בית פורומים אידישע געדאנק

וויאזוי ווערט געבאקן א מעשה ביי די אהרונים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2010 22:04 לינק ישיר 
וויאזוי ווערט געבאקן א מעשה ביי די אהרונים?

די אהרונים זענען באקאנט מיט זייער מורא'דיגן שטארקן כח פון פאברעצירן געשיכטעס שלא היו ולא נבראו, אנגעהויבן פון שמואל ווידער וועלכער האט איינגעשטעלט זיין "בלאט" אויף דעם שטייגער און אזוי ווייטער אויף היידפארק, און וואו נישט. דער הויפט מעלה וואס זיי האבן איז אז אלע אהרונים טאנצן גלייך קדוש קדוש און דער מעשה איז אמת און וואר, און קיינער קען דאס נישט אפפרעגן. היינט איז מיר אויסגעקומען זיך צו באגעגענען פנים אל פנים מיט איינס אזא איצידענט, און דא האט איר די פשוט'ע פאקטן.
 
היינט מיטאג האט דער בני ברק'ער ניק, וועלכע האט שוין דערקלערט די פטירה פון די רעבעצין פאר צוויי וואכן צוריק מוצאי שבת, און בכלל איז ער באוואוסט מיט זיין אויסערגעווענליכע קראנטקייט, עיר התורה, געעפענט א אשכול מיט די שוידערליכע נייעס אז דער סקווירא רבי איז היינט געווען מנחם אבל זיין רבינו שליט"א אין קעמפ, און דערנאך האט האט באזוכט אין בית המדרש וואו די קווינס חיות (כלשונו) האבן נאכגעשריגן דעם סקווירא רבי. דער משב"ק בן פראדל איז געווארן צעווילדעוועט אז ער גייט פארלירן דעם קשר מיט סקווירא, ער האט זיך גענומען טיילן מכות רצח, און עס איז געווארן פרייליך אינמיטן די ניין טאג.
 
ע"כ דער ערשט האנטיגער סיפור פון עיר התורה.
 
עס גייט אריבער אפאר מינוט קומט א צווייטער ניק, און דאס מאל דער גוט זאגער, און זאגט נעע די מעשה איז נישט געווען היינט ס'געווען מוצאי שבת, און ס'נישט געווען אין שול ס'געווען אויף די גאס.
 
ע"כ די פירכא פון גוט זאגער, פלאס מ'וועט פארדינען אז אפאר חלה דעלעך וועלן זיך איינרעדן אז דער סקווירא רבי איז נישט אריין אין ביהמ"ד אין קעמפ.
 
והנה, ארגינעלער קומט אן מיט זיין באקאנטע חן, און שעלט אז די זאלי בחורים פירן א מערכה מיט סקווירא שוין פון אינמיטן ווינטער. (איז דער סקווירא רבי אזא אייזל אז ער קומט צו זיינע בלוטיגע שונאים אין שול?) ער גיט א לייגט צו א קללה צוויי פאר משה גבאי און ר' נפתלי בלומענפעלד און שיקט א תגובה.
 
די אהרונים ווילענדיג צייגן ווי קראנט זייערע מעשיות זענען, לייגן א בילד וואו מ'זעט די קווינסע בחורים נישט מער און נישט ווייניגער שיסן בענקלעך מיט א אכזריות אויף סקווירא רבי. אינטערעסאנט פארוואס דער סקווירא רבי לויפט נישט ארויס, נאר שמועסט אזוי שיין מיט ר' משה שמואל זופניק.
 
שוין דער מעשה איז געווארן א שטורעמישער פאקט, באגלייט מיט א דראמאטיש בילד.
 
יעצט הייבן אן די טוויטער'לעך בחורים שיקן מעסעזעדזשעס מיט די "שאקינג" נייעס, און דער מקור איז.. יא איר האט גוט צוגעטראפן -- היידפארק...
 
satmar11211: What a shame !!! Queens bums screamed for squerer rabbi past motsey shobbos http://bit.ly/9boISm
 
נאך איינס:
 
Satmarpower: Queens Bumas Screamed On Skver Rabbi In Queens Camp By Nichem aveilam by Zalmn This is The Nakida Hopnimis From The Rabb Zl @noftoly b
 
עפעס שטומט אייך נישט דא? מיר איז שוין אלעס שיין פארענטפערט...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/7/2010 15:28 לינק ישיר 

שיף רבי, זיי דיך מסביר ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 23:54 לינק ישיר 

המקום ינחם אתכם !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2010 23:29 לינק ישיר 

א אנדערע אינצידענט:              Skulen 

Aronim write on HydePark: Hrh"k M'Skulen was on way to Menachem Uvel Satmar MhR"A & Zalys put Pressure Not to Go. Read: http://bit.ly/dAHDYy



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 22:26 לינק ישיר 

עס מוז נאך שטימען?


די אהרונים האבן א גרויסן פראבלעם, אז "כמעט" יעדער וואס האט מנחם אבל געווען מהר"א אין ק"י איז געווען ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א אין וומס"ב אדער אין מחנה דברי יואל. (איך דרוק אויס "כמעט" ווייל הרב בעריש מייזליש מיט להבדיל סטיווען בערנאנדא זענען נישט געווען ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א...).

וואס טוט מען דא? מוז מען אויפקומען מיט סענזאציעס.

אהרונים! I FEEL YOUR PAIN 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויאזוי ווערט געבאקן א מעשה ביי די אהרונים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext