איך האב דיר ספעציעל געבעטן: ענטפער נישט חלה דעקל... פון אלע דיינע איידיעס צו ענטפערן איז נאר געבליבן איין אפשען??... א אויסברויך 'חלה דעקל'.. אזש די ביסט נישט געווען צופרידן מיט איין תגובה, האסט ארויסגעשאסן אלעס... ביזן לעצטן טראפ...
ווי האסטו נאר אנגעהויבן דיין ערשטע תגובה.. "איך מיין נישט צו קריטיקירן קיינעם 'פערזענליך'...."
איך וועל זיך יעצט באניצן דערמיט,: די ביסט א ראסטיגע חלה דעקל MADE IN CHINA!!!!
תוקן על ידי משפל_גאים ב- 11/07/2010 21:39:47
נשלח ב-11/7/2010 21:19
די עיקר האבעך פארגעסן ער גייט מיט א אונטער העמד.
עס איז פארהאן איטליכע מיני חלה דעקלעך. זילבערנע. סתם שיינע. און שיינע. און שוואכערע למשל אזוי ווי רמבעה"נ טיילט. דיין שרייבן אימעדזשט דיר אפ ווי די שוואכסטע דרגה חלה דעקל
נשלח ב-11/7/2010 21:15
משפיל וואס פאלט דיר אפילו אייו אז איך האב דיר געמיינט. יעדע תגובה דיינער איז מלא טעם. די ווייסט אלעס. אפילו וואס די קלוזענבורגער האט זיך אנגערופן אויפן וועג ארויס. איך מיין אז פון היינט אן זאלסטו נעמען א סטראטגעיע אז זלמן לייב איז א באם ער טוישט יעדן טאג העמד. און ער שנייד זיך די בארד. און ער קען ניטאמאל קיין עברי אא"וו
נשלח ב-11/7/2010 20:59
Sybarit:
איך ערווארט פון דיר א ענטפער אויף וואס די קלויזענבורגע פרעגן
וויפיל איז איינס פלאס איינס?
(ענטפער נישט א חלה דעקל...)
נשלח ב-11/7/2010 20:02
איך וויל נישט פערעזענליך קריטיקירן קיינעם. אבער באמערקן אנדערע אויך אז עס איז דא איין ניק וואס נעמט יעדן אשכול און פארמיאוסט עס.
און צו יענע ניק וויל איך זאגן. אז סתם אזוי האבן א הערה אויף יעדע זאך איז נישט אינטערעסאנט.
נשלח ב-11/7/2010 19:37
איך הער אז די קלויזענבורגע האלטן און איין פרעגן די זאליבאנער זינט דעם 'געלונגענעם' באזוך ביים שטריק:
וויפיל איז איינס פלאס איינס?.....
איר קענט זיך אליינס פארשטעלן די תירוץ.....
די ארונים.............. ציונים.......... שקצים........ פאלאקס........ סענדוויטש בעג... חלה דעקל.... (אט דאס איז די ענטפער...) PUBLIC SAFETY...... VILLAGE......... דוד עקשטיין........
נשלח ב-11/7/2010 18:45
איך רעד פריער צו א קרוב מיינער א קלז"ב און איך האב ניטאמאל געברענגט דער נושא, און ער רופט זיך אן צו מיר אינמיטן, דו ווייסט אז מיין רבי איז געגאנגען באזוכן ענקער רבי'ס ברודער? זאג איך אים יא! פרעגט ער מיר דו ווייסט פארוואס? זאג איך אים ניין, און ס'אינטערעסירט מיר ניטאמאל, זאל ער גיין צו וועם ער וויל.
זאגט ער מיר איך וועל דיר אבער יא זאגן פארוואס, די חברה האבן געמאכט אויף אונז א געפערליכע שטינק לעצטע מאל, און פארשעמט אונזער אלטן רבין, האבן מיר באשלאסן מיר גייען ווייזן פאר די וועלט וואסערע היפאקריטן זיי זענען, אז ער אליין נעמט אויך אויף, און בנוסף האבן מיר באקומען א באנוס אז ער איז נאך געזעסן ווי א דומם אויך
נשלח ב-11/7/2010 18:20
איך ווייס נישט צו ס'איז דא נאך אזא רבי ווי דער קלויזענבורגער וואס האט אזוי געשטעלט די זאליבאנער אין פלאץ.... אפענע סתירת אויף די גרעסטע קעפ זייערע!!! מנשה סילוף האט קיין פיפס נישט געגעבן! דער גרויסער קנאי... שרייבן, באקן מעשות קען איך אויך... לאמיר זען דו גרויסע צולייגער... דו לייגסט אראפ אין דיינע ארטיקלען דעם רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע ווי א שלעכטע מענטש, א שווערע מענטש, מ'האט קוים געקענט קומען אין ווארט מיט אים, ווער עס האט זיך דערוואגט זיך צו רירן אביסל אנדערש ווי אים האט געכאפט זיינס אין געדארפט פארלאזן דאס הויז מיט בושות....
איך מיין דער קלויזענבורגער האט פארדינט פון אייך אפאר געזונטע פעטש לויט ווי איר האט אראפגעשריבן ארטיקלען אויף רבינו שליט"א, ער איז געווארן להבדיל א גאנצע ציוני... א אגודיסט... ממש ערגער ווי א חבר הכנסת... אלעס פארן חטא פון זיך טרעפן מיט'ן קלויזענבורגער, די זעלבער וואס זיין פעטער האט באזיכט..... (לויט וואס א בילד אייזעלבאך ברענגט צו אין קווינס פארום....)
איך וויל פארשטיין וואס האט פליצלונג פאסירט??????...... איך מיין, כאטשיג אויסשפארן אין שטוב, אזוי ווי עטץ האטס געטוען פאר רבינו שליט"א וואלט איר געמעגט..... מנשה סילוף איכה.....?????
אזוי פארדארבען זענט איר געווארן??? וואס האט אייך אראפגעפירט אזוי ווייט????
דער קלויזענבורגער האט אויפגעדעקט א מעט שבמעט פון ענקער גרוילהאפטיגער פאלטשע פרצוף!!!! גייטס אן מיט ענקער פאלטשען וועג!!! שפילט נאך אביסל פאליטיק!!! זייטס ענק נאך אביסל סותר.... זאל די גאנצע וועלט זען מיט וואסערע ליידיגע שטרוי מ'האט דא צוטוען!!!! און אינאיינוועגס מאכט'ס זיכער אז יעדע איינציגסטע רב/רבי וואס האט באזיכט רבינו שליט"א, זאל אפשטאטן א באזיך ביי ר' זלמעניו....... איך שוין פשוט די רבנים וואספארא צער זיי דארפן אריבערגיין די אומבאטעמ'טע פאר מינוט פאר מ'נעמט זיך צוזאם און מ'לויפט ארויס פון דארט.......
נשלח ב-11/7/2010 13:08
משפיל גאים שרייבט פונ'ם קלויזנבורגער רבי : איך האב פראבירט אין תורה.... עבודה.... מעשיות..... גארנישט?????????....... איך האב מיך נישט גערישט אויף אזאנס.... איך האב געמוזט פארלאזן דאס פלאץ מיט א המקום ינחם פון טיפען הארץ...... לויט דעם איז פארשטענדליך אז פאר גאנץ קהילת האדמו''ר הגז''ל האט ער געזאגט המקום ינחם אתכם פון די גרויסע בושות וואס ענקער רבי מאכט ענק אהן
נשלח ב-11/7/2010 08:13
קאנפירמד: ווען דער קלויזענבוירגער האט פארלאזט דעם שטריק הגזל'ן האט ער זיך אנגערופן אויף די גאס צו די אנוועזענדע ווי פאלגענד:
איך ווייס נישט וואס צו זאגן...
ס'קוקט אויס ווי מתו מוטל לפניו.......
ס'נישטא מיט וועמען צו רעדן....
איך בין געווען אין ק"י ביים עלטערן ברידער, איך בין פשוט געגאנגען ווייל איך בין אנציקט פון אים... איך קען נישט פארגעסן די תוכן'דיגע שמועס וואס מיר האבן געהאט אין א"י, בין איך צוגעפארן מנחם אבל זיין און אינאיינוועגס פארפירט גאר א געשמאקן שמועס, אבער דא...... איך האב פראבירט אין תורה.... עבודה.... מעשות..... גארנישט?????????....... איך האב מיך נישט גערישט אויף אזאנס.... איך האב געמוזט פארלאזן דאס פלאץ מיט א המקום ינחם פון טיפען הארץ......
נשלח ב-9/7/2010 01:48
די ניגון גייט ווי פאלגענד
צי ניחום אבלים מעג מען, ער איז א קרוב, ער איז אנגעקומען, הגז"ל האט נישט גערעדט צי אימען
ס'איז א מחי' צי הערן ווי די זאליס פין איין זיין באסטן זיין, פין די אנדערע זייט איז במסתרים תבכה נפשי אין ר' מנשה פילאף שאקלט מיטן קאפ פאר די פארטיי
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/07/2010 04:22:20
נשלח ב-9/7/2010 01:39
נשלח ב-9/7/2010 00:06
אייזעלבאך פון די קינדער פארום האט דאס ארויף געלייגט צו בארויגען די געמיטער