בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/7/2010 05:47 לינק ישיר 
בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י

איז אוועק אין עלטער פון 94 יאר אלט, ווייסט איינער מער פרטים וועגן מקום קבורה?

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2010 19:09 לינק ישיר 

איך וועל פראבירן צו ענטפערן מיט די זעלביגער וועג וואס די האסט מיר גענטפערט,
מיר וועלן זיך האלטן מיט די נצחון פון ראדני, וואס דארט האט די הייליגע רבי זצוק"ל פארגאסן טייכן טרערן די פארכטיגע ימים נוראים, און דארטן געהאלטן די הייליגע דרשות, פארן שופר בלאזן, כל נדרי, הושע"ר, און דארטן געטאנצן די הייליגע הקפות, א ביהמ"ד וואס אי אנגעפילט מיט הייליגע תפלות, א ביהמ"ד וואס סאטמארע חסידים זענען געקומען זיך אויסוואשן זייער נשמה, און שעפן רוחניות פונעם הייליגן און גרויסן צדיק די רבי זצוק"ל, און יא און די ביהמ"ד האט רבינו בעל ברך משה וייטער געפראוועט זיין עבודת הק', און עס איז ווייטער מומשך דורך זיין דריטע זין מהרז"ל,
און ענק חסידי מהר"א האלט ענק ווייטער מיט די נצחונות מיט ענקער הופער שול,

איך האב געווינען!! ניין?
די תי' איז א מיט ראדני האב איך געווינען, מיט די ביה"ח האבן מיר פארלוירן, און מיט דאס וואס ר'אליעזר חיים ט"ב ע"ה ליגט ביי אונז, איז פאר אונז א גרויסע געווינס, און פאר די חסידי מהר"א וואלט איך נישט געזאגט אז עס איז אזא שטארקע פארלוסט, ווי עס איז ביי אונז א געווינס, אבער דאך וואלטן די ארונים געקענט זייער שטארק באשטיין אז ער זאל נישט דארטן ליגן, און אנהייב פון די אשכול יוכיח,

און דא און די אשכול האבן מיר אנגעהויבן מיט די עצם ר' אליעזר חיים און ווייל איר האט געזען אז מיר האבן דא א געווינס אקעגן ענק, איז עס פארפארן איבער די עצם ביה"ח, וואס פון דעם האט קיינער נישט איצטעט גערעדט, און נאר אזוי ווי איר קענט נישט ענדיגן אלץ לוזערס, האט איר געמוזט טוישן צו גאנץ א אנדערע ענין, וואס נישט פון דעם איז מען אפילו דן, און שפעטער האלט מען שוין אז מיר גייט אפילו נישט אן אז ר' אליעזר חיים ליגט דארט,

עניוועי די ארונים האבן געוואנען, זיי פארלירן נישט קיינמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 18:52 לינק ישיר 

סייבריט א שאד צו ענטפרן
אינז וועל מיר זיך האלטען מיט די ניצחון פונעם ביה''ח אשר שם חלקת מחוקק ספון
אין האלט דיך מיט נצחונות פין יעדן טויטן וואס מ'לייגט אינטערן וואנט

דער אויבישטער זאל העלפן ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2010 17:17 לינק ישיר 

איך ליין דורך די אשכול און איך ווער נתפעל ווי די חסידי מהר"א זענען און יעדן הינזיכט בלויזע געווינערס,

מען האט דא אנגעהויבן קודם וואסארא חיות די זאלי'ס זענען מען האט גענומען איינעם און מען האט עם געלייגט מאחורי הגדר, אן דעם וואס ער האט געוואלט, און מען האט עם געדאמפט (לשון חסידי מהר"א) און פאללאקס בעקיארד, מיט אלע מאנגאליענס, (איך האב מיר געווינדערט פארוואס מען שרייבט נישט אז ר' אליעזר חיים איז געווען א מאנגא און פארטיג, מען וואלט נישט געדארפט אזוי סאך תגובות און צייט אריינלייגן) עניוועי סוי די זאלי'ס זענען לוזערס ווייל זיי האבן עם סתם אהינגעדאמפט אנדעם וואס ער זאל אזוי וועלן, און ס'איז געווען קלארע עדות פון איינעם וואס איז געווען דארט מנ"א זיין, און זיינע איינקלעך האבן קלאר געזאגט אז ער האט נישט דארט געוואלט ליגן,

און פלוצלינג האט זיך די טאן געטוישט אז ס'איז יא אמת אז ער האט בפירוש געזאגט אז ער וויל דארט ליגן, נאר ר' עזריאל האט עם איינגערעדט אז ער זאל דארט ליגן און ר' עזריאל ער איז דער באנדיט, און איך קען נישט אויסעווייניג אלע לשונות, אבער דאס איז שוין א שטיקל קלאפ פאר די ארונים (אזוי זעט אויס פון די גאנצער אשכול) קומט מען און מען פייערט וויקטארי אז מיר האבן די ביה"ח און די זאליס נעבאך מוזן ליגן מאחורי הגדר, און מען דאמפט זיי מיט אלע מאנגאוס,

יעצט צו ענק חסידי מהר"א לאמיר ענק פרעגן דא איז געווען א נושא יעצט ווער עס איז איצטעט בעה"ב און ביה"ח (און איך זאג איצטעט ווייל איר דארפט פארשטיין אז אויב די ביה"ח גייט צו די"ת, איז דא שטארקע מעגליכקייט אז די די"ת זאל פסקנען 50 50 און מען וועט דארפן אראפנעמען די וואנט וואס איז מפסיק צווישן ענקערע צדיקים, און אונזערע הולכי בג"ץ, איך זאג נישט גארנישט פאראויס, נאר א השערה,) ווייטער איז א ספק געווען פאר איינעם אז איר האט יעצט די בעלות אויפן ביה"ח, ניין! יעדער איז מודה אז איר קענט פייערן וויקטארי כעת אויפן ביה"ח, אבער ווי קומט עס דא בכלל אריין ווען מען רעדט דא פון דעם אז ר' אליעזר חיים איז געגאנגען ליגן און די נייע ביה"ח פון חסידי מהרז"ל,

און לאמיר עס אביסל ברייטער מסביר זיין, יא עס איז קלאר אז פאר א עלטער מענטש איז געווען שווער דארט צו גיין ליגן, און איינע פון די סיבות איז געווען ווייל ס'איז א נייע זאך, און נאך כמה סיבות, מילא מחמת איזה סבה שהוא, איז ביז היינט שוין כמעט א יאר וואס די ביה"ח  איז ליידער אפן קיין איין אלטע אנגעזעהענער יוד נישט געקומען דארט אפילו ער האט אנגעהערט צו די חסידי מהרז"ל, און איינע פון די סבות איז געווען ווייל די חסידי מהר"א האט געגעבן פאר יענעם א פיינעם מקום, און אויך האט מען אויפגעהערט צו טערארזירן (סארי מען האט קיינעם נישט טערארזירט,) עניוועי מיר האבן נאך קיין אלטע אנגעזעהענער יוד נישט געהאט, און דאס איז פאר אונז געווען א שטיקל קלאפ, ווייל ווי נישט ווי, א ביה"ח דארף זיך בויען פון אלטע, און די באשעפער זאך מציל זיין אז ס'זאל זיך בויען פון יונגע, און יעצט ווען ר' אליעזר חיים איז אוועק און ער האט קלאר פארלאנגט אז ער וויל דארט ליגן (נישט קיין נפק"מ ווער עס האט עם איינגערעדט) איז עס פאר די חסידי מהרז"ל א מורא'דיגע געווינס, ווייל ער איז די ערשטע אנגעזעהענער אלטע יוד פון די אלטע חשובע סאטמארע חסידים ווא ליגן דארט, מילא איז יעצט גרינגער פאר די איבריגע זקנים חסידי מהרז"ל צו קויפן דארט א חלקה, און אפמאכן אז מען וויל דארט האבן די מקום מנוחה נאך די 120, און אויטאמאטיש ווערט עס אזוי שטארק איינגעפירט ביי אלע חסידי מהרז"ל צו קויפן דארט חלקות, און דאס איז זייער א שטארקע געווינס פאר די קהלה פון מהרז"ל,

סוי וואס רעדסטו יעצט ווער עס האט געוואנען די ביה"ח, נישט דאס איז די נושא דא, ס'איז פונקט ווי איך זאג מיר האבן געוואנען ראדני,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 16:40 לינק ישיר 

אויף ר' זרילא קען מען טאקע זאגן אוי לזקנתנו שביישה את ילדותנו אנשטאט ווי ער זאל זיצן אויף דער עלטער בכבודו של עולם אזוי ווי עס וואלט זיך אים געקומען ווען ער מישט נישט די קאשע און יעצט איז ער לחרפה ולדראון עולם אויס געשפארט  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 15:28 לינק ישיר 

נאך אלע טענה'רייען קען מען זאגן אז פאר ר' אליעזר חיים ע"ה איז עס נישט אזא גרויסער בזיון
ווייל לא המקום מכבד את האדם, אלא האדם מכבד את המקום
די בזיון איז מער פאר די משפחה
און ווי אויך פאר ר' עזריאל, וואס איז אויף דער עלטער נעבעך פארוואנדלט געווארן אין א פאלנער מיסיאנער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 00:37 לינק ישיר 

יישר כל יאנקעלע,
ובפרט פארן ברענגן ביידע ביישפילן אזוי האבן עס די זאליס אויך פארשטאנען, און ווי עס זעט אויס האבן זיי דאס מקבל געווען, איך זע נישט זיי זאלן אויפשפרינגען כדרכם און שרייען חלה דעקל וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2010 21:51 לינק ישיר 

יענקעלע
האסט דאך עס אזוי גיט ארויסברענגט
שפתיים יושק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2010 19:43 לינק ישיר 

איי ווי ביטער וואלט געווען אויב די זאליס וואלטן געהאט בעלות אויפן בית החיים
און מיר זאלן זיך דארפן פרייען מיט עפעס א נפטר, ב''ה אז מיר האלטן דארט אז מיר
זענען בעלי בתים אויפן בית החיים, און די זאליס פרייען זיך ווען זיי געלונגט אריין
צו כאפן עפעס א נפטר, איך פארגין זיי די שמחה מיטן גאנצן הארץ.

למעשה, לאמיר מאכן א שטיקל חשבון מיט א ניכטערן בליק, וועלן מיר זעהן ווער
עס איז דער געווינער און ווער עס איז דער לוזער. דאס איז קלאר אז פון די אהרונים
וועט קיינער נישט הייסן מען זאל עהם לייגן ביי פאללאק, מסכים? יא!,  גאנץ זיכער!
פון די זאליס?: די מוסרים, הולכי לערכאות, הולכי לבג''ץ, און די מתירי הערכאות והבג''ץ,
האבן דאך נישט קיין ברירה און וועלן בחרפתם זיין געצווינגען צו ליגן אין פאללאק'ס
 מאחורי הגדר, אויך מסכים, אמת?, סא, לאמיר ווייטער גיין, צו די אלגעמיינע זאליס,
איז אזוי, ווענדט זיך ווי א גרויסער שונא מען איז, אויב איז די שנאה מעכטיג גרויס, וועט
דאס איבערוועגן דעם זכות פון ליגן אין איין בית החיים מיט רבותינו הקדושים זי''ע, און
וועלן גיין ליגן מאחורי הגדר, מיט נארישע תירוצים ואמתלאות, און אפילו אן קיין תירוצים,
אזוי ווי די בני יואל וואס ליגן היבש ווייט פון קרית יואל און זענען געווען לכל הדעות אדוק אין
רבינו זי''ע, אבער השנאה מקלקלת השורה, אבער א נארמאלער מענטש, וואס האט זיך
צו געשטעלט צו די זאליס פאר סיי וואס א סיבה, אבער ווען עס קומט צו מאכן אזא ערענסטע 
דעסישאן, וועלן זיי זיכער וועלן ליגן אין איין בית החיים מיט רבותינו הקדושים, ווי ר' יעקל שווארץ ע''ה
ר' יודל ברוין ע''ה, ר' זעליג ווייס ע''ה, מיסיס לעפקאוויטש ע''ה, פאיער רב ע''ה וכו',

יעצט לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל, אויב וואלט זיך ארויס געשטעלט אז צום אלטן בית החיים
קומען בלויז אויסגעשפראכענע אהרונים, און אלע זאליס גייען צו פאללאק, וואלטן מיר געקענט 
פראקלאמירן א מעכטיגן ניצחון, און אויסשרייען, הבית החיים בידינו, און איר דארפט אייך אפפיצן
אוועק פונעם ארגינעלן בית החיים, היינטשענאך, אז רובא דרובא זאליס און געגנערס פארלאנגען
קלאר און דייטליך אז זיי ווילן ליגן אין זעלבן בית החיים מיט רבותינו הקדושים, זאגט איר אליין ווי
גרויס און מעכטיג איז אינזער ניצחון,

און דאס איז טאקע דער פלא וואס איך האב געשריבן וועגן ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע''ה, ווי באקאנט
איז ער נישט געווען א אויסגעשפראכנער שונא, ער האט זיך געדרייט ביי אונז אין בית המדרש, און
ביזדערווייל איז נאכנישט געווען איינער פון דעם קאליבער זאל פארלאנגען אז מען זאל עהם מטמין
זיין מאחורי הגדר, און דאס איז דער פלא, צו דאס איז געווען די השפעה פון זרילע, צו פון מאיר מאשקאוויטש
איך ווייס נישט, און איך פארשטיי דאס נישט, אבער איינער פון 20 צו 30 נפטרים, מעגן זיי אויך האבן, און
איך קלעים נאך אלץ וויקטארי, און ביז זיי וועלן נישט האבן 40 פראצענט פון גאנץ סאטמאר (וואס דאס איז
לדעתי דער מספר הזאלונים) אבער גאר 60 פראצענט, לדעתם אז זיי האבן גאר 60 פראצענט פונעם
ציבור, ביז דאן וועלן מיר זיין די געווינערס און זיי די לוזערס,

נאך איין פונקט: זיי לויפן ארום צו אלטע אידן מיט מאפעס און צייגן אן אז מען גייט זיי לייגן זייער נאנט צום
אוהל רבינו זי''ע, און געוויס ווייזן זיי נישט דעם כותל המפריד וואס מען האט געבויט, און אפילו דא אויף
הייד פארק שרייבט מען אז ר' אליעזר חיים ליגט נענטער צו רבינו זי''ע ווי ר' זעליג ווייס, וויל איך זיי זאגן,
אז עם כל זה, כאטשיג זיי זענען נענטער, האבן ר' יעקל שווארץ, ר' זעליג ווייס ושאר הנפטרים בוחר געווען
צו ליגן אין זעלבן בית החיים און נישט מאחורי הגדר, ווייסט איר פארוואס, ווייל זיי קענען א סעיף אין שולחן
ערוך, און פארשטיייען אז נענטער מאחורי הכותל, מיינט גארנישט, איינער קען זיין 3 פיס אוועק פון בעל תפלה
אבער אויב איז דא א כותל המפריד קען מען עהם נישט מצרף זיין צו מנין, ווידער אין זעלבן שטוב קען מען
זיין אפילו 200 פיס אוועק איז דאס בחדר אחד און ס'איז איינס, לאמיך דאס בעסער מסביר זיין, איך פלעג
צן דינגען א זיץ אין ראדני צו האבן די זכי' צו דאווענען אין איין בית המדרש מיט רבינו הקוה''ט זי''ע, איך האב
מיך געלאזט קאסטן יותר מכפי יכלתי, און גאר שוואך געהערט דעם רבי'ן, אבער אין איין בית המדרש מיט
דעם צדיק וקדוש האב איך געדאווענט, איך האב מיר געקענט נעמען א בענקל און דאס שטעלן מאחורי הכותל
מצד מזרח, און זיין גאר נאנט צום רבי'ן מסתמא ווייניגער ווי 10 פיס אוועק, און דאס וואלט לכאורה געווען פון
די בעסטע פלעצער און איך וואלט דאס געקענט האבן בחינם, און נישט נאר איך האב דאס נישט געטון, נאר
קיינעם איז דאס נישט ביי געפאלן, ווייסט איר פארוואס? ווייל מאחורי הכותל איז נישט אינאיינעם מיט דעם צדיק
וקדוש, און מענטשן וואס האבן געוואלט האבן די זכי' צו דאווענען ביחד מיט רבינו זי''ע האבן ענדערשט געצאלט
געלט צו זיין הונדערטער פיס אוועק, ווי צו זיין בחינם זייער נאנט אבער מאחורי הכותל, איך קען דאס מסביר זיין
מיט נאך א ביישפיל אז ליפא טייטלבוים זאל דאס אויך פארשטיין, מיט א יענקי בעיסבאל געים ווי מענטשן צאלן
טבין ותקילין צו זיין אינעם סטעדיאם ווי איידער צו זיין אינדרויסן אפילו גאנץ נאנט אן קיין געלט...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 11:25 לינק ישיר 
ממש לעיבן אוהל נאך נענטער ווי אשר זעיליג ווייס




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2010 11:20 לינק ישיר 
די גרויסע כיבוד אב פין משה דוד




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2010 11:19 לינק ישיר 
די גרויסע כיבוד אב פין משה דוד




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2010 00:46 לינק ישיר 

Lechtiger כתב:
אז איך האב דיר גיענטפערט כדבעי, מוזטו נאכנישט ענטפערען שלא מן הענין. איך האב 'קלאר' געשריבען מיר ווייסען ווי ס'זענען די שלעגער וועלעכע האבען חרטה אין איבערגעבעטען אין ווי ס'זענען די וואס זענען נאך אלס שטאלץ דערמיט, אין זייערע קינדער אין פריינט זענען די וואס פירען די היינטיגע הייליגע מערכות. אגב, איך זעה אז איר ווייסט נישט וואס טעראר מיינט, אבער דאס וועל איך איבערלאזען פאר א צווייט מאל די חילוק צעווישען מלחמה אין טעראר אין פין אמאל צו היינט. איך זעה נאר אז האסט מתקן געווען אין צוגעלייגט נאכאמאל וועגען ר' בערל פרד"מ אין משפחת רי"ש האפמאן. איך ווייס נישט אויב דו האלסט פלעין נישט מיט די שמועס אדער אז דו האלסט שווער קאפ. אלזא קוק איבער די לעצטע 10-15 תגובות וועט איר פארשטיין וואס איך האב געשריבען אז פונקט ווי יעצט ווען א זאלי וויל ליגן ביי די ארונים דארף ער זיי באצאלען אין מיט זיי דורכקומען פינאנציעל, אט אזוי איז געווען דעמאלט ווען די זאליס האבען קאנטראלירט אדער זיי האבעך זיך גע'דמיונ'ט אזוי. סאו ווי קומט אריין דא האפמאן אדער אשת ר' בערל?

תוקן על ידי Lechtiger ב- 17/07/2010 00:45:21




שרייען איבערגעבעטן מאכט עס נאכנישט פאר א פאקט
ספעציעל ווען זיי הייבן נאך האנט היינט צו טאגס אויף יודישע קינדער - די לעצטע פאל איז געווען אויף די יונגעלייט וואס האבען געהאנגען צעטליך פאר די גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן

אין וועגן ר' בערל פרידמאן, האסט פשוט געלייקענט פאקטן האב איך דיר אויסגעבעסרט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/7/2010 23:55 לינק ישיר 

אז איך האב דיר גיענטפערט כדבעי, מוזטו נאכנישט ענטפערען שלא מן הענין. איך האב 'קלאר' געשריבען מיר ווייסען ווי ס'זענען די שלעגער וועלעכע האבען חרטה אין איבערגעבעטען אין ווי ס'זענען די וואס זענען נאך אלס שטאלץ דערמיט, אין זייערע קינדער אין פריינט זענען די וואס פירען די היינטיגע הייליגע מערכות. אגב, איך זעה אז איר ווייסט נישט וואס טעראר מיינט, אבער דאס וועל איך איבערלאזען פאר א צווייט מאל די חילוק צעווישען מלחמה אין טעראר אין פין אמאל צו היינט. איך זעה נאר אז האסט מתקן געווען אין צוגעלייגט נאכאמאל וועגען ר' בערל פרד"מ אין משפחת רי"ש האפמאן. איך ווייס נישט אויב דו האלסט פלעין נישט מיט די שמועס אדער אז דו האלסט שווער קאפ. אלזא קוק איבער די לעצטע 10-15 תגובות וועט איר פארשטיין וואס איך האב געשריבען אז פונקט ווי יעצט ווען א זאלי וויל ליגן ביי די ארונים דארף ער זיי באצאלען אין מיט זיי דורכקומען פינאנציעל, אט אזוי איז געווען דעמאלט ווען די זאליס האבען קאנטראלירט אדער זיי האבעך זיך גע'דמיונ'ט אזוי. סאו ווי קומט אריין דא האפמאן אדער אשת ר' בערל?

תוקן על ידי Lechtiger ב- 17/07/2010 00:45:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/7/2010 23:30 לינק ישיר 

אמת היינט טעראר....

כ'הער טאקע מ'האט פארברענט רז''ל'ס קאר
מ'האט געשיקט די בחורים שרייען אויף רז''ל ביי זיין הויז אין וומ''ס און ק''י ווי פרעים
מ'האט געשלאגען אין ציבראכען גלעזער פין יונגעלייט וואס האבען געהאנגען צעטליך פאר זאלי'ס פראטעסט אין מאנהעטן
מ'האט געשיקט בחורים אין יונגלעך רייסען די צעטליך פין די מאנהעטן פראטעסט
מ'האט ג'מסרט אין גערופן 311 ביי יעדן בילדינג וואס די זאלי'ס האבען געבויט, די ביהמ''ד פין די ריזיגע ת''ת אויף ווייט עוו'
וכו' וכו' - די ליסטע איז זייער לאנג

אזא פנים האסטו נעבעך
אין קום מיר נישט זאגען ווי די אלטע שלעגערס זענען היינט
א חלק זענען די ראה''ק ביי ליפא אין א חלק שטייען אינער דעם שטריק אלס זיינע שטוב מענטשן...

וועגן ר' בערל פר''מ
נאכמאל כ'האב דיר געגבן וועם די קענסט פרעגן (זשאסט אין קעיס האסט פארגעסן...)
אין כ'האף אז משפחת האפמאן וועסטו נישט לייקענען
אין דאס אז ענק האבען געסטראשעט יעדן ארוני אז מ'גייט אים נישט לאזען ליגען אין ביה''ח אויב..... קענען אויך צענדליגע עסקנים באשטעטיגען


תוקן על ידי היראים ב- 16/07/2010 23:47:14




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/7/2010 23:07 לינק ישיר 

דין תורה, יעדער וואס האלט מיט דעם אשכול זעהט אז נישט רא"ח פערזענליך איז דער שמועס. אבער איך האב פאר דיר/ארונים א גוטע עצה: גוטזאגער האט אפאר נעמען פון עלטערע אידען וואס האבען אנגעזאגט אז לאחר מוע"ש ווילן זיי דייקא ליגן אינעם נייעם חלקה. גיי אריבער צו זיי אין זאג זיי אז לאחר מוע"ש וועלען זיי האבען א גרויסע אשכול אויף היידפארק... די זאליס וועלען טאקע שרייען טעראר אבער לכאו' וועט עס ניצען...
 
היראים. זעהט אויס אז דו קענסט נישט ר' בערל פרד"מ'ס משפחה. רוב פון זיינע אייניקלעך אינטערסירט נישט די גאנצע פאליטיק. איך קען דיר נאר זאגען זאכען וואס זענען דעמאלט באקאנט געווען ווי למשל די מצבה. אז דו ווייסט זאכען וואס מ'האט געסטראשעט אינטער'ן טיש אויף דעם קען איך נישט קריגען. אין אפילו ס'איז אמת וואס דו שרייבסט איז עס נאך אלס אין ליין פון מיין 'עיקר' פוינט וואס איך האב געשריבען.

די בנ"י ווייסען זייער גוט ווער ס'זענען זייערע שונאים. מיר געדענקען נאך זייער גוט ווער ס'האט געשלאגען אין וועמענס ישיבה זיי האבען געלערנט. אזוי אויך איז נישט געווען א סוד וועלעכע קהילה האט געשטיצט אפיציעל די מערכות אין טוט נאך היינט מיט נייע הייליגע מערכות. אז די דעמאלט'דיגע אין היינטיגע שלעגער זעלבסט ווייזען אן אויף משה ווייזט עס גענוג. אגב, מיר ווייסען אויך ווי זענען די אמאליגע שלעגער וואס האבען חרטה געהאט אויף זייערע מעשים אין געקומען בעטען מחילה אין ווי זענען די שלעגער וואס זענען נאך שטאלץ מיט זייערע מעשים.

תוקן על ידי Lechtiger ב- 16/07/2010 23:22:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה: הרה"ח ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע"ה פון ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext