מיר וועלן ארויסשיקן הארט פאר ט' באב 2 פי די עף פייל'ס. איינס וועט ענטהאלטן "די חלוקה חלק ג" (פון אנהייב חלק ג' ביז ווי מען וועט האלטן בשעת'ן שיקן). די צווייטע וועט זיין "די סידור קידושין עפאכע" (פון אנהייב ביז ווי מען וועט האלטן בשעת'ן שיקן - היינט אדער מארגן וועט די ארטיקל אי"ה ממשיך זיין).
צו באקומען די פי די עף'ס דארפט איר שיקן א אימעיל צו [email protected] אינם סאבדשעקט ליין לייגט אריין די אותיות pdf tb
לייגט גארנישט צו צום סאבדשעקט חוץ די אויבן דערמאנטע אותיות.
נשלח ב-16/7/2010 02:47
באדאפעסטער איך מיין די דריקס נישט גיט אויס וואס שמואל ווידער'ס רצון איז ער איז געווען אין סאטמער בהמ"ד אין בפ פאר איינע פין די אלעף שעמויס פארטיס אין עפעס איין יונגערמאן האט אים גענימען אויפען צימבל דארט האט ער זיך ציסריגען אין מיטען מיר ווילען נישט מאכען פין ר' אהרן אזא צדיק ווי דער הייליגער רבי זי"ע דער רבינו יואל נאר מיר ווילען מאכען פין רבינו יואל אזא שייגעטץ ווי ר' אהרן מענטשען האבען אים געוואלט הארגענען דארטען אבער דער ארוינישע פערדן די ינגעלייטלעך האבען אלע געציצקעט איינער צים אנדערן ווי גיט דער שמואל זאגט
נשלח ב-16/7/2010 00:44
די קליינע קעפ קויפן באמת אפ שמואל ווידער'ס חלומות אז ר' אהרן גארנישט ווייניגער ווי דעם רבין זי"ע? אזאש "א האלבער ייטב לב" און יעצט שוין אויך א גאנצער "ישמח משה"?
קען איינער אריינלייגן דא א לינק צום בני יואל'ער קונטרס "א האלבער יטב לב א גאנצער קוק"?
נשלח ב-16/7/2010 00:35
בראווער טייערער, איך רעדט אויך פונם "טראנסלאווישן" עיין אינם אשכול סטראשע די גענז, שיטת רבינו תם
איך האב שוין ארויסגעשיקט די PDF'S אויף ט' באב, ווער עס האט נישט באקומען קען נאך פארלאנגען, איך קען אבער נישט גארענטיען אז איך וועל קענען שיקן.
נשלח ב-16/7/2010 00:31
פעסטער, איך האב נאכנישט געליינט אלע דיינע ארטיקלעך, איין זאך זע איך אז דו האסט געטראפן די אהרונים אין ציל. דער גוט_זאגער רבי יונה שעלט יאמערליך אויף דיינע ארטיקלעך, און ער האט ארויסגענומען פון וויענער שופלאד דעם אויסגעוועפטן וויץ פון טראנסלאווישן איד, וועלכע האט באשיינפערליך געראטעוועט די סידור קידושין מערכה פון זיכערן טויט מיט דעם וואס מ'האט די קיען געפיטערט אין בלאט אז דער היתר אויף סידור קידושן האט נאר א מקור אין טראנסלאווישן איד.
נשלח ב-15/7/2010 07:34
גיי אן ווייטער מיטן שריייבן הלוואי ווען איך האב אזא גיטן פעדער, אינטערסאנט אז נאר דא איבער ליינען דעס אום תשעה באב זעהן די ארונים א פראבלעם, אבער ווען ר אהרן נעמט אזא טאג ווי הושענה רבה צו א שמיני עצרת און ניצט עס אויס פאר זיינע פאליטישע מאטיווען מיט זיינע קראקידאל טרערן און די ארונים פארפירן נישט היתכן און אזא הייליגע טאג העצט מען פאר ראיאטען, דאס ווייזט אז זיי שטערט נאר אז מען דעקט אויף דעם אמת, און עס ארט זיי נישט קיין טראפ אויב מען מעג עס ליינען תשעה באב. ע"כ גיי ביטע אן מיט דיין הייליגע ארבעט. (ווער ווייסט אפשר וועט נאך יואלי לאנדא באלד טעהנן אז ר' אהרן גיבט רשות עס צו ליינען תשעה באב...)
נשלח ב-13/7/2010 23:15
די גיי אן דעס איז סתם נארישקייטן אזאך וואס מטאר נישט טאר מען קיינמאל אין אזאך וואס יא איז אייביג מותר זעכער אזא זאך וואס דעקט אויף זייער פנים וואס זיי פארבירן צי בהאלטן
נשלח ב-13/7/2010 23:01
אדרבה איך בין גרייט צו הערן פונם עולם וואס האלט איר דערוועגן.
מיין שרייבן רעפלעקטירט בכלל נישט קיין "קריג". די קריג איז שוין 10 יאר אלט, איר וועט זיך איבערצייגן ווי אזוי די אהרוינים האבן געפירט דעם קריג בעצם דעם ביטערן טאג ט' באב תשנ"ט.
סך הכל שרייב איך אראפ די כראנעלאגיע פון די היסטאריע. די וואס שפירן זיך געטראפן דערפון זענען די וואס האבן "געפירט דעם קריג" דעמאלט'ס און היינט שעמען זיי זיך מיט זייערע דעמאלטסדיגע מעשים.
באשרייבן טריקענע פאקטן. קען אין קיים שום וועג נישט גערופן ווערן קריג.
נשלח ב-13/7/2010 22:54
ג''א מצטרף לדברי ראדני קינג, באדאפעסט איך האב זייער הנאה פון דיין ארבעט אבער צו שרייבן אז דאס איז פאר תשעה באב דאס איז שוין טו-מאטש, נניח אז עס איז א הייליגע קריג, קען זיין טאקע, אבער עס געבט נאך אלס נישט רעכט פאר תשעה באב דער יום שריפת בית אלקינו וועלעכער איז חרוב געווארן פון שנאת חנם, איך ערווארט אז דו זאלסט טוישן דעם קעפל וכדאי הוא בית אלקינו.
נשלח ב-13/7/2010 21:30
ראדני, דא ליגט דיין טעות. מיר האבן ח"ו קיין שום רצון אנצוהאלטן מיט ענקער רבי קיין שום מחלוקה. מיר בעטן און שטרעבן צו איין איינציגע זאך, דאס איז "לאז אונז צורי", "לאז אונז פירן אונזער תורה'דיגע לעבן אן דעם וואס די זאלסט כסדר אינטערשיקן דיינע בחורים און אינגעלייט אונז צו צאפן די בליט".
איך גארענטיר דיר אז די רגע וואס ענקער רבי מאכט שלום מיטן מציאות אז ער איז נישט דער רשכבה"ג, וועט הערשן מנוחה.
נשלח ב-13/7/2010 21:22
גראדע בין איך מיט דיר מסכים אלל די וועי, ליידער ליידער מצד הזלונים איז די מחלוקה א הייליגע זשיהאד מערכה קעגן בריונים און מתיוונים, ממילא זעהען זיי נישט קיין שום פראבלעם פון מחלוקה ושנאת חנם, ביי זיי איז לכתחלה שבלכחלה אז מ'זאל זיך קריגן לנצח נצחים עד ביאת הגואל, און מ'טוט נאר א נחת רוח ליצרו מיטן אנהאלטן די אש המחלוקה, אז מ'קען זיך גאר צוגרייטן צו תשעה באב צו ליינען די מאטריאלן וואס איז מעורר איבה קעגן אייגענע ברודער,
מה נאמר ומה נדבר, ס'א גרויסע נסיון פונעם לעצטן דור עקביתא דמשיחא, אז ליידער די פרומסטע סאטמארע אידן קענען נעבעך זיין אזוי מיס פארזונקען אין אזעלעכע עוונות חמורים און דער יצר הרע פארבלענדט זייערע אויגן אז זיי רעדן זיך גאר איין אז ס'האט גאר מיט פרומקייט, אוי רבוש"ע שיק שוין משיח!
נשלח ב-13/7/2010 20:59
ראדני, דאס טאקע איז די קליינע נפק"מ צווישן די זאלי'ס און אהרוינים. די אהרוינים פירן א קאמפ קעגן רבי'ן שליט"א אן קיין שום רוחניות'דיגע מטרות, אלעס דרייט זיך ארום כבוד און געלט.
משא"כ ביי די זאלי'ס איז דאס א מערכה זיך אפצוטיילן פונם א בריון, א עומד בראש פון טעראר במשך 20-30 יאר, א ראש המדברים קעגן אלע גדולי הדור, א לץ און מנוול פיו וכו'.
חז"ל האבן געשריבן קעגן די בריונים בשעתם, חז"ל האבן געשריבן קעגן מתיוונים בשעתם וכו'
בדרך התורה נלך, אפילו עס שטייען אידן מיט א פרומע לבוש און לאכן אפ פון אונז מיט א פרומע לבוש כאילו זיי זענען די ערליכע אידן און מיר זענען געשלאגן אויף שנאת חנם.
די בריונים בשעתם און די מזרחי נאכן חורבן אייראפע האבן געשריבן אקוראט דאס זעלבע וואס די זאגסט יעצט. "איר זענט שונאי חנם" וכו'.
מיר לאכן פון אייך און אייער'ס גלייכן, מיר בלייבן די הייפעלע וואס לאזט זיך נישט נאכשלעפן פון פאלשע מנהיגים.
דאס ליצנות גרייכט די העכסטע שטאפלען ווען בשעת דיין רבי האט געשיקט זיינע בחורים און אינגעלייט אויספירן די רשעותדיגע אטאקעס ביסטו געזעצן אין א זייט, יעצט ווען מיר שרייבן אראפ די טריקענע פאקטן, טאנצטו ווי א געביסענער. רבי לעבן, אויב האסטו נישט געזען א פראבלעם אין די מעשים אליינס וואלסטו אודאי נישט געדארפט זען א פראבעלם אינם באשרייבן די מעשים.
נ.ב. איך מיין נישט דיר פערזענליך, איך רעדט וועגן דיין פארטיי בכלליות.
תוקן על ידי באדאפעסט ב- 13/07/2010 21:01:25
נשלח ב-13/7/2010 20:44
איין תשעה באב, דער טאג פון חורבן בית מקדשינו צוליב שנאת חנם, קען מען נישט נעמען א ברעיק פון די עקלדיגע מחלוקה?
איך אלס אן אהרוני וואלט איך מיך קיינמאל נישט געגרייט אפאר טאג פאר ת"ב צו ליינען מחלוקה מאטריאל קעגן ר' זלמן לייב'ן.
איך מיין איר זאלט טוישן די קעפל צו בלויז "ארטיקלן אין pdf"...