בית פורומים כל העולם כולו

די פאטו שאפ בילדער פון וואשינגטאן פראטעסט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/7/2010 21:08 לינק ישיר 
די פאטו שאפ בילדער פון וואשינגטאן פראטעסט


נעכטען נאכט גיי איך ארויף אויף בחדרי סייד און והנה זיי האבן בילדער פון וואשינטאן, איבער קוקנדיג זע איך ווי די רבבותינו איז געווארן עשרינו (לאמיר נישט פארגעסן די לצנות וואס זיי האבן געמאכט פון די 45 טויזענט און מיר וועלן זהען די איד די וואך).
זע איך דארט כמה תגובות וואס פרעגען די זעלבע קשיא, ענפערט דארט א זאלי אז זיי זענען נאך אויפ'ן וועג צוריק פון וואשינגטאן ווען מע וועט זיין און שטאט וועט זיין גוטע בילדער, האט איינער דארט גענפערט מיט א תגובה אז פארשטייט זיך מיט פאטו שאפ קען מען אלס.

יעצט לאמיר זהען די מעכטיגע צענדליגער טויזענטער וואס זענען נעכטען געווען און וואשינגטאן ביים פראטעסט נאך די פאטו שאפ,

ווייל ס'איז זייער אינטרעסאנט אז אויף די פאטו שאפ בילדער איז נישט קיין איין שירעם,
 און קיין איין גוישע צייטונג האט דאס נישט נאר אידישע צייטונגען און סייד'ס


לאמיר זהען







דא האט איר די תגובות פון בחדרי סייד

1.  שטויות
ציוני כויפר  |  07/07/2010 01:53:31
איפה רבבות בקושי חמש מאות איש ואת פרשנדתא *-- Each response *

2.  הצחקתם אותי
ישראל  |  07/07/2010 02:01:57
אם זה נקרא עשרות אלפים מה נקרא מאות אלפים ומה נקרא מליון

*-- Each response *4.  ל1. כרגע אני עושה את דרכי חזרה מהעצרת
שמואל  |  07/07/2010 02:30:11
אלפים השתתפו. יפורסמו בטח תמונות ברורות יותר
12.  לתגובה מספר 4
מהסס  |  07/07/2010 04:30:56
להכפיל בני אדם בפוטושופ זה לא נקרא תמונות יותר ברורות...
אני רוצה תמונות "עכשיו" לפני שיש זמן לשחק אם התמונות




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 13:10 לינק ישיר 

פייו בארא האט געשריבן:
די פעטיציעס, האב איך געהאט געפרעגט איינעם פון ועד משמרת צו איך זאל דאס אונטערשרייבן, האט ער געזאגט "פארוואס נישט", אבער צו מיין פראגע פארוואס מיר מאכן דאס נישט, האט ער געזאגט אז ער זעהט נישט די פשט דערפון, די וועלט זעהט דאס נישט, און ביבי אוודאי נישט. נאר, אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס האט יא עפעס געברענגט וועלן מיר דאס נאכמאכן.

געדענקסט נישט וואס משה דוד האט געטוהן מיט די אונטערשריפטן פון מציצה בפה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/7/2010 20:05 לינק ישיר 

לעכטיגער קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט אז עטץ זאלטס האבן א אויסגעשפילטע פראטעסט, עטץ האטס עס אליינס געטוען מיטן צילן דערמיט אינגאנצן עפעס אנדערש ווי מוחה זיין קעגן ציונות, ווען ס'וואלט געווען א ציל קעגן ציונות און מ'זעט אז ס'האבן זיך באטייליגט 450 מענטשן וואלט דאס געווען זייער שטארק, ווייל מ'וואלט אוועק געקוקט אויף די מענטשן, מ'וואלט געזאגט; קוקט ווי מעכטיג! אונז האמיר זיך געשלעפט קיין וואשינגטאן מוחה צו זיין אקעגן די טריפה'נע מדינה! א פלאץ ווי מ'זעט נישט אזוי אפט א דעמאנסטראציע פון אידן, און די נאמבערס פון מענטשן וואלט נישט געווען אזא אישו! אבער אזויווי די גאנצע ציל איז געווען........ און עס האבן זיך באטייליגט ארבע מאות איש, מחרחרי ריב! דאן שרייען מיר צוריק... בור כרה ויחפרהו... והוא לא תצלח!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2010 02:58 לינק ישיר 

מ'לערנט דא אפ בילדער ווי דאס וואלט געווען א תורה פון מהר"א אויפ'ן מדרש הים ראה וינס...

איינער פרעגט א קשיא ווי זענען די שירעמ'ס, זאגט מען אים אז מ'האט צאמגערופען די מענטשן און מען האט געבעטען אז מען זאל צימאכען די שירעמס כדי די פרעסע זאל קענען האבען גיטע בילדער, פרעגט מען ווידער: אויף איין בילד זעהט מען ספיקערס אויף מענטש'ס קעפ אין אויף די אנדערע בילד זעהט מען עס נישט, ווי איז די ספיקערס פארשווינדען געווארן ? א געוואלדיגע קשיא!

זענען די זאליס אזוי אומ-באלומפערט אז אין אזא היי טעק וועלט קענען זיי נישט באשטעלען געהעריגע פאטא-שאפ?

אז איר ווילט דוקא א קליפ "ראו פאטעטזש" ווי דאס ווערט גערופען, נאדיר: http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=14675

אגב, כ'זעה דא אזא זעקס זיבן אשכולות וואס רעד'ן פונעם פראטעסט, איז דאס ווייל ס'געווען א אויסגעשפילטע פראטעסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 23:45 לינק ישיר 

1) דאס פארן אויף וואשינגטאן איז געווען זייער א גוטע זאך, און מיר זענען שטארק צופרידן אז אויך זיי זאלן מוחה זיין אויף די רשעי הציונים, און עס אַרט נישט קיינעם חלילה.

2) די פעטיציעס, האב איך געהאט געפרעגט איינעם פון ועד משמרת צו איך זאל דאס אונטערשרייבן, האט ער געזאגט "פארוואס נישט", אבער צו מיין פראגע פארוואס מיר מאכן דאס נישט, האט ער געזאגט אז ער זעהט נישט די פשט דערפון, די וועלט זעהט דאס נישט, און ביבי אוודאי נישט. נאר, אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס האט יא עפעס געברענגט וועלן מיר דאס נאכמאכן.

3) דער ציבור איז געווען זייער גרויס פאר א וואשינגטאן פראטעסט, דהיינו, אין די הויכע הונדערטער. (דער "ברבבותינו מצב" און דאס איבערדרייען די שטאט ווי כאילו "נוסעים אנחנו" און קיינער בלייבט נישט אינדערהיים... איז געווען א פשוטער זעלבסמארד מצידם, עס איז פשוט נישט מעגליך במציאות דאס זאל זיין).

4) די היינטיגע נייע בילדער זענען פאלש. דאס האט מיר געזאגט א איד וואס איז דארט געווען.

5) דאס אז מיילעך שטערן האט דארט גערעדט אויפן רבי'ן, איז לפי ידיעתי נישט אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2010 23:06 לינק ישיר 

אויף איין בילד זעהט מען ספיקערס אויף מענטש'ס קעפ אין אויף די אנדערע בילד זעהט מען עס נישט
ווי איז די ספיקרעס פארשווינדען געווארן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 21:31 לינק ישיר 

איך האב געהערט אויף קול מבשר הוק אפ ווי מען רופט ציזאם די מענטשן און מען בעט מען זאל צימאכען די שירעמס כדי די פרעסע זאל קענען האבען גיטע בילדער,

און זאך דארפען מיר געדענקן אז מיר תלמידי וחסידי רבהקוה"ט זיעועכי"א טארען ח"ו נישט חוזיק מאכען ווען אידן גייען מוחה זיין אקעגן ציונות, אפילו מיר גייען נישט ציזאמען (וואס איך האלט אז מען דארף לייגען אלע פאליטיק אין די זיין) טארען מיר נישט שטיין אויף די לינקע זייט און חוזיק מאכען,

ב"ה עס איז געווען א געלונגענע פראטעס סיי נעכטן און וואשיגטאן און סיי 3-4 ואכען ציריק און מאנהעטן, און ביידע האבען געהאט א שטארקע אפקלאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פאטו שאפ בילדער פון וואשינגטאן פראטעסט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext