פון א אייגענע געסטאפא ביז א טרעפיק געריכט אין קר"י, וואס נאך קומט? א טורמע?
נשלח ב-12/7/2010 04:18
ווער וועלן זיין די שופטים? אהרונים אדער געדונגענע גוים?
נשלח ב-12/7/2010 03:53
איך ווייס נישט וואס דער שפל שרייבט אבער די ביסט דער ערשטער וואס שרייבט עם נאך ער איז אזא עקל אז זיינע אייגענע חבירים בעטין זיך ביים דארטיגען מנהל ער זאל פארשיקט ווערין מיר זעט עס עפעס אויס ווי גערעכטער האט באקימען רשות צי שרייבען דארטען אינטער דעם נאמען עניוועיס טי א טובה אין שרייב נישט גארנישט נאך פין דארטן קיינעם אינטרעסירט נישט וואס דע האבען צי זאגען אין צי גרעבצען
נשלח ב-11/7/2010 22:34
UPDATE: משפיל גאים, דער מתיבתא גבוה קארעספאנדענט פון כל נערויני כולו האט יעצט געבראכן די נייעס אז תושבי קרית יואל נעמט אויף די נייעס מיט פרייד, עולם טאמער זעהט עטס א חלה דעקל זיך ראטשקענען פאר געלעכטער אויף די קרית יואלע גאסן האט איר דעם ענטפער - א קארט אין קרית יואל - נישט פארגעסן "אזויווי אין שיכון סקווירא"
אזוי אויך גיט ער דארט א לענגערן בירור אז אזוי ווי די מתנגדים דרייען איבער די שטאט, איז די טאון ריכטער נישט אזוי באהאווענט אין די געזעצן ווי יענקל פאטאקי און שמואל אהרן לאנדא, סא וועט מען נעמען א אייגענער ריכטער וואס וועט שטעלן די מחוצפים אויפן פלאץ
פון צווישן די שורות זעהט אויס אז הסבלן הקדוש מרחם פון צאנז קארט באקוקט די ליסטע פון קאנדידאטן לכאורה זענען אויף די שפיץ ליסט יענקל פארגעס אדער קיווע וויינשטאק, ימים ידברו
דינא דמלכותא דינא
תוקן על ידי zibala ב- 11/07/2010 22:37:08
נשלח ב-11/7/2010 22:17
דא קען מען זעהן א פערפעקטע ביישפיל וויאזוי די כעווערע מאכן אויף די קעפ פון זייערער אייגענע דעקעלבלעך,
קודם כאפט מען זעך ארויף אויף סקווער, מלייגט אריין א בילד פון א טאוועל און סקווער פאר דירעקציעס צו א קארט במילא זאלן די קינדער איין שלאפן, און נישט פרעגן צופיל קשיא'ס, די גאנצע ארטיקל ערווענט סקווער סקווער און סקווער, מה ענין שמיטה לסקווער? דערמאנט מיך די ווי די יונגעלע אין חדר זאגען פאר די רעבע אז יענער האט עס אויך במילא טוט ער נישט קיין אומרעכט, אבער מיין מלמד פלעגט זאגן אז די גיהנים איז גענוג גרויס...
אבער די גרעסטע ליצנות פונעם ארטיקל איז די גאונישע אויפטוה, אז אזויווי ס'לעצטענס געווען א טיקעט בליץ וואס מ'האט אויסגעטיילט אן רחמנות אומיושרדיג טיקעטס במילא איז די גאנצע פראבלעם די געריכט ווייל אויב מ'האט א "אייגענעם" שופט וועט ער קענען טוהן אנדערש ווי די טאון געריכט מיט די טיקעטס, ווייל ער איז דאך א "אייגענער". איי זינט ווען טוישן זיך די געזעצן פון ניו יארק פאר א אייגענעם און א נישט אייגענעם, דע קשיא טאר מען נישט פרעגן ווייל אויב מ'האט קשיא'ס קען מען ח"ו ווערן אויס נערויני
נשלח ב-11/7/2010 21:43
קענט איר זיך פארשטעלן אז נאך די אאלע דיסקרימענאציע וואס תושבי קר"י וואס געהערן צו ערליכע קהילות שטייען אויס, אין די וויליזש אפיסעס, ביהמ"ד טעקסעס, חברה הצלה, זאנינג, גאווערמענט האוזינג, פאבליק סעיפטי, וועט מען נאך אויסשטיין דיסקרימענאציע ווען מ'באקומט א טרעפיק טיקעט. ווען איינער וואלט אייך געזאגט עטליכע יאר צירוק אז קר"י וועט האבן א אייגענע פאליס פארס אינטערצידריקען פאליטישע שונאים וואלסטו געגלייבט? לויט ווי די וויליזש גייט יעצט זענען מיר אויפן וועג צו זוכה זיין איין טאג צו א קעי זשעי קארעקשענס דעפארטמענט פאר עטליכע וואכן צירוק - נאך די בארבארישע פארשפארונג פון א ביהמ"ד- האב דא געשריבען אז איין שיינעם טאג קענען מיר זיך זעהן מיט אייגענע געריכט הייזער - אונזער חכם גערעכטער האט אפעלאכט אויף מיינע פאנטאזיעס...