עס איז פלאי פלאים, קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטן, עס איז אומפארשטענדליך פארוואס ער האט הפעם מחליט געווען צו זיין מענטשליך. איך בין זיכער אז ער האט נישט געמיינט דעם באשעפער, נאר זיך אליינס. קען זיין אז ס'איז זיינע לעצטיגע פראוון צו ווערן עפראווד פאר א אייגענע פאליס דיפארטמענט וכדו'.
איך קען נישט יעצט שרייבן קיין לאנגע באריכטן, איך וועל שרייבן נאר בקיצור ממש
1 דוד האט אנגעזאגט פאר וויטריאל אז עס זאל הערן רוהיגקייט 1000% אויב וועט זיין דאס מינדערסטע איבערקערעניש פארלירט וויטריאל זיין פאזיציע.
2 מאיר צוויבל האט געזאגט א דרשה פאר די בחורים אז זיי זאלן שטיין ווייט פונם ביה"ח.
3 די משגיחים זענען געזטראשעט געווארן יעדער מיט זיין פרנסה אויב וועט זיי סיי וואספארא רידעריי
4 די ישיבה איז געווארן גענצליך פארשלאסן מיט אלע בחורים דערין! אויף אלע טירן זענען געווען פארשלאסענע קייטן + פאליציי
5 רבינו שליט"א איז ארויפגעפארן מיטן קאר ביזן אריינגאנג פון בארדיטשוב, נאכן אריינגאנג אויף בארדיטשוב איז געווען אויסגעלייגט בעריקעידס, משגיחים פון ישיבה און פאליציי וואס האבן אפגעהאלטן די מאנרא בחורים פון קומען נאנט צום ביה"ח
6 דוד עקשטיין האט צוגעשטעלט אויף זיינע קאסטן א מייק סיסטעם פאר'ן רבי'נס דרשה
די איינציגסטע פאן וואס די בחורים האבן יא געהאט איז געווען א קליינע קופקע וואס האבן זיך אריינגע'גנב'עט אין וואלד און אנגעהויבן זינגן ניגונים. דער עולם האט נישט אינאכט גענומען ווייל די מייקס אינם ביה"ח האבן פיין געארבעט.
פרטים יבאו
נשלח ב-14/7/2010 15:06
יעדער זאגט זיינע תורות און מעשיות
די ריכטיגע סיבה איז פשוט
זיי ווייסן אז אויב עפעס וואס ס'זאל נאר נישט זיין געשעהנט קעגן די זאליס וועלן זיי צאהלן א טייערען פרייז אין קאורט
זיי ווייסן סאיז נישט אזוי פשוט די גאנצע ביה"ח קאורט
זיי ווייסן גאנץ גוט וואס ס'ווארט זיי אפ
האבן זיי מורא געהאט אז אויב עפעס געשעהנט וועט דאס צו יאגן דאס וואס זיי פראבירן מיט די גרעסטע כוחות ס'זאל נישט געשעהן
נשלח ב-14/7/2010 15:05
יעצט אין די 9 טעג איז כדאי צו מעיין זיין אין די מדרשי חז"ל און אויך די באשרייבונג פון יוסיפון וויאזוי די תקופת הדורות נאך שמעון הצדיק ביים בית המקדש השני האבן די פארדארבענע מענטשן פון כלל ישראל געטוהן פארשידענע תחבולות צו געוועלטיגן אויפן ציבור. די בעלי זרוע וואס זענען געוועהן די דאמאלסדיגע דוד עקשטייןס פון דור, האבן זיך אויך אויפגעפירט מאנכע מאהל לפנים מיט מענטשליכקייט כדי צו קענען שולט זיין אויפן ציבור אין די צייטן פון ינאי המלך וועלכע האבן ר"ל אויס געהארגעט אלע ערליכע אידן און באראבעוועט דעם גאנצן כלל ישראל ביז ס'איז געלונגען פאר שמעון בן שטח אויף א קורצע תקופה צוריק שטעלן א ערליכע אטמאספער ביז זיין פטירה. נאכדעם האבן זיך ווייטער גענומען די דוד עקשטיין מענטשן צו זייערע מעשים מיט די קינדער פון ינאי המלך און האבן חרוב געמאכט דאס אידישקייט. די מלחמת שני האחים אזוי ווי ביי די היינטיגע ברודער רעבעס וואס דער גרעסערער וויל מושל זיין אויף גאנץ כלל ישראל. אזוי איז ליידער שוין געוועהן אין יענעם דור. מ'האט דאס גאנצע כלל ישראל פארפירט מיט דעות נפסדות און געראבעוועט און רציחה ביז די ישועה איז געקומען אויף שטיקל צייט דורך די חשמונאים. אבער שפעיטער האט זיך נאכאמאל פארערגערט ביי די צייטן פון הורדוס. ביז דער חורבן האט ליידער אפגעווישט די גאנצע קדושה אין ירושלים עיר הקודש. אזוי אויך נאכ'ן חורבן ביי די תקופה פון רבן גמליאל ווען ער האט מתקן געוועהן אז יעדער זאל מוסיף זיין ביי שמונה עשרה די ברכה פון ולמלשינים. און מיט דעם אריין געלייגט א תפילה אין שמונה עשרה מתפלל צו זיין אז די רשעים וועלכע זענען ליידער אידן און זענען מצער ערליכע אידן זאלן פארשאלטן ווערן דורך גאנץ כלל ישראל 3 מאל א טאג.
אזוי איז ליידער געוועהן ווען צידוקים און מתיוונים האבן שולט געוועהן און בדורינו הזה זענען מגולגל געווארן אין א מנהיג וואס רופט זיך דוד בן פעסל עקטיין.
די איינציגע עצה איז נאר מתפלל זיין צו השי"ת 3 מאל א טאג ביי שמונה עשרה ביי ברכת ולמלשינים. אז די רשעים בעלי זרוע זאלן האבן א גרויסע מפלה.