בית פורומים כל העולם כולו

נוק אאוט - ר' מ.ד. נידערמאן - שליח פון אובאמא - וועגן די חפירות אין א"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2010 10:33 לינק ישיר 
נוק אאוט - ר' מ.ד. נידערמאן - שליח פון אובאמא - וועגן די חפירות אין א"י

וויא עס שטעלט זיך ארויס, האט פרעזידענט אובאמא, גענומען א שטעלונג צווישן די ארוינים מיט די זאליס.

וויא באקאנט האט פרעזידענט אובאמא דערהערט די ווייגעשריי פון אחב"י - אין ארץ ישראל, וואס איז לעצטנס פארוויקלט מיט עטליכע מערכות פון עקירת הדת - איבערהויפט די מערכה אנטקעגן חיטוטי שכבי - וואס איז לעצטענס געווארן א מכת מדינה אין ארץ ישראל.

ותעל שוועתינו, פרעזידנט אובאמא - האט געהערט די ווייגעשריי, אין מנהטן - וויא אויכעט אין וואשינגטאן, און האט מחליט געוועהן - אז - לא עת לחשות - עס קען ווייטער נישט אזוי אנגיין.

ווען פרעזידענט אובאמא האט פארגעהאלטן דעם ר"מ הציונים - בנימין נתניהו שר"י, הייתכן כזאת וויא ערלויבט ער זיך אזאנס, וויא לאזט ער דאס צו - האט נתניהו געלייקנט שטיין און ביין, און געשריגן חי וקיים, אז עס רעדסט זיך נישט בכלל פון אידישע קברים.

אובאמא - אזוי וויא אובאמא, לאזט זיך נישט שפייען אין קאשע, האט מחליט געוועהן, אז ער גייט אויספארשן די זאך, ער וועט אראפ שיקן א שליח מיוחד, וואס וועט בודק זיין לעומק די זאך.

האט זיך אנגעפאנגען א שארפען וויכוח צווישן דעם סטייט דעפארטמענט, און דעם ווייס הויז, צו זאל מען שיקען א שליח פון די זאליס - אדער פון די ארוינים, זה אומר לכאן, וזה אומר לכאן, סוף האט דער פרעזידענט אליינס מכריע געוועהן בעד די זאליס - ונימוקיו עמו.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2010 10:35 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2010 15:52 לינק ישיר 

איינס און א גוטס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 16:47 לינק ישיר 

און איין וועגס האט אבאמא געבעטן ער זאל אויך שלום מאכן מיט די עדה און תולדות אהרן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 17:12 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

און איין וועגס האט אבאמא געבעטן ער זאל אויך שלום מאכן מיט די עדה און תולדות אהרן...



דער סטעיט דעפרטעמענט, איז געוועהן דערגעגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נוק אאוט - ר' מ.ד. נידערמאן - שליח פון אובאמא - וועגן די חפירות אין א"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext