כ"ג תמוז תש"ע: גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה!
חסידי סאטמאר זענען היינט דינסטאג אויפגעשטאנען צו א נייעם טאג מיט גרויס צובראכנקייט נאך די פטירה פון הרבנית הצדקנית פעסיל לאה ע"ה בת הרה"ק ר' אהרן זי"ע מחברתו הטהורה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ואמא של מלכות להבלחט"א כ"ק מרן רביה"ק שליט"א וועלכע איז נעכטן מאנטאג כ"ג תמוז תש"ע נסתלק געווארן לדאבון לב כל בית ישראל און איז געברענגט געווארן למנוחה און אהל רבותינו הק' אויפן בית החיים און קרית יואל. יהא זכרה ברוך.
אצינד איז די צייט צו מאכן אביסל א חשבון הנפש איבער די "גרעסטע גזילה אין די אידישע היסטוריה" וואס איז פארגעקומען און קומט אלס פאר ואין פוצה פה. לאמיר נישט אריין גיין און די גזילה פון די יחידים שהשתלטו על נכסי הציבור און די לעצטע 10 יאר. נאר מיר וועלן ארויסברענגען די גזילה פון פריוואטע חפצים וירושות וועלכע איז נישט צוטיילט געווארן כדת תורה ווי אזוי מען פירט זיך ביי יעדע אידישע משפחה ביי כלל ישראל ווען עס פאסירט אן אימגליק ה"י. און צווישן דעם טייערע חפצים וועלכע איז בירושה מדור דור פון רבותינו הק' זי"ע
> די הייליגע מנורה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע. > די מגילה פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע. > די הייליגע תפילין וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט באקומען בירושה פונעם קדושת יו"ט זי"ע. > די באוואוסטע בריוו (בציפותינו ציפינו) פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע. > די באוואוסטע בריוו פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע. > די בארדיטשובער סידור פון הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וועלכע רביה"ק זי"ע האט שופך געווען נחלי דמעות און דעם סידור ימים נוראים ביי מלכות זכרונות שופרות. > די הייליגע קאפטן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע מיט וועלכע רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט גיין הושענה רבא ביינאכט. > די שופר פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע.
(ווער עס וויסט פון נאך זאל ביטע ברענגען) און נאך פיל טייערע חפצים וועלכע געהערט ע"פ תורה פאר די יורשים כולם שווים כאחד.
> ועל הכל הכל נאך פיל אייגענע חפצים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
גנבים! גזלנים! עתידים אתם ליתן את הדין!
נשלח ב-12/7/2010 17:56
סארי פאר איין זאך האט זיך אים עס יא געלוינט אז ביים שבעה זיצען נאכן ברך משה האט מען געקענט פארקען די קארס שיף און נישט נאר דעס נאר טייל קארס האבן זיך אפילו ארויפגערוקט אויפן סייד וואק !!! און מען האט געוויזן פאר גאנץ וומ"ס ווער עס איז דער עכטער (בעבי) רבי
נשלח ב-12/7/2010 17:51
איך וויל די שמועס בכלל נישט פארדרייען איך וויל פשוט ארויסברענגען אז פאר דעם פאלנעם גנב האט זיך פשוט נישט געלוינט דעם גניבה
נשלח ב-12/7/2010 16:15
סעפטיק די נעמסט א שמועס און די פארדרייסט עס, מיר רעדן דא איבער א ירושה און די קומסט אויס ס'לוינט זיך פאר מהרז"ל יא דארטן צו וואינען אדער נישט, קיינער האט פון דעם ביזדערווייל נאכנישט גערעדט,
און יעצט צוריק צום ענין, די הויז אויף איהעל האט נישט געבלאנגט ביז לעצטענס פאר קהל לויט די טענה פון די צד מהרז"ל, און דאס איז געווען א נכס פרטי פון מרן בעל ברך משה, קען זיין אז מען האט עס לעצטענס איבערגעשריבן אויף קהל'ס נאמען, איך ווייס נישט, אבער מהרז"ל טענה'ט קלאר אז דאס איז געווען א נכס פון זיין טאט'ן, און לויט עם דארף דאס אויך אריינגיין און ירושה, און אפשר איז יין טענה אויך אויף די הויז אויף יוז סטריט, און ער זאגט קלאר אויב אלעס אלעס גייט אריין אינדערמיט אז מען זאל זיך קענען צוטייל איז ער גערן מסכים צו צוטיילן גלייך אויף גלייך, אבער און דעם מוז אויך זיין נכלל די זאכן וואס ס'ליגט יעצט ביי מהר"א, אלעס מיינט אלעס,
מילא וואס איך וויל דא ארויסברענגן איז זייער פשוט, צו זיי קומען זיך אויס צווישן זיך צו נישט גייט מיר גאנץ קנאפ אן, אבער צו קומען טענה'ן אז נאר מהרז"ל איז שולדיג אויב מען צוטייל נישט די ירושה, ווי כאילוי ער איז דער וואס קען עס צוריקהאלטן אויב ער וויל איז נישט גערעכט, ווייל פון דער 2טער זייט האט ער אויך א שטארקע טענה, איבער די זאכן וואס ליגט יעצט און די האנט פון מהר"א, ווי למשל די איהעל הויז, און לכאורה איז דא נאך זאכן וואס ליגט ביי מהר"א
אין וואס טוט זיך מיט די יוז סטריט הויז? אויך ווערד א שיינע פאר טאלער....
נשלח ב-12/7/2010 06:18
איך ווייס נישט צו די הויז אין פלארידע איז אייגנס, איך מיין ס'געדינגען, איינער קען עס קלארשטעלן?
נשלח ב-12/7/2010 06:16
וואס טוט זיך מיט הויז אין בארא פארק, דאס איז לכאורה 4 מאל אזויפיל ווערד ווי די איהעל קארט הויז, דאס איז פריים רילעסטעט און הארץ פון בארא פארק
נשלח ב-12/7/2010 06:11
היראים, פארוואס רעכנסטו נישט אויס די הויז אין פלארידא?
תוקן על ידי - lechtiger - 12/07/2010 06:15:08
_________________
נשלח ב-12/7/2010 04:28
היראים די הויס ז און קר"י באלאנגט נישט פאר קהל. קען זיין מען האט עס לעצטענס איבערגעשריבן. אבער באמת איז עס א עצם רכוש פונעם ברך משה. משא"כ די הויז און וויליאמסבורג. און אזוי אויך די הויז און קווינס קעמפ. און דאס וואס די זאגסט אז מען זאל רופן צו די"ת וויל איך נאר די אויפפרישן אז די דעבאטע דא איז צו מהרז"ל וועט צוטיילן די ירושה און אויף דעם ענטפערט ער אז ער ווארט אז אלעס זאל זיין ראוי צו צוטיילן און אין דעם איז נכלל אי איהעל הויז
נשלח ב-12/7/2010 02:32
משפל_גאים כתב:
Sybarit אפשר זאגסטו יעדעם אויס פון ווי די נעמסט דיין אינפא??? געב ארויס דיינע געהיימע סאורסעס... לויט וויפיל אונז געדענק מיר איז פאר בערך 10 יאר צוריק פארגעקומען א בית דין זיצונג אין קרית יואל און רבי מ'זענטע איז דערביי געוועזען! און ווי נאר בית דין האט אים מודיע געווען אז אויב מ'הייבט אן א דין תורה איז די גאנצע סיכסוך אריינגערעכנט בנינים פון וומסב"ג, ב"פ, בני ברק, הן מוסדות הן קהל והן 'רבנות' נכלל אינעם סוכסוך! און וועט מיזן געשליכטעט ווערן ביים בית דין, האט זיר דער זענטער א הויב געטאן, און אנטלאפן ווי שנעל ער איז אנגעקומען... יעצט איז די שאלה צו הגזל איז גרייט אריינצולייגן אלע בנינים און די רבנות אישו!
לויט ווי איך געדענק איז ער נישט אנטלויפן וועגן די טענה
נאר ווען דער נתבע האט פארלאנגט פין די א''ג שליח, אויב ער מעג פרעגן זיין א''ג משלח אויב דער שליח פארטרעט אים טאקע, אין וואס זיין דעת איז בנוגע דעם הויז, דאן איז משה פר''מ מיט ליפא ט''ב אפגעשטעלט די גאנצע דיון, אין ארויסגעלאפען פין בי''ד מיט קולות, כמובן (נאר דאס פעלט זיי אויס....)
די דיון איז פאקגעקומען ביי התאחדות.
בנוגע די עצם הויז, איך זעה נישט פארוואס די הויז זאל זיין אריינגמישט אין די ירושה, ווען פאקטיש באלאנגט די הויז גענצליך פאר קהל,
(קהל טיילט נישט אוועק די הייזער פאר קיין נכסי פרטי, פוקנט ווי די הויז פין רביה''ק אין ק''י, אויף וואס די בני יואל האבען מורא זיך צו שטעלן צו די''ת)
אין אויב האט איר א טענה אויף די הויז דאן שיקט א הזמנה פאר קהל אין ק''י, - זיי האבען עס געבויט אין אויפגעהאלטן ביז היינט
אגב, איך כשלעצמי וואלט יא געקענט באשטיין מ'זאל אריינלייגען די הויז אלס נכסי הברך משה, אבער דעמאלטס מוזען ענק אויך אריינלייגען די ברך משה'ס הויז אין וומ''ס און קווינס קעמפ..
תוקן על ידי היראים ב- 12/07/2010 02:36:12
נשלח ב-12/7/2010 02:17
משפיל גאים
ווער זענען געווען די דיינים ביי יענעם דין תורה פון ווי ליפא איז אנטלאפען?
נשלח ב-12/7/2010 00:56
משפיל מען קען מיט דיר נישט גיין צום טיש. מען רעדו נישטא פון קיין רבנות. מען רעדט פון די פארמעגן פון די ברך משה. און אויף דעם האבעך געשריבן אז די הויז אויף איהעל דארף אריינגיין און די נושא. און אויב וויל מען אויף דעם נישט דן זיין דאן וואס איז דא אפילו וואס אנצוהייבן
און אגב שרייב מיר יעצט וויפיל מאל איז מען שוין געווען ביי די"ת און פלוצלינג איז ליפא מהרז"ל שאול אא"וו נעלם געווארן.
Sybarit אפשר זאגסטו יעדעם אויס פון ווי די נעמסט דיין אינפא??? געב ארויס דיינע געהיימע סאורסעס... לויט וויפיל אונז געדענק מיר איז פאר בערך 10 יאר צוריק פארגעקומען א בית דין זיצונג אין קרית יואל און רבי מ'זענטע איז דערביי געוועזען! און ווי נאר בית דין האט אים מודיע געווען אז אויב מ'הייבט אן א דין תורה איז די גאנצע סיכסוך אריינגערעכנט בנינים פון וומסב"ג, ב"פ, בני ברק, הן מוסדות הן קהל והן 'רבנות' נכלל אינעם סוכסוך! און וועט מיזן געשליכטעט ווערן ביים בית דין, האט זיר דער זענטער א הויב געטאן, און אנטלאפן ווי שנעל ער איז אנגעקומען... יעצט איז די שאלה צו הגזל איז גרייט אריינצולייגן אלע בנינים און די רבנות אישו!
נשלח ב-11/7/2010 23:26
לויט מיין אינפאו. איז מהרז"ל מסכים זיך צו צוטיילן יעדער איינער גלייך אבער ער טענהט אז ווען מען צוטיילט זיך מוז אלעס אריינגיין און דעם איז אויך נכלל די הויז אויך איהעל קט. וואס איז געווען די ברך משה'ס פריוואטע רכוש און נישט געהערט פאר קהח אזוי ווי די הויז און וויליאמסבורג. סוי יעצט איז די קושיא אויב מהר"ט איז גרייט איינצולייגן די הויז אויף איהעל.