם טאטענס פיס טריט און איז נישט קיין גרעסערער בעיבי, איז יא א שטיקעל נייעס פאר די סאטמארע חסידים וואס קענען נישט דעם אמסטערדאמער, נא, דער עפעלע פאלט נישט ווייט פונעם בוים.
ארויסצוברענגען די נידעריקייט פון אויסצונוצען די מאמעס לווי' פאר זיינע בעיבישע שטיקעס איז אויך איבעריג, מיר ווייסען שוין לאנג אז גארנישט איז נישט צו נידעריג פאר אהרן און זיין שוי האט זיך נישט אפגעשטעלט ביים טאטענס לווי', ביים מאמענס לווי', נישט ראש השנה און נישט יום כיפור, בקיצור ער האט נישט די מינימאלסטע ערענסטקייט וואס דער נידעריגסטער איד האט.
די לעכערליכקייט פון זיינע "יסורים אין עגמת נפש די לעצטע 10 יאר" איז אויך איבעריג ארויסצוברענגען, זייט רבינו בעל הברך משה זצ"ל איז אוועק, האט ער נישט פרובירט אפילו פעם אחת צוצוקומען צום מאמען באזוכען. פארשטייט זיך אליינס אויב וואלט ע געהאט א הו"א אז מען וועט אים נישט אריינלאזען וואלט ער געקומען מיט זיינע פאטאגראפירער און עס וואלט פארשפרייט געווארען אין די גאנצע וועלט תומ"י.
ער האט געהאט "יסורים און עגמת נפש" צו קוקען ווי אזוי דער ברודער זיצט און איז ממלא מקום אביו, און פארדעם האט ער מוותר געווען אויף כיבוד אם, הפנים דאס איז "עד מקום שידי מגעת".
אבער נישט דאס איז דער נושא פון דעם ארטיקעל, דאס זענען דברים ידועים און בכלל נישט קיין נייעס.
וואס מיר וואלטען יא געוואלט דערמאנען דעם "בנה הגדול" איז דעם "אי מלכא אנא..........."
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון צוברעכען א משפחה
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון אפטיילען עלטערען פון קינדער
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון אפטיילען צווישען געשוויסטער
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון עלטערען וואס קענען זיך נישט משתתף זיין בשמחת בניהם
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון עלטערען וואס קענען זיך ליידער נישט משתתף זיין בצרת בניהם
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון קינדער וואס די עלטערען קומען זיך נישט משתתף זיין בשמחתם
אויב פארשטייסטו יא דעם צער פון קינדער וואס די עלטערען זענען זיך נישט משתתף בצערם
אויב איז דיין "הייליג" הארץ אזוי צובראכען פון דעם אלעם..................
"עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי"............
ווי ביזטו געווען ביז היינט.......
וויפיל צענדליגע משפחות האסטו מצער געווען דורך צורייסען און צופליקען משפחות על לא עול בכפם נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געוואלט צושטעלען צו דיין סאדיסטישען רעזשים.........
מיר געדענקען אלע, אין קרית יואל האט געלעבעט א איד הרה"ח ר' ליפא בראך ע"ה, א תמימותדיגער ערליכער איד, א דורכגעווייקטער חסידישער איד, א איד וואס האט ב"ה איבערגעלעבט די מלחמה און זוכה געווען אויפצושטעלע א ערליכע פרומער דור על אדמת בוענאס איירעס איידער ער האט זיך אריבערגעצויגען אויף אמעריקע.
ער האט געהאט קינדער וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן מיט אהרן טייטלבוים (לפי שיטתם משה גבאי) און ער איז מיט תמימות אריבער צום "רב" פרעגען צו ער זאל זיך משתתף זיין ביי זייערע שמחות און דער "רב" מיט זיין "צובראכען הייליג הארץ" האט אים געזאגט אז ער זאל מער נישט האבען שייכות מיט די קינדער.
שטעלט אייך אפ א מינוט און פארגלייכט דעם צער פון ר' ליפא, א צובראכענער קראנקער איד, זיך געמוטשעט אין יענע יארען מיט קענסער ל"ע און פאר עטליכע יאר פארלוירען דעם בארד, ער האט איבערגעלעבט דעם קריג און וויל זען אביסעל נחת פון זיין פרומען דור וואס ער האט אויפגעשטעלט בערוב ימיו, און דער "הייליג צובראכען הארץ" האט זיך פארשטיינערט און אים געהייסען אפהאקען מיט די קינדער.
שטעלט אייך פאר דעם צער פון די קינדער, זייער צובראכענער קראנקער טאטע קען זיך נישט משתתף זיין און שעפען נחת פון די אייניקלעך ווייל זיי גייען נישט אין שפאן מיט דעם "צובראכען הייליג הארץ".
שטעלט אייך פאר ווי אזוי א יום החופה האט אויסגעזען ביי ר' ליפא ע"ה....
שטעלט אייך פאר ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ביי די קינדער, וויסענדיג אז דאס קען זיין דער לעצטער שמחה וואס דער פאטער וועט דערלעבען און ער קען זיך ליידער נישט משתתף זיין...
דער צער איז דאך אומבאשרייבליך און א הארץ קען צוגיין אבער דער "הייליג צובראכען הארץ" ברוב טפשותו האט עס זייער גרינג דורכגעטראגען.....
לענינינו, אונזער "בנה הגדול" האט מוותר געווען אויף באזוכען דעם מאמע ווייל זיין שוואך "הייליג צובראכען הארץ" האט נישט געקענט צוקוקען ווי אזוי דער ברודער איז ממלא מקום אביו, און פארדעם מאכט מען א קאמעדי פון די מאמעס לווי' און מען וויינט מיט ביטערע פאלשע בכיות כאילו מען האט פארשפארט דעם טיר אויף אים.....
און טאמער האט נאך איינער געטראכט אז אפשר איז דאס נישט אהרן טייטלבוים'ס שולד, נאר משה גבאי'ס שולד, האט דער "שוטה דנן" זיכער געמאכט קלאר צו שטעלען למי החותמת ולמי הפסולים.
פאר זיינע פארשטינקענע פאליטיק האט ער אנגעהויבען א פרישען קאמפיין פון צופליקען משפחות אונטערען שלייער פון סידור קידושין, דומ"ץ דמתא, פסולע קידושין כהנה וכהנה הוסיפו בני עולה צו פייניגען אידישע קינדער.......
אבער נישט פארגעסען.......... "הייליג צובראכען הארץ"...........
בטרם אשים קנצי למיליי דארף מען נאך דערמאנען דעם רשעות וואס דער "הייליג צובראכען הארץ" האט גאנץ גוט דערהויבען ביי די לווי פון ר' שמואל שמעון סאמעט, א טייערער איידעלער אינגערמאן א אויסערגעווענליכער בעל חסד איז נעבעך אוועק אין די בליענדע יארען בערך 40 יאר אלט, ער האט געהאט אן אלטען צובראכענעם טאטען הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט ע"ה, א חשובער טייערער איידעלער איד, וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה נעבעך פארלוירען א משפחה מיט קינדער און זוכה געווען אויפצושטעלען א דור דא אין אמעריקע מיט 2 זון, ר' שמואל שמעון און להבחל"ח ר' יעקב יוסף סאמעט.
דער צובראכענער טאטע באגלייט זיין זון למנוחת עולמים און קומט ארויף צום ביה"ח אנגעלאנט אויף זיין זון ר' יעקב יוסף, די רשעי עמינו עושי דברו פון דעם "הייליג צובראכען הארץ" זענען צוגעקומען און פיזיש אוועקגעשלעפט דעם טאטען פון דעם איינציג איבערגעבליבענעם זון פאר דעם חטא אז דער זון איז נישט נמנה על חסידיו פון דעם "הייליגען צובראכענעם הארץ".
אהרן טייערער, פאר די וויינסט אויף דיין "צובראכען הארץ" דערמאן דיך די אלע הערצער וואס די האסט באמת צובראכען מיט די גרעסטע מאס רשעות און רציחה, נישט 10 יאר נאר שוין 30 יאר וואס די האלטסט אן דיין רשעות במילואו.
אז די פארשטייסט יא צו א "צובראכען הארץ" שטעל כאטש יעצט אפ די רציחה און צוברעך נישט מער אידישע משפחות פאר דיין כבוד המדומה.