הרב גרונר מזכירו של הרבי מליובאוויטש מנחם אבל מהרי"י מסאטמאר
נשלח ב-9/7/2010 03:40
אינטערעסאנט ווי שנעל מענטשן פארגעסן היסטארי.
די מחלוקת צווישן ר' חיים יושע מיט'ן רבי'ן האט זיך אנגעהויבן אין תש"ס אדער ס"א, רבינו שליט"א לס קרית יואלער רב פלעגט עטליכע יאר פריער אהינגיין יעדן אנהויב ווינטער און זאגן א פתיחת הזמן פאר די אברכים, יענעם יאר האט ר' חיים יושע פלוצלונג באשלאסן אז ער וויל מער נישט דער רבי זאל קומעו (כ'בין נישט זיכער אבער איך מיין אז ס' האט ער נאך יא געלאזט).
יענעם יאר האט מען געגרינדעט א חברה משניות וואו רוב אהרונים האבן זיך משתתף געווען, און דאס איז געווען דער אנהייב פונעם סיגנאל פאר ר' חיים יושע אז די אהרונים דארפן אים נישט פאר רבי, אפילו אויב זיי האבן אים מקבל געווען אלס רב.
א יאר דערויף איז געווען די מעשה מיט די בר מצוה, ווען זיין בעביסיטער איז אנגעקומען צו שפעט כידוע. אנהויב יענעם ווינטער זענען א גרויס חלק אהרונים פון מאנסי (דוכט זיך 120) געקומען צום רבי'ן אין בעיסמענט אויף צאנז קאורט פאר א סיום משניות, וואס איז געווען דאן א געוואלדיגע הצלחה און א מוראדיגע פראסק פאר ר' חיים יושע.
א וואך דערויף איז דער שוטה אברהם שמואל עקשטיין אויפגעשטאנען מיט א מיאוסע העצערישע דרשה אין כולל אז די אלע וואס זענען געגאנגען צום סיום זוכן אונטערצוברעכן די קהלה, און מ'וועט זיי אונטערהאקן די פיס פונקט ווי מ'האט געטון פאר די בני יואל אין קרית יואל, ועוד כהנה וכנה פערלווערטער.
יעצט קום דו מיט א שאלת תם פרעגן וואס ר' חיים יושע האט געטון פאר די אהרונים.
נשלח ב-9/7/2010 03:39
יא, און לאמיך דיר אויך געבן א קאמפלימענט: צווישן די בני יואל ביסטו אן אויסגערופענער חכם. נח בדורותיו הי' צדיק.
אגב, רעדנדיג צו א קרעציגן. לאמיך דיר דערציילן וואס כ'האב היינט געהערט פון איינעם פון ענקערע קרעציגע, אז ער דאנקט ג-ט אז ער האט געהאט די זכי' ארעסטירט צו ווערן על כבוד שמים אין קרית יואל נאכ'ן זיך ווארפן אונטער'ן טרעקטאר כדי צו ראטעווען ענקערע גדולים, ווייל ביז היינט האט ער מקנא געווען די אידן אין ארץ ישראל אז נאר זיי קענען מקיים זיין אזא גרויסן קידוש השם.
רעב יוד, וועק זיך אויף און שמעק די קאווע.
נשלח ב-9/7/2010 02:23
יעקב שמשון,
ווי שטענדיג, ענטפערסטו צום דבר...
נשלח ב-9/7/2010 01:37
לעכטיגער דער וואס האט אראפגעשטופט רויזע ע"ה באלאנגט היינט צו ענק קרעציגע וועלכע האבן געגנבעט דעם רביצינ'ס הויז פון קהל.
נשלח ב-9/7/2010 01:05
קוק אויפען קעפל,"שאקינג". אויף דעם האב איך מגיב געווען.
אין אז דו האסט דערמאנט ר' בעריש וואס מ'האט אים נעבעך אזוי "געצאפט דאס בלוט" , אבער ביי געווענליכע מענטשען - אפילו ביי אסאך ערגערע פעלער, גייט מען נאך ביי אזוינע אומשטענדען.
נשלח ב-9/7/2010 01:04
דער משל שטימט זייער גוט אויף די זאלי'ס וואס טוהן אלעס אויף דער וועלט מבזה צו זיין דעם רבין' זצ''ל מיטן תירוץ אז זיי זענען דאך די שטוב מענטשן
נשלח ב-9/7/2010 00:58
דער משל שטימט זייער גוט אויף די אהרונים וואס האבו געטוהן אלעס אויף דער וועלט מבזה צו זיין דעם ברך משה זצ''ל מיטן תירוץ אז זיי זענען דאך די חסידים
נשלח ב-9/7/2010 00:56
לעכטיגער דערמאנסט מיר פון א מעשה און אויך א משל
מען פארציילט א מעשה אז איינמאל האט א ברודער געשטאכן זיינס א ברודער, און מען האט אים פארגעהאלטן דערויף, האט ער גענטפערט, ווי אזוי קען עס זיין, ער איז דאך מיין ברודער איך האב דאך אים אזוי ליעב............
די מעשה פארציילט מען, אז אין שנת תשי"ד ווען מען האט אראפגעשטופט הרבנית חי' רויזא אלע שטיגן אין 500 בעדפארד, האט איינער פארגעהאלטן דעם מאן דהוא וואס האט דאס געטאן, אנרירן א אשה ס'איז דאך א איסור, האט יענער צוריק געזאגט, נא, דא איז אנדערש ס'איז דאך דער רבין'ס טאכטער
נשלח ב-9/7/2010 00:53
Lechtiger כתב:
די שמועס איז נישט אויב די ארונים האבען זיך געמעגט אליין בויען אין מאנסי אדער נישט. מ'רעדט דא פון זיין א פשוט'ער "יומען ביאינג" אז אפילו מ'גלייכט זיך נישט זייער שטארק, גייט מען אבער מנחם אבל זיין א שוואגער ווען ער זיצט שבעה ל"ע. אין דאס איז בכלל נישט קיין "סורפרייז" ביי געווענליכע מענטשען וואס זענען נישט קיין צוגיינער.
תוקן על ידי Lechtiger ב- 09/07/2010 00:46:29
מ'האט דיר שוין גענטפערט
ר' חיים יושע האט גארנישט געליטן פין ר' אהרן, אויב עפעס פארקערט יא
משא''כ ר' בעריש האט מען אסאך בלוט געצאפט פין אים מיט זיינע קינדער
תוקן על ידי היראים ב- 09/07/2010 00:55:27
נשלח ב-9/7/2010 00:51
אויב איך געדענק גוט, נישט זיכער, האט ר' בעריש יא מנחם אבל געווען ביים פטירה פון ברך משה זיינע שוואגערס דעם סאטמארן רבי'ן מהרי'''י און זענטא רב שליט''א
נשלח ב-9/7/2010 00:43
די שמועס איז נישט אויב די ארונים האבען זיך געמעגט אליין בויען אין מאנסי אדער נישט. מ'רעדט דא פון זיין א פשוט'ער "יומען ביאינג" אז אפילו מ'גלייכט זיך נישט זייער שטארק, גייט מען אבער מנחם אבל זיין א שוואגער ווען ער זיצט שבעה ל"ע. אין דאס איז בכלל נישט קיין "סורפרייז" ביי געווענליכע מענטשען וואס זענען נישט קיין צוגיינער.